בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די אמתדיגע גוטע השגחה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2007 21:51 לינק ישיר 
די אמתדיגע גוטע השגחה

ענדליך הויבט אהן דער אמת ארויסצוקומען. אז די פראזען סטראבעריס . זענען פונקט אזוי ווערעמדיג וויא די די פרישע. אזוי וויא דער קארלסבורגער בית דין און הרב מנחם פישער האבען ארויסגעגעבן.

און די אלע שקרנים סיי בפועל און סיי אויפן פארק וואס האבן געוואלט פארדרייען דעם עולם אז די געפרוירענע ווערעם מעג מען עסן . האבן פלעין מכשיל געווען את הרבים ליידער..  די שרייבער האבן מכשיל געווען בלא יודעים . און די מכשירים האבן במזיד מכשיל געווען און זענען נאך אלץ מכשיל. און די אנדערע רבנים ציטערן פונעם טעראר פון די התאחדות און זייער קליקע כנהוג מימים ימימה.

ברם זכור אותו הרב לטוב. דער איינציגער ערליכער רב ובעל המכשיר וואס האט געהאט די קוראזש מודה צו זיין על האמת און נישט חס געווען אויף זיין כבוד און אויף זיין פרעסטידזש און אויף זיין שאדען. פארן כבוד פון רבש"ע און פארן אמת. איז דער חשובער וועלאווער רב הגה"צ רנ"א ט"ב שליט"א וואס ער האט גלייך מפרסם געווען מיט זיין לעטערהעד

.אז אלע געפרורענע סטראבעריס פון מהדרין דעירי סיי אין די בעגס וויא אויך אין די פושקעס איז קלאר געווארן אז מען זאל זיי נישט  נוצען

יעצט ווען יעדער וואס איז אביסל באקאנט ווייס שוין דעם ביטערן אמת אז די בודק פראזען סטראבעריס איז טויזענט מאל מער ערגער וויא די מהדרין.  און מה דאך מהדרין טאר מען נישט נוצען דעמאלס טאר מען בודק אוודאי און אוודאי נישט נוצען

לאמיר יעצט מאכן די פראבע און זעהן אויב די התאחדות וועט אפען מודה זיין על האמת באשר הוא אמת אז די בודק טאר מען נישט נוצען. אדער זיי וועלן ווייטער בלאפן און מכשיל זיין יודען אזוי וויא די או יו.

מיר לאזן דעם ענטפער פארן מנהל "אללוועיס" און פאר "טראנט-לאט" וד"ל.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2007 23:22 לינק ישיר 

WOW WOW WOW די איינציגסטע סיבה מיינע איז געווען אויב דער וואלאווער לאזט זיינע פראזן מסתמא איז עס טאקע גוט. אלזא אפשר קען איך זעהן די בריוו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2007 03:50 לינק ישיר 

עבד עברי

איך בין אויך מסכים צו מאכן יעצט דעם פראבע און זען אויב די התאחדות וועט צוריק ציען.

נאר איך וויל אויך זען נאך עפעס, וואס די קריטיקירער וועלן זאגן.
אויב ציען זיי נישט צוריק שרייט יעדער אז עס איז פשוט ווייל עס פאסט זיי נישט און זיי ווילן בעקן זייער פירמע בודק.
אויב התאחדות וועט יא צוריקציען, צי וועסטו זאגן אז עס ווייזט אז ווען זיי האבן זיך איבערצייגט אז עס טויג טאקע נישט מיט די פראזען האבן זיי שנעל צוריקגעצויגן, וווייל זיי זענען ננשט גרייט צו מכשיל זיין אידן.
אדער וועסטו באלד אויפטאנצן אז זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה און פאר דעם האבן זיי "געמוזט" צוריקציען.

ונחי' ונראה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2007 17:21 לינק ישיר 

איך קען אפשר זען דעם בריוו פונעם וואלאווער?

אין די גראסערייען פארקויפט מען עס געהעריג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2007 18:07 לינק ישיר 

allways, נו וואס מיינסטו ? האבן זיי א ברירה.



































עיין ערך (מזונת מבין)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2007 18:08 לינק ישיר 

שירעם קוק אין די טצייטונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2007 22:01 לינק ישיר 

למעשה זעה איך אז התאחדות האט אויך געהייסן בודק אראפנעמען זייערע סטראבעריס אינגאנצן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 06:38 לינק ישיר 

איז מען טאקע געבליבען בלויז מיט פירמאנט, מיט די הכשר פין רב גאלדמענצער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2007 17:33 לינק ישיר 

עבד עברי, די גאנצע התאחדות אפיס שטייט און ווארט בכליון עינים זאלסט זיך אונטערגעבן, לויט מיינע מקורות שטייען ר' יחיאל יצחק גליק, גאלאנטער רב, און רב ביק העכער ר' זלמן לייב פילאפף ביי א קאמפיוטער, גאלאנטער רב שרייט יעדע מינוט "ריפרעש די בלאט", רב ביק רעגט זיך: עבד עברי קען נאר געבן קריטיק? מיר האבן געטון וואס ער פארלאנגט קומט זיך אונז נישט קיין קאמפלימענט?. מען האט פריער אנגעקאלט ר' משה דוד נידערמאן צו ער האט קאנטאקטן מיט די הנהלה פון הייד פארק. קיין שאלות וועלן נישט געהעריג געענטפערט ווערן פון התאחדות אפיס ביז שפעטערדיגע מעלדונגען.


איך בעט דיך, לאז זיך נישט ווארטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 18:08 לינק ישיר 

דבר שהי' בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא.(י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן תו"כ)  
.עטץ מעגסט מאכן חוזק וויפיעל עטץ ווילטס. אבער דבר א-לקינו יקום לעולם .   דאס איז ברור ואמת אז די דברי חז"ל המקודשים וואס רוב כלל ישראל האט אנגענומען פאר א הלכה פסוקה און זאגען דאס יעדען טאג ביים דאווענען און גלייך דערנאך זאגט מען קדיש דרבנן. . איז אמת און הייליג.   

קומט אויס קלאר פאר וועם עס וויל וויסן דעם אמת לאמיתו. אז דבר שהי' בכלל " סטראבעריס" איז געווען אין כלל פון אלע בודק פרדוקטען ויצא מן הכלל. אז עס איז נישט נבדק (בודק) און מען טאר עס נישט עסן. (עיסה שנחתומה מעיד עלי'(ב"ר ל"ד) (הודאת בעל דין כמאה עדים דמי) חאטשיג ממש אז א וואך פריער איז קלאר געשטאנען מיטן פסק פון דעם זעלבן בית דין אז מען מעג עס יא עסן. .

לא ללמד על עצמו יצא (נישט נאר סטראבעריס אליין פון בודק טאר מען נישט עסן) אלא על הכלל כולו יצא (אויף די גאנצע כלל פון בודק אז דער נאמען בודק און די גאנצע בודק איז א שטיק בלאף און מען טאר עס נישט נוצען ) ווייל אז נישט יעצט וועט עטץ געוואיר ווערן שפעטער . נאך אינמיטן דאס יאר פאר ראש השנה תשס"ח.

אין אמתן אריין איז פשט על הכלל כולו יצא. אויף די אלע הכשרים פון די התאחדות אז מען טאר עס נישט עסן . נאר איך וויל עס נישט שרייבן מכמ"ט . אויך ווייל סוף כל סוף באין ברירה האבן זיי מודה געווען במקצת אויף די בראקלי און אויף די סטראבעריס.

און יעצט מוז איך דיר זאגען אשריך א מ ג. (חאטשיג איך בין נישט מסכים מיט דעם וואס דו רעדסט אויף אלע צדיקי הדור החיים אתנו לאויוש"ט און אויך אויף די וואס זענען שוין נישט בין החיים. און חאטשיג עס איז נישט דיין שולד ווייל דו ביסט א תינוק שנשבה. אזוי האט מען אונדז אויסגעלערנט אין סאטמאר אלע אונזערע יארן. דאך בין איך אויסדריקליך נישט מסכים מיט דיר)

אבער דא קומט דיר קרעדיט ווייל דו מיט דיין קול שופר האבען צוריקגעהאלטן טויזענטער אידען פון עסן טריפות שקצים ורמשים . ווייל דו ביסט דער "וואטשדאג" אויף די התאחדות. וואס ווען נישט דו ווער ווייס צו זיי וואלטן אמאל מודה געווען על האמת. והא ראי' אז אויף די איבריגע זאכען זענען זיי נאך אלץ נישט מודה..

יעצט לענייננו אויפן סאטמארען וויליאמסבורגען בי"ד האב איך נישט קיין קשיא ווייל זיי זענען דאך ביזי מיט אמעגא אויל. נישט מיט ווערעם.

אבער די קשיא איז געוואלדיג אויף הרב גיסינגער און די או יו. וואס דער גיסינגער איז די זעלבע בחינה וויא הרב ברעסלויער אין מאנסי וואס האט געגעבן יארן א הכשר אויף פינקל און ער וואלט אפשר נאך אלץ געגעבן ווען עס ווערט נישט אזא א איבערקערעניש. . און אויף אזא איינעם וויא גיסינגער האט זיך די התאחדות פארלאזט און זיי פארלאזן זיך נאך אלץ. און זיי זענען מכשיל רבבות יודען בלא יודעים. וואס ביי אזא איינעם וואלט קיינער פון אונזערע ערליכע יודען ניטאמאל געטרינקן א גלאז וואסער וד"ל.
עכ"פ די סיסטעם פון וואשן סטראבעריס איז לכולי עלמא רואינירט. און די סיסטעם פון בודק איז רואינירט און ווערעמדיג.

או די זעלבע זאג איך ענק נאכאמאל מעין הפתיחה דבר שהי' בכלל ויצא מן הכלל לא ללמד על עצמו יצא אלא על הכלל כולו יצא. עטץ האטס געזעהן אז איך שריי שוין אז די פראזען טויג נישט . און סוף כל סוף האט עבד עברי געוויסט וואס ער רעדט איז דאס געווען אין כלל פון עבד עבריס ווערטער.
 לא ללמד על עצמו יצא . נישט נאר מיט דעם איז עבד עברי גערעכט אלא על הכלל כולו יצא. ליידער איז ער גערעכט מיט אלעם וואס ער זאגט. עטץ אלע וואס ווילטס וויסן דעם אמת וועט עטץ זוכה זיין צו זעהן.. אמן

די קאמפיוטער אויף וואס איך שרייב איז צובראכען געווארן נאך די לעצטע תגובה וועגן וועלאווער. און ב"ה יעצט איז עס געפיקסט געווארן ענדליך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 18:20 לינק ישיר 

לכבוד " אהלי צדיקים"

פריערדיגע צדיקים וואס האבען געפויעלט ישועות און רפואות פאר יעדען יחיד פון כלל ישראל . זענען ברוגז געווען אז טאמער איינער איז געהאלפן געוואן און איז נישט געקומען דערציילן וועגן די ישועה. זיי פלעגען זאגן אז נאר צרות ח"ו דערציילט מען או גוטס נישט.
חאטשיג עס איז געווען רעביס וואס האבן ממילא געוויסט ברוח קדשם. אבער עס שטייט דאך אין פסוק "וישב משה את דברי העם אל ה' " (רש"י שמות י"ט פסוק ח) אז חאטשיג משה רבינו ע"ה האט נישט געדארפט ענטפערן ווייל דער אייבישטער ווייס דאך אלעס . אבער ללמדך דרך ארץ ממשה שלא אמר הואיל וידע מי ששלחני איני צריך להשיב (לשונו המתוק והקודש של רבינו רבן של ישראל רש"י הקדוש. (ומקורו ממכילתא).
ממילא לכבודך וועגען דיין טענה. האב איך אין די פריערדיגע תגובה צוגעשריבן די מעשה אז דער קאמפיוטער איז געווען צובראכן. וד"ל ..זיי געבענטשט בתוך כלל ישראל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 19:09 לינק ישיר 

ווער האלט אז עס קימט פאר התאחדות א קניפ און בעקל פאר ארויס קימען מיט א איסר נאכן וועלאווער זאל פליז אויפהייבן די הענט.

OK
אהליצדיקים
allways

ווער נאך?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 19:25 לינק ישיר 

לאמיר מאכן וואלן, אדרבה, זאל די גאנצע וועלט זען אז די וואס האלט יא פון התאחדות גייען זיגן אויף חדשות אנש, און די כבוד פון התאחדות וועט דערהויבן ווערן ביז העכערן כסא הכבוד. און פון היינט און ווייטער וועלן זיי אנערקענט ווערן דורך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 20:49 לינק ישיר 

אה מ'רעדט פון וואלן, איז אזוי: לכאורה איז דאס א לשיטתי' פונעם עירוב, אדער אנדערע חסידישע פאליטיק'ס. ווער עס האלט אז דער עירוב אדער אנדערע חסידישע פאליטיקס זענען פון די יסודות אין אידישקייט, און לויט דעם דארף געשאצט ווערן יעדער ענין, ביי אים איז דאך אויטאמאטיש די "התאחדות", וועלכע באשטייט פון ר' הלל וו"ב מיט הרב ביק, דאס ארגסטע וואס קען נאר זיין. און וויאזוי זיי זאלן נאר נישט טוהן, און וואס זיי זאלן נאר נישט טוהן, וועט סייווי נישט גוט זיין, אמער זיי זענען דאך מגדולי המתנגדים להעירוב וכדו'. משא"כ ווער עס האלט אז דער עירוב און די אנדערע פאליטיקס זענען נישט מיסודי היהדות, דער וועט יעדן נושא באזונדער דן זיין לענינו, און וועט נישט אננעמען דעם "על הכלל כולו יצא".

ומנא תימרא?
ווייל אויב אנדערע כשרות ארג. האבן געשריבן דאס זעלביגע ווי "התאחדות", בנוגע די פראוזן סטראבעריס, האט מען אויף זיי געהאט און געטראפן טויזנטער תי', און מען האט אריינגערלערנט אין זייערע ווערטער דרושים ופשטים, משא"כ אין די ווערטער פון די התאחדות האט מען פאר קיין געלט נישט געטראפן קיין לימוד זכות...

איז ביי וואס בלייבט מען? אז מען דארף יעדע זאך דן זיין לענינו! איז לאמיר זען וואס דא איז פארגעקומען. די "התאחדות" מיט נאך כשרות ארגאניזאציעס האבן אין תחלת געשריבן אז אויף פראוזן סטראבעריס איז נישט דא קיין שאלות. איז געקומען הסופר החשוב ר' עבד עברי נ"י און אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס אז די סיבה פארוואס די "התאחדות" שרייבט אז פראוזן סטראבעריס איז דערווייל גוט איז פשוט "בלויז" מחמת נגיעה און קיין שום אנדערע סיבה האט ער נישט געקענט טרעפן דערין. ער האט דאס ברוב ידיעתו און מיט זיין שיינעם פעדער דאס שיין צוברייטערט און גוט אראפגעלייגט עד שדבריו עשתה רושם. גוט, מסכים, נתקבלו את דברי הרב עבד עברי, וקבל את ה"אמת" ממי שאמרו. און לכאורה איז ער גערעכט, ווייל פארוואס דען נישט? איי לכאורה ס'דאך דא נאך ארגאניזאציעס וואס זאגן דאס זעלביגע? אבער מאכט נישט, אויף זיי וועט מען שוין טרעפן עפעס פשטים'לעך, דער עיקר איז אז די "התאחדות" איז וואס זיי זענען. והיות לכאורה דער נושא דא איז דאך נישט "ווער" ס'זאגט, נאר די נושא איז דאך "וואס" מען זאגט, ס'הייסט, דער עיקר דער איז דאך צי מען מעג עס יא עסן צי נישט, דעריבער מחמת "זהירות" האט מען פארשטאנען אז דבריו נכונים, נישט קיין חילוק צי התאחדות אדער אנדערע ארגינאזאציעס זאגן דערווייל מותר.

אבער אצינד ווען ס'האנדלט זיך איבערן צוריק ציען, וואס די אלע ארגאניזאציעס וועלכע האבן מודיע געווען דעם ציבור מיט א וואך צוויי פריער אז דער פראבלעם איז חל דערווייל בלויז אויף פרישע, זענען ארויס געקומען מיט א צעטל, אז ניין! די פראוזן טאר מען אויך נישט, קען מען זיך דאך אבער שוין ערלויבן צו פרעגן: ומאי שנא "התאחדות" משאר הארגאזינאציעס וואס האבן אין תחילת געזאגט אז פראוזן איז נישט קיין שאלה? פארוואס איז דער היתר פון די "התאחדות" געווען אזוי זיכער "בלויז" מחמת נגיעה בשעת ווען אויף די אנדערע ארג. האטסטו געטראפן כל מיני תי' ותי' שונים? ותו קשה, פארוואס ווען עס קומט צום צוריק ציען, זענען זיי ווידער גערעסערע שקצים ווי די אנדערע ארגאניזאציעס, ומאי שנא?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 21:10 לינק ישיר 

דער תירוץ איז עבדים היינו "להתאחדות" וקליקע שלהם. ואכתי עבדים אנחנו עבדי אחשוורוש אנן.

קודם כל האב איך די או יו אראפגעריסן א סאך ערגער וויא די התאחדות. ווייל זיי האבען ביז דערווייל  נאך אלץ נישט צוריקגעצויגען זייער פאלשען היתר אויף די ווערעמדיגע סטראבעריס.

והשנית והוא העיקר " חז"ל הקדושים זאגן "  "במדה שאדם מודד מודדין לו" אנדערע ארגנעזאציעס האקען קיינמאל נישט אויף קיין צוווייטן. זיי זענען נאר ביזי מיט זיך . צו זייערס איז יא גוט אדער נישט זאל זיך יעדער אליין נאכפרעגען

אבער די "התאחדות" וואס זייער גאנצע ציעל און פלאן איז נאר צו האקן אויף אנדערע . די מכלומערשטע שוואכע השגחות. כאילו וויא זיי זענען די גוטע.

דער גאנצער ביכל פון דעם מנהל פאר פסח איז כמעט נישט פאזיטיוו ווואס איז יא גוט אדער נישט גוט. עס איז כמעט נאר נעגעטיוו . אז דער טויג נישט און דער טויג נישט נאר אני ואפסי
חוץ דעם  די חז"ל זאגען במדה שאדם מודד מודדין לו . וועגען דעם קומט ארויס א מ ג  נאר קעגען זיי . און זייער צוריקציעהן איז נאר בעל כרחך וכדומה.
חוץ דעם זאגט דאך די גמרא (חגיגה ט)אין אומרים בקרו גמל אלא בקרו טלה והמבין יבין.

 איך וויל נישט מער מאריך זיין אין דעם ענין
עס וויל וויסן דעם אמת קען לייענען אויך צווישן די שורות. און פאר וועם עס וויל נישט העלפט עס ממילא נישט.
און וואס איך האלט באמת וועגען די שערורי' פון די סטראבעריס . אויב מען קען עס אפוואשען אדער נישט. איז ממילא דא אויפן היידפארק נישט קיין חילוק. וד"ל.
און איך מיין אז איך וועל בל"נ נישט שרייבן לעת עתה מער איבער דעם ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2007 22:15 לינק ישיר 

לחיים, לחיים

 די שאלה איז בכלל נישט יא עירוב נישט עירוב - אבער  פון נישט עירוב ביז נאכשרייען מענער פרויען און קינדער איז דא א ווייטע ווייטע וועג. אין איז שוין איינמאל מיסודי היהדות.

 יא, די התאחדת האט שטארק פאלוירן זייער נמנות ביי א יעדען גלייך דענקאיגער  מענטש ביי די פרשה פין עירוב.

 א ארגענעזאציע וואס איז געשטעלט אויף חיזק הדת, און דארף לכורה געבען די טאן דא אין ווילי אין איז גרייט צו לייגן א בלינד אויג און א שטילע גיט הייסונג ווען א פרוי ווערט אנגעשפיגן, אדער נאכגעלאפן ווייל אזוי שטימט מיט זייער פאליטיק קען נישט עקספעקטן קיין ריספעקט. אין זייער השגחה קען נישט געטראסט ווערן.
 
אן אנדער אשכל וואס איז דן וועגן בודק
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2148924
 
זע א אינערעסאנטע מעשה מיטן מלבי"ם וואס איז נוגע אינזער שמיעס. 
http://eruvonline.blogspot.com/2007/05/malbims-appearance-in-court-to-defend.html

 



תוקן על ידי findodort ב- 01/06/2007 22:31:37




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די אמתדיגע גוטע השגחה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext