ענדליך האבען די התאחדות הרבנים בראש מיט א גליק געווינען די מערכה. וואס יארן פירן זיי שוין א מערכה אוועקצוגאנבענען די השגחה אויף קליינס אייז קריעם פונעם חשובען דעברעצינער רב שליט"א וואס האט דאס נאך בירושה פון זיין טאטען כ"ק הגה"צ בעל באר משה ז"ל.
אלע יארן האבען זיי פרובירט איינרעדן תמימי לב אז קליינס אייז קריעם איז נישט פארלעסליך. און עס איז געווען תמימי לב נאראנים וואס האבען נאך געגלייבט זייערע תורת לאקשען אז עס איז ליגט אין זייערע ווערטער א טראפ אמת.
יעצט ענדליך קענען שוין די נארנים אויך עסן דעם הייליגען איז קריעם וואס האט יעצט אין איין מינוט באקומען די הייליגע געגאנבעטע השגחה. באנו מקדושה חמורה לקדושה קלה. עס איז געפאלן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא פון א נארמאלע ערליכע השגחה צו א געבלאפטע השגחה. וואס לא די מען האט נישט מוסיף געווען קיין שום חומרא אדער זאך . וועט מען נאך מיט די צייט פוחת והולך זיין. און זיך פארלאזן אויף סתם או יו משגיחים כידוע. און אויף געקאכטע ווערעם . ווייל דער דעברעצינער רב שליט"א האט נישט געוואלט מען זאל נוצען געקאכטע ווערעם. נישט נאר וועגען כשרות נאר אויך פשוט וועגען עקעל און גיעול נפש רח"ל.
אזוי וויא ביי די העולם טשיז וואס די בלאפער המכנים עצמם בשם התאחדות האבען אלע יארן פארפירט אז עס איז נישט הונדערט פראצענט כשר. מען האט זיי נישט מזכה געווען די פאס-פורט צו פארן אויף שווייץ וויא מען מאכט די טשיז. . בשעת זיי האבען יעדען איינגערעדט אז עס איז נישט כשר האבען זיי דאס אליינס גענוצט אין זייערע פיצא סטארס כידוע.
יעצט ענדליך אין איין מינוט איז אלעס געווארן כשר דורכן טשעק בהכשר הרב בנימין גרובער התאחדות הרבנים.
יארן צוריק ווען כ"ק הגה"ק מצעלעם זי"ע האט נאך געלעבט. אינמיטן זומער איינמאל האט די התאחדות בראש פון מיט שבתי מרדכי פארפירט אין אלע סאטמארע קעמפס אז קליינס אייז קריעם איז טריפה.
די גאס האט זיך אויסגעלאכט. פון אלע זייערע פאלשע איסורים. האט ער ארויסגעשלעפט די גדולי הרבנים הגה"צ מוואידיסלאוו והגה"צ מטארטיקאוו זי"ע. צום צעלעמער קעמפ . כדי צו הייסן דעם זקן הדור דעם צעלעמער רב אז ער זאך אסערן דעם אייז קריעם כרצונם.
אזוי וויא זיי זענען אנגעקומען צום צעלעמער רב אויפן פארטש אין ליווינגסטאן מענאר. און נאך איידער די רבנים האבען אנגעהויבן רעדן קעגען די אייז קריעם וואס זיי האבען געוואלט. האט דער צעלעמער רב בפקחותו הגדולה . אויסגערופן צו די רביצין. אנטשולדיג ברענג אריין א פאר אייז קריעם מכבד זיין די חשובע רבנים . און תיכף האט דער צעלעמער רב גענומען א שטיק אייז קריעם און געמאכט הויעך א שהכל נהיה בדברו. און זיך גענומען עסן. און די רבנים אזוי וויא האבען דאס אליין געזעהן . זענען זיי פארשוויגען געווארן און מער נישט געהאט וואס צו רעדען.
זייערע איסורים באשטייט פון שקר און אני ואפסי. און טעראריזם.
דער מאן דהו וואס האט אליין אריינגעשטעלט אין איד מדעת עצמו אז מענער זאלען נישט גיין שפאצירן אין די קאנטרי מיט אייגענע ווייבער נאר מיט יענעמס ווייבער. מיינט אז מיט זיין קול קורא טוט ער א מצוה און קויפט זיך א זכות. דערווייל מאכט ער ליצנות מכל הקודש.
בעיני ראיתי ת"ח עצומים וואס פארפאקן אין איין שוך פאדעשווע אלע זייערע רבנים סיי אין גאנץ ש"ס בבלי און ירושלמי. סיי אין אלע מדרשים מדרש רבה און מדרש תנחומא. און סיי אין ארבע חלקי שו"ע לרבות חו"מ ואה"ע. וויאזוי זיי זענען יא געגאנגן שפאצירן.
איך זאג נישט אז דאס איז א חסידות. צו גיין שפאצירן א מאן מיט זיין פרוי. אבער אריינצושטעלען פארן המון עם א אזהרה איבער דעם ענין איז א חוצפה און עס איז בחינת גדשו סאה. און אויך אל תוסף על דבריו וואס דאס האט גורם גווען אז חוה האט צוגעלייגט צום איסור פון עץ הדעת האט דאס גורם געווען מיתה לעולם רח"ל.
און די אלע זאכען האבען פלאץ אין דעם פאשקעוויל דער איד.
אויך ביי די ווערטער אין איד פון הרה"ג ר חיים יושע רב דסאטמאר במאנסי שליט"א . קעגן עירוב שרייבט ער אז זיין שווער בעל ברך משה האט געזאגט אז ער אסערט נאר דעם עירוב פון תשמ"א אין בארא פארק. ווייל עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט יא מאכען א כשרען עירוב. האט ער דעמאלס נישט געוואלט שרייבען קיין איסור נאר אויפן אופן עשיית העירוב אין בארא פארק בשנת תשמ"א . וואס איז געווען אהנע לחיים און אהן א צורת הפתח נאר פארלאזט זיך אויף פאולס און טרעין עליוועטירס כידוע.
נשלח ב-24/6/2007 09:17
_________________
תוקן על ידי אבימלעבט ב- 24/06/2007 9:14:42
נשלח ב-24/6/2007 21:05
האט מען אראפגענומען הרב מדעברעצין'ס הכשר אדער געלאזט ביידע?
נשלח ב-25/6/2007 19:27
Again a typical SPIN from eved (bimchilas kevodo)
Klein's Ice Cream has been talking to hisachdus a long time to get their hasgocho, there were certain obstacles on the path, and they didn't meet some "meshugaasen" the Hisachdus demanded
the reason for ADDING Hisachdus to their existing hashgochos (Rav Stern of Debricin, & Rav Ekstein of Belz) is strictly a business decision by the Kleins, in order to open a door for their products to a huge market where Hisachdus is in fact more accepted than some other hashgochos, period.
i
נשלח ב-26/6/2007 19:25
כשהייתי בארצות הברית בפעם האחרונה ראיתי שקליין'ס היום בעיקר מיבאים סחורה מארץ ישראל עם הכשרים מארץ ישראל.
נשלח ב-27/6/2007 20:06
איך ווינדער מיך נאר ווער עס רעכענט זיך נאך בכלל מיט עבדעברי'ס מיינוג?
אמאל איז עס די עירוב און אמאל איז די השגחות אמאל שימפט ער קעגען התאחדות און אמאל קעגען KAJ וד"ל
נשלח ב-27/6/2007 20:13
שמוקעלע
קענסט אים אפפרעגען?
נשלח ב-27/6/2007 21:12
אל כבוד שמעקעלע
שלש תשובות בדבר
KAJ איז נישט מיין קאמפיטישאן ב"ה.
ביז אהער ווען איך פלעג האקן אויף די התאחדות האסטו מיטגעהאלטן.(לייען דיינע תגובות אינעם פורום "אבי מלעבט" ) וד"ל. יעצט אז איך האב בארירט א משהו KAJ פארפירסטו?
די מעשה פון KAJ באלאנגט נישט אין דעם אשכול . נאר ביי די פיצא געשעפטן. וויא דער היימישער עולם וויל רוהיג עסן.
ענדליך האבען די התאחדות הרבנים בראש מיט א גליק געווינען די מערכה. וואס יארן פירן זיי שוין א מערכה אוועקצוגאנבענען די השגחה אויף דגיםס טונא פישן פונעם חשובען הרב שפיגעל שליט"א וואס האט דאס שוין יארן
אלע יארן האבען זיי פרובירט איינרעדן תמימי לב אז דגיםס טונא פיש איז נישט פארלעסליך. און עס איז געווען תמימי לב נאראנים וואס האבען נאך געגלייבט זייערע תורת לאקשען אז עס איז ליגט אין זייערע ווערטער א טראפ אמת.
יעצט ענדליך קענען שוין די נארנים אויך עסן דעם הייליגען טונא פישן וואס האט יעצט אין איין מינוט באקומען די הייליגע געגאנבעטע השגחה. באנו מקדושה חמורה לקדושה קלה. עס איז געפאלן מאיגרא רמה לבירא עמיקתא פון א נארמאלע ערליכע השגחה צו א געבלאפטע השגחה. וואס לא די מען האט נישט מוסיף געווען קיין שום חומרא אדער זאך . וועט מען נאך מיט די צייט פוחת והולך זיין. און זיך פארלאזן אויף סתם או יו משגיחים כידוע. אזוי וויא עס שוין באוויזען געווארן א פאר מאל ביי זייערע אנדערע טונא וואס געבען שוין לאנג א הכשר
אזוי וויא ביי די העולם טשיז וואס די בלאפער המכנים עצמם בשם התאחדות האבען אלע יארן פארפירט אז עס איז נישט הונדערט פראצענט כשר. מען האט זיי נישט מזכה געווען די פאס-פורט צו פארן אויף שווייץ וויא מען מאכט די טשיז. . בשעת זיי האבען יעדען איינגערעדט אז עס איז נישט כשר האבען זיי דאס אליינס גענוצט אין זייערע פיצא סטארס כידוע.
יעצט ענדליך אין איין מינוט איז אלעס געווארן כשר דורכן טשעק בהכשר הרב בנימין גרובער התאחדות הרבנים.
רב שפיגעל מיט רב ביק זענען שוואגערס ס'לאזט זיך נישט גלייבען אז רב שפיגעלס אייגענע שוואגער זאל עם צונעמען זיין פרנסה.
נשלח ב-2/7/2007 19:17
CUT IT! cut the non sense, and start being realistic, every business owner is hoping and looking out for the utmost success for his business, and his marketing staff will try to reach to as many consumers possible, so as to other promotion decisions, in the 'yiddish velt' hashgocho plays an important role, therefore, IT IS THE SOLE DECISION OF EACH AND EVERY BUSINESS OWNER OR FOOD PRODUCER TO DETERMINE WICH HASGOCHO WOULD BE OF HIS BEST INTERESTS
So cursing and bashing the machshirim for accepting the hashgocho is unjustified, and simple non sense (& sometimes even worse: fed and fueled by personal issues...)
i
נשלח ב-2/7/2007 22:01
טייערער טשאפלעין הי"ו
כי לא ככל הגויים בית ישראל. יודען האבען א תורה און זיי האבען געזעצען.
עס איז דא א איסור פון השגת גבול . אינדערהיים אז א קהילה איז געגאנגן און אויפגענומען אפילו א בעסערן שוחט . איז דער שוחט געאסערט געווארן אלץ משיג גבול. עיין תשובות כל האחרונים וגם בדברי חיים באריכות.
עס איז דא דאהי אין אמעריקא א תקנה פון אלע גדולי הרבנים ובראשם הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל אז טאמער איין ארגענעזאציע נעמט אוועק א השגחה אויף א קאמפאני פון א צווייטע ארגענעזאציע למשל אוי יו פון כאף קעי וכדומה. איז עס געאסערט אלץ ענין פון השגת גבול און פון עני המהפך החררה. .
דו ביסט דאך נישט קיין נאר און דו ווייסט דאך דעם אמת אז זיי שטעלען אונטער שטיקלעך פאר יעדע פוד ביזנעס ביז מען מוז נעמען זייער השגחה. דו ביזט נאך מסתם יונג. אז נישט געדענקסט דאך ווען דער גאנצער עולם פלעגט טרינקן טראפיקענע אראנדזש דזשוס. און זיי (התאחדות) האבען עס נאכדעם געאסערט באיסורין קונמות וחרמות. און נאכדעם איז גאלדען פלאו ארויסגעקומען מיט די זעלבע דזשוס מיט א הכשר
און אויף דעם איז געזאגט געווארן דאס באקאנטע ווערטל פון רבין זי"ע עשר בשביל שתתעשר . דו זאלסט אסערן יענץ כדי וועגען דעם דו זאלסט געבען השגחות און רייך ווערן.
בדרך אגב בימים ההם האט איינער געוויזען פאר די מענעדזשערס פון טראפיקאנע דעם איסור פון די התאחדות קעגען זייערע דזשוס. און נאכדעם א שטיק צייט האבען זיי נישט געוואלט מאכען פרייוועט לעבל פאר גאלדען פלאו כידוע.