הי חסיד הי עניו! לא מחזיק טיבותא לנפשיה.
חבל על דאבדין ולא משתכחין.
אזא מרגניתא טבא וואס דער חלל דערפון וועט זיך שפירן פאר א לאנגע צייט ביי די וואס האבן געהאט די זכי' צו קענען לערנען א מוסטער פון אזא אדם הגדול בענקים וואס איז געווען איין שטיק יראת שמים ויראת חטא.
אשרי עין ראתה די עבודה שבלב וואס דער איד האט אראפגעלייגט ביים דאווענען כבן המתחטא לפני אביו במלוא מובן המלה, מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש.
איך געדענק נאך אין די פריערדיגע יארן ווען ער איז נאך געווען ביי די פולע כוחות, ווי ער האט געפלאקערט ביים דאווענען, ממש געשפרינגען אין די לופטן מיט א ברען.
ליידער האבן מיר נישט געהאט די זכי' אז ער זאל ווייטער באשיינען אונזער שפלדיג'ן דור, אין בעידן רעווא דרעווין האט ער צוריק געגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה, הוא הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות.
עס בלייבט נאר איבער צו האפן אז אויבן ממקום מנוחתו וועט ער אויך אזוי דאווענען אין איינרייסן פאר שכינתא בגלותא, אין פאר כלל ישראל וואס קוקט שוין אזוי ארויס אויף די ריכטיגע ישועה מן השמים, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות, מיר זענען דאך אזוי פארארעמט, א יתמי דיתמי, זאל שוין זיין ובלע המות לנצח, ובא לציון גואל בב"א.
החותם בצער
ישראל הלוי
די לוי' וועט פארקומען זונטאג צופרי אום 9.30 פארנט פון ביהמ"ד הגדול דפאפא, ווי ער האט אזויפיל יארן אנגעפירט מיט זיין הייליגע עבודה.
 |
|
|