| נשלח ב-1/7/2007 07:15 |
|
| |
שוידערליך! חסיד'ישער יונגערמאן באווארפן מיט שטיינער אין בארא פארק
א חסיד'ישער אינגערמאן פון קרית יואל איז געווען פאריגע וואך ביי א חתונה אין בארא פארק. זייענדיג דארט האט עם איינער דערקענט אלס איינער פון די משתתפים אין די פראטעסט פון נטורי קרתא אין וואשינגטאן מיט א וואך פריער, דער יעניגער האט גערופן נאך אפאר היימישע כוליגאנעס, און ווען דער יונגערמאן איז אנגעקומען צו זיין קאר נאכן אוועק גיין פון די חתונה האט ער זיך געטראפן ארום גערינגלט מיט היימישע כוליגאנעס וועלכע האבן עם אנגעהויבן צו באשרייען.
נו פון געשרייען האט ער זיך גאנץ ווייניג דערשראקן, און ער האט זיך אריינגעזעצט אין זיין קאר, אבער דעמאלט האט זיך עס הערשט אנגעהויבן, די כעוורע האבן זיך גענומען באווארפן די קאר מיט שטיינער און מיט ציגל, יא, איר האט גוט געהערט ציגל, שיש בם כדי להמית און זיי האבן זיך נישט בארואיגט זייער בלוט דארשטיגע רציחה ביז זיי האבן זיכער געמאכט אז די קאר קען מער נישט פארן.
אהה! אהה! אז מען האט זיך צו דעם דערלעבט אז חיות אנגעטון ווי חסיד'ישע יודן זאלן אזוי נידריג פאלן ביז צו פראבירן הרג'ענען א צווייטן היימישן איד פארן איינציגן חטא פון האלטן אנדערש ווי דו, און אויסדרוקן ברבים וואס ער האלט.
אכן כשהן יורדין יורדין עד לעפר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2007 07:51 |
|
| |
ס'איז נישט אזוי שוידערליך.
1) דער וואס גייט פראטעסטירן לייגט כלל ישראל אין א געפאהר.
2) דער וואס גייט פראטעסטירן זענען נישט אזעלכע איידעלע מענטשן. שלאגן און ווארפן ציגל איז א חלק פון זייער נאטירליכע שפראך.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2007 09:13 |
|
| |
גביר. ווען א גענג ווילדע שחורים ברעכען זיך אריין אינמיטן די נאכט אין דיין קעמפ ווי דו מיט נאך משפחות שלאפן. דער שומר פון קעמפ, א באם פון באמלאנד , שטעלט איין דאס לעבן און שלאגט זיך מיט די רוצחים, די ווייבער שרייען סטוט זיך איללה רבה, איינער כאפט א טעלעפאן און רופט די סטעיט פאליס בעט זיי ברחמים שוין צו קומען העלפן דעם שומר וועלכער ברעכט שוין צוזאמען. אינמיטן לויפט צו איינער.און שרייט אריין אין טעלעפאן צו די פאליציי אז זיי דארפן נישט צו קומען ווייל דער שומר איז אויכעט א קרימינאל אין סאיז סתם צוויי פארברעכערס קריגען זיך. וואס וואלסטו געטוהן פאר דעם יעניגן? א) דו וואלסט דיך באגנוגט מיט אפאהר ציגעל? ב)עטליכע געזונע פעטש? ג) געזאגט שקויעך ד) אבער וואלטס איהם אריין גערוקט אין א שמורה מצה אויוון ע"פ אחר חצות? .
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2007 17:42 |
|
| |
איינער מער נישט צום דבר ווי דער צווייטער, מ'רעדט פון א וואוילער אינגערמען נישט קיין באם, נישט קיין פאברעכער, גארנישט.
לדבריכם קומט אויס אז פארן מוחה זיין קעגן די מדינה הציונית קומט זיך גארנישט ווייניגער ווי מיתה בידי אדם, און דערצו סקילה.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2007 21:19 |
|
| |
שיש בהם כדי להמית אויף זיין קאר?
איז אים עפעס געשען צו נאר פאר זיין קאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2007 22:14 |
|
| |
וויילאנס, האט נישט קיין פלאטץ אין א צוויליזערטע וועלט, נישט קיין חילוק פארוואס. פינטעל!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 09:35 |
|
| |
געדאנקן.
איך האלט אויך אז ווילדקייט האט נישט קיין פלאץ ציוויליזאציע, אבער כדי מיר זאלן דא אביסל קלארער ווערן, וויל איך דיך פרעגן:
די נטורי קרתא שטיצט דאך "ווייאלענס" פון די פאלעסטינער, און זיי לאזן דאס בפועל וויסן פאר זיי, דורך זיך ארויס שטעלן מיט זיי צו זאמן און האלטן דרשות בפניהם אז זיי זענן גערעכט. איז אפשר יא כדאי זיי צו לאזן שפירן דעם טעם פון "ווייאלענס"? ס'גרינג צו האלטן דרשות ווען מ'זיצט על סיר הבשר און על סף הכסף על מי מנוחות. זאלן זיי אביסל שפירן דעם שרעק וואס באפאלט דעם געטראפענם זעהנדיג דעם ריזיגן ציגל אדער גאר א ראקעט קומט צו פליען מיט אן אומפעט גראד אריין און דעם שטוב ווי זיין קליין 3 יעריג קינד ליגט זיך אזוי בא'חנ'ט און בעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2007 16:33 |
|
| |
אנרגיה
אמאהל שרייבסט ואיך צו דער זאך.
גביר דו האסט נישט פארשטאנען מיין משל, איך וויל עס נישט מסביר זיין ווייל סזעט אויס אזדו ווילסט נישט פארשטיין
אבער גענוג איך זאל זיר זאגן אז ער וועט כאפן א ציגל אין קאפ אריין וועט ער פילען מעין דמעין פון דעם זיסן טעם פון א קאסם ראקעטע אדער א קאטיושא וואס זייע חברים שיקן אויף יידען אין ארץ ישראל. פאר שטייט זיך אז אלע זיינע אללה אכבאר חברים זענען נאן ווייאלענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2007 09:28 |
|
| |
איבערחזר'ן א שקר ביז ס'ווערט אמת איז געווען איינע פון די המצאות פון דעם באוואוסטן משוגענעם הונט פון jerm'any ימש"ו, ביי אונז יודן דארף עס אבער נישט צו זיין אזוי.
יעדער (וואס איז גרייט צו אנערקענען דעם אמת) ווייסט אז נטורי קרתא האט נישט געשטיצט און שטיצט נישט און וועט קיימאל נישט שטיצן ווייאלענס, און זיי האבן קיינמאלל נישט געזאגט פאר די אראבער אז זיי שטיצן דאס. אדרבה, פונקט פארקערט זיי זאגן און בעטן שטענדיג אז די ווייאלענס שפילט נאר אריין אין די הענט פון די ציונים, ווייל אזוי קענען זיי ווייזן אז מ'מוז זיי האבן צו באשיצן די יודן, און ווי אויך קען זיין אז עס באטרעפט אזעלכע מענטשן וועלכע זענען אפילו אקעגן די מדינה הציונות, און צו זאגן אז זיי שטיצן ווייאלענס אקעגן אחב"י איז נישט נאר אן אבסורד נאר א פשוט'ער באוואוסטזינגער ליגנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2007 17:36 |
|
| |
גביר
איך בין מלמד זכות אויך דיא אז די ביזט פשוט א נאיווער איד וואס טראכט נישט.
דו וויסט וויאזוי דו דו רעדסט? ווען א הינט בייפאלט א מענטש, טענהעסט דו מיט מענטש און מיטן הונט נישט צו נוצען ווייאלענס. פארשטייט זיך אז דו ביזט נישט אויף דעם כלב'ס זייט, דו טענהסט דאך מיט ביידע.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 16:47 |
|
| |
אנרגיה, באטשי,
איך קען נישט מער נישט מסכים זיין צו ענק, עס קען זיין א ער איז מחזק טעראר, און נאך אנדערע עבירות, אבער "ווייאלענס" איז נישט דער ענטפער, אמאל מיט 100 יאר צוריק פלעגט מען אזוי טאן, מען פלעגט האבן אלע תירוצם און מען פלעגט וועגן דעם מאכן "פאגראם'ס" "לינטש'ס" וכדו. און היינטיגע ציוויליזערטע וועלט האט נישט קיין פלאץ קיין ווייאלענס. עס איז דא גענוג פרידליכע וועגן וויאזוי אויסצודרוקן קענגערשאפט אנקעגן די "מטורפים". פארשטייט זיך אז העלפט סייווי נישט ווייל עס מאכט זיי אויסקוקן פאר א "רחמנות" און מענטשן האבן רחמנות אויף נרדפים. און עס גיבט זיי אנטענשאן אין די מידיא.
ווען וועלן מענטשן קלוגער און פארשטיין אז "לא זו הדרך"
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 17:40 |
|
| |
געדאנקן, איך האלט אויך ווי דיר, די פעולות וואס זיי טוען איז איין זאך, און וואסערע רעכט מ'האט צו טוהן פאר זיי סיי וועלכע געלט שאדן אדער געוואלד זאכן איז אויסדרוקליך און אבסאלוט אקעגן מענטשהייט און אקעגן די תורה. פינטל.
נאך מער, לויט דעם מעג יעדער סאטמארער צוגיין צו יעדן בעלזער אדער קלויזנבורגער און אים באווארפן מיט ציגל, ווייל לשיטת סאטמאר זענען די ציונים שולדיג אין אלע צרות אויף דער וועלט, אנגעהויבן פון די האלאקאוסט ביז אלע פראבלעמען ביז היינטיגן טאג, און זיי זענען מחטיאי הרבים וואס גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, און לפי שיטתם זענען די וואס נעמען געלט פון זיי און גייען צו בחירות א חלק דערפון, דעריבער זענען אלע פון זיי רודפים, און מ'מעג זיי שלאגן און רודפ'ן און אנווארפן זיי מיט זייערע קארס מיט ציגל....
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 22:02 |
|
| |
אי עם טי.
יישר כח, איך זע אז געווענליך האסטו אויך א שכל הישר, זייער גוט געזאגט, מ'דארף גארנישט מוסיף זיין.
דרך אגב הער איך אז דער יונגערמאן ניצט זיין קאר פאר פרנסה, און זייט די מעשה וואס מען האט עם צו'מזיק'ט דעם קאר ליגט עס אין באדי שאפ, ער האט נעבעך נישט קיין געלט עס צו פארעכטן און דורכדעם האט ער נישט קיין פרנסה.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 22:10 |
|
| |
איך הער מיט א שוידער ווי אידן האבן נישט קיין געפיל צו אן אנדערן איד אין מען שלאגט אים און מען נעמט אים צו די פרנסה, איי איי איי,
אבער איך מיין אז די היזבאללא האט געוואפען מער ווי שטיינער אויף ישראל, און געמאכט שאדענס פאר שווערע מיליאנען, אין דער נעבעכדיגער אינגערמאן שטיצט דאס בעקופין אן קיין פראבלעם,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2007 23:36 |
|
| |
געדאנקן
די שרייבסט "ווען וועלן מענטשן קלוגער און פארשטיין אז "לא זו הדרך".
די אמת איז מ'קען נישט נוצן דעם TERM קלוגער ווערן. דיין צד איז טאקע זייער אויס-געהאלטן און מוסבר, אבער ס'איז דא א שטארקע צד אויף פארקערט, ממילא ווער איז צו באשליסן וואס איז דער "קלוגער" וועג.
EMT
דיין צושטעל איז נישט אויסגעהאלטן.
א סאטמערער האט א "שיטה" וואס זאגט אז די ציונים זענן גורמים פאר צרות ישראל. ס'איז אבער פארט געבויעט אויף סברות. גוטע סברות, אבער פארט סברות. אנדערע גדולים האבן געהאלטן אנדערשט. פארוואס זאל א סאטמערער חסיד האבן א רעכט צו שלאגן איינעם וואס טוט לויט ווי זיינע גדולים האבן פארשטאנן אז דאס איז לטובת עם ישראל? אבער דא, ביי די נטורי קרתא, איז גאר אנדערשט. ווען מ'האלט דרשות פאר צו-ווילדעוועטע רוצחים, קעפ שניידער, און קינדער מערדער אז זיי זענן גערעכט מיט זייערע טענות, און נישט סתם גערעכט, נאר די ציונים זענן גאר שולדיג פארוואס ס'הערשט א ארעמקייט ביי די פאלעסטינע פאלק, די ציונים זענן די וואס האבן ארויס געווארפן די אומשולדיגע פאלעסטינער פון זייערע היימען, נארמ'לייגט צו די ווערטער אז "ווייאלענס" וועט נישט העלפן!! ווי אזוי קען מען זיך איינרעדען אז נאכן געבען גערעכט פאר אזעלכע רוצחישע מערדער אז זיי וועלן בכלל הערן אז "ווייאלענס" וועט נישט העלפן??!!!!
די נטורי קרתא אליינס ווייסן גאנץ גוט אז זאגן "ווייאלענס" וועט נישט העלפן, וועט גארנישט גארנישט אויפטוען, זיי זאגן דאס נאר יוצא צו זיין כלפי די וועלט און חרדישע יודנטום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/7/2007 11:06 |
|
| |
אנרגי'ה, די שנאה און האס שרייט ארויס פון יעדן ווארט דיינעם. איך זאג נאכאמאל, איך קען די מענטשן, איך האב אויך אמאל אזוי געהאלטן ווי די, אבער זייט כ'אב מיך באקענט אביסל מיט זיי זע איך אז ס'יז בכלל נישט ווי כאב געמיינט פריער, זיי זענען ווארימע יודן וואס ס'טוט זיי וויי די אלע זאכן וואס מ'טוט פאר אחב"י אין א"י און אין די גאנצע וועלט, און ס'יז פלעין ליגנט אז זיי געבן חיזוק פאר די אראבער דארך זאגן אז זיי זענען גערעכט.
ס"ה ווייל מ'ווייסט אז מ'האט צוטין מיט רוצחים, וואס מ'קען נישט אפהאלטן מיט קיין פאליציי אדער מיט סטראשען ווייל ווי זיי אליין זאגן האבן זיי גענוג ברואים וועלכע זענען גרייט אויף זעלבסט מארד, און ווי די יודן גלייבן, - באזירט אויף די תורה הק' און די ראשונים וכו' - איז די איינציגסטע וועג וואס קען העלפן, און איז אויך אויסגעהאלטן לויט די תורה, איז דורך בארוהיגן די רוצחים, ממילא פרובירן זיי דאס צו טאן.
יעצט דו ווילסט זאגן זיי זענען נישט גערעכט, זיי זענען נאאיוו, משוגע, פאריקט, רשעים, מוסרים, קענסט זאגן וואס דו ווילסט. אבער נאר זאגן. מיט הייבן הענט ווערסטו אליינ'ס א רשע און מיט דעם פארלירט דאס דעם חן און מהות פון א יודישע מחלוקה וואס גייט מיט את והב בסופה, מיט מוח און נישט מיט כח, און עס ווערט פארוואנדלט און א פלעינע גוי'אישע מחלוקה ווי יעדער פרובירט צו ניצן זיין חוזק יד און זרוע נטוי' אויף יענעם צו פארשטילן און דערשרעקן, וואס דאס איז בעצם וואס די אראבישע רוצחים טוען.
 |
|
|
|
|
|