בס"ד
יודישע וועלט שטורעמט קעגן ציוניסטישע בראטאליטעיטן
טעגליכע דעמאנסטראציעס אין ירושלים און בית שמש* הונדערטער זקני ידושלים בבגדי אסירים נעבן יו ען אין ירושלים *עצרת קינה וזעקה אין ככר ז'ופניק * רבבות אין עצרת מחאה קעגן ציוניסטישן קאנסול אין מאנהעטן
צווי לוחמים ארויסגעלאזט מיט שווערע באדינגונגען
ירושלימער אידן גייען ארויס אין די גאסן אויסצושרייען דעם וויי געשריי פון דעם יהדות החרדית בארץ הקודש, וואס ווערט אונטערדריקט מיט בארבארישע מיטלען אונטערן ציוניסטישן רעדזשים, וואו עס ווערט ארויף געלייגט אויף זיי פאלשע בלבולים מיט די הילף פון מוסרים קאלאבערייטערס מיט די פאליציי, און ווען עס קען נישט ווערן אויפגעוויזן דער פאלשער שולד ווערט ארויסגעגבן א תעודת חסיון, צו באשיצן די מוסרים, און אזוי גייט אן דער גרויסזאמדיגער אונטערדריקנג מיט צוהאקן און צוביילן די קעפ פון די וואס נעמען זיך אן פאר זיי, סיי אין די גאסן און סיי אין די תפיסות דארט ואו די ארעסטירטע קענען זיך נישט ראטעווען, און אפילו דער מינעמאלע מעדיצינישע הילף ווערט נישט צוגעלאזט צו זיי,
טאג איין און טאג אויס באווייזן זיך אין די גאסן הונדערטער אידן אלט און יונג און ווערן געהערט וויטע גאסן אוועק מיטן אלטן באקאנטן וויי געשריי "געוואלד" די אידן אין בית שמש די שוועסטער-שטאט פון ירושליים נעמען זיך דארט צוזאם יעדן אווענט ביי דעם ספעציאלן שאטער אהל המחאות "עד תום ההליכים" און פון דארט גייט מען ארויס אויף די הויפט שאסעי נהר הירדן און די קולות הילכען אפ ווייט "געוואלד"
דינסטאג דברים האבן אנטייל גענומען מערערע רבנים סיי אין ירושלים און סיי אין בית שמש, וועגן דעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די אסירים וואס זענען געהאלטן געווארן אין ירושלים זענען אריבער געפירט געווארן צו א סעלעקשן פונקט תפיסה, אין רמלה דארט ווערן די אסירים אבזערווירט וואו זיי גייען שמאכטען אין די קומענדיגע צייטן, דאס האט ארויסגעברענגט דעם עולם צו די גאסן, נאכ'ן זעהן אז עס איז נישטא קיין דורך ברוך אין די פרשה
אויפצומארגנס האט זיך איבערגעחזר'ט דאס זעלבע ווען עס איז באקאנט געווארן אז זיי שמאכטען אין באר שבע, פאר א אומבאקאנטן טעם זענען די באר שבע ארעסטאנטן געפירט געווארן צו אשקלון וואו די אנדערע דריי האבן זיך געפונען, אבער זענען אריינגעלייגט געווארן אין א באזונדערן אפטיילונג, ערשט פרייטאג זענען אלע פינעף ארעסטאנטן פאראייניגט געווארן,
לויט ווי עס שיינט איז די אלוועלטליכע פרעשור דערגאנגען צו די פירער'ס וואס קענען דאס נישט דערהויבן, און האבן באפוילן די פאליציי צו ווייזן א פארלייכטערונג פארן אויפגעברויזטן ציבור, אבער דא איז געלונגען פאר די פאליציי צו פארנארן די עסקנים צוזאם מיט'ן אדוואקאט, ווען די פאליציי האט פארגעשלאגן ארויסצולאזן צווי פון די ארעסטירטע מיט א אויסרייד אז אזוי וועט זיין בעסער פאר די אנדערע דריי און זיי וועלן באקומען א בעסערן "דיעל"
למעשה האט זיך ארויסגעוויזן אז דאס איז בלויז געווען א שפיצל צו פארדינען צווי פישלעך אויף איין מאל סיי אז דער עולם זאל זיך בארואיגן און סיי אז די צוויי אסירים האבן באקומען א שטראף אז זיי וועלן האבן א משפט און זיי דארפן גיין גלות אוועק פון שטאט, און אויך הויז ארעסט פאר 10 טאג,
די עסקנים זענען ווייט נישט צופרידן פון דעם ווען מהאט געדארפט ברענגען 14 טויזענט שקלים, בעיל,
ווי ערווארטעט וועלן די אנדערע דריי ארעסטירטע נישט איינגיין אויף קיינע פשרות ביז ווילאנג מען וועט זיי ארויסווארפן פון תפיסה,
די צווי ארויסגעלאזטע אסירים הר"ר יואל סימאן, און הר"ר אהרן בייער זענען געגאנגען פרייטאג גלות צו ירושלים אוועק פון זייער שטאט בית שמש, דארט זענען זיי אויפגענומען געווארן מיט פייערליכע באגריסונגען, און האבן באקומען שבת א חשובע עליה לתורה אינעם גרויסן ביהכנ"ס תולדות אהרן,
א באזונדערע פרשה האט פארנומען די העד ליינס אין אלע גויישע מידיע'ס פון די וועלט דאס איז געווען די עצרת התעוררות לאבינו שבשמים, און א בקשה פאר די אומות העולם זאלן שיקן סאלדאטן פון די גארער וועלט צו באשיצן די פרומע אידן וואס קענען נישט פראקצעטירן די הייליגע תורה אונטער די ציוניסטישע בארבאריסטישע פייניגונגען,
שוין פון פאר שבת איז אויסגעהאנגען געווארן מודעות אין ירושלים אז עס וועט פארקומען זונטאג א מעמד "כח רב לאומי" א בקשה צו באקומען פון דעם יו ען, אן אינטערנאציאנאלישן באשיצונג פון סאלדאטן פון איבער די וועלט,
צום באשטימטן צייט האבן זיך די באסעס וואס זענען געשטאנען אין רחבת שומרי אמונים, אין מאה שערים קווארטל, איבערגעפולט געווארן מיט הונדערטער זקני ירושלים אנגעטון בגדי אסירים, און זענען באלד ארויסגעפארן צום יונייטעד נעיישן קווארטל אין תלפיות געגנד, ביים באוואוסטן מיליטערישן באזע "ארמון הנציב" דער עולם האט געזאגט פרקי דרחמי און עטליכע קאפיטלעך תהילים דערנאך איז געזאגט געווארן א דרשה אויף ענגליש, און ווען עס איז געקומען די צייט פאר דעם בריוו וואס איז צוגעגרייט געווארן איבערצוגעבן פארן יו ען הויפט פארשטייער, איבערגעגעבן צו ווערן דארט האט זיך ווידער די פאליציי אקעגן געשטעלט און נישט צוגעלאזט קיינעם זיך צו דערנענטערן, דער פארשטייער פון דעם יו ען האט זיך דערנענטערט און אויסגעשטרעקט זיין האנד און דאס איבערגענומען, די פאליציי האט זיך דא אויפגעפירט מיט ווייניגער בראטאליטעט ווי עס פארשטייט יעדער אז אין די אויגן פון די וועלט'ס גרעסטע מאכט לוינט זיך נישט צו פארשמירן דעם פנים,
די זאך איז זייער שטארק פארשפרייט געווארן אין די וועלט'ס מידיע און גוט פארשעמט דעם ציוניסטישן אויסזעהן
משך'ן שבת קודש איז אויסגערופן געווארן אין אלע ערליכע בתי מדרשים איבער גאנץ ניו יארק, און אויך אין די קעצקיל'ס אז דער עולם זאל זיך משתתף זיין אין דעם עצרת מחאה וזעקה וואס וועט פארקומען אין מאנהעטן קעגן איבער דעם ציוניסטישן קאנסול, פארופן געווארן דארך התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדע אויף תשעה באב נאכמיטאג, ווען כלל ישראל קלאגט אויף דעם ביטערן חורבן בית המקדש,, פארשידענע רבנים האבן אויך אויפגעטראטן מיט א דרשה, אויפקלערנדיג די ווערטער וואס מ'האט געזאגט ביי די הפטורה "שריך סוררים וגו'" אז דער מצב איז ממש ווי מיר האבן געזאגט, און עס ליגט א חיוב אויףף יעדן וואס ער מיינט אז דער תענית וועט אים דערלאזן זיך אנטייל נעמען אין דעם עצרת, ער זאל זיך אנשליסן צום לגיון של מלך, און בפרט אז צו די פאליציי איז אנגעקומען ווערטער וואס זענען געברענגט געווארן צו זיי דארך גאר היימישע מענטשן אז די פאליציי קען טוהן מיט די ארעסטירטע וואס זי וויל ווייל קיינער וועט זיך נישט אנעמען פאר זיי, דעריבער איז א שטארקער חיוב פאר יעדן אנטייל צונעמען,
צו די באשטימטע שעה האט זיך גענומען שטראמען שווערע מחנות פון טויזענטער אידן פון איבעראל אין ניו יארק, דארט האבן אויפגעטראטן מיט דרשות הרה"ח ר'אלימלך שטערן, הרה"ג ר' מנשה פיליפ, הרה"ג ר' מנשה מאיער, אלע דרשנים האבן ארויסגעברענגט דעם עיקר פוינט אז מיר זענען מוחה קעגן דעם עקזיסטענץ פון די מלכות הכפירה, און דאס באדערן און פייניגן ערליכע אידן איז נישט דער ציל פון די מדינה , נאר דער אמצעי פון אויסרייסן די הייליגע תורה רח"ל,
א עקסטערע רושם האט געמאכט די פלאם פייערדיגע דרשה פון הרב יהושוע לאפידות פון שווייץ, וואס איז ספעציאל אנגעקומען צו דעם עצרת, דער חשובער גאסט האט דערציילט ווי ער אליין האט מיט יארן צוריק געשמאכטעט אין די תפיסות אויף דעם וואס ער האט ארויסגעראטעוועט יידישע קינדער פון דעם ציוניסטישן שמד, אויך האט ער דערציילט ווי ער האט מיט געהאלטן אנאשיער מערכות וואו דער הייליגער בריסקער רב זיע"א האט אים מדריך געווען, און האט אים כמה פעמים קלאר געמאכט אז די מערכות זענען נישט קיין איינצילע גזירות אויף אידן, נאר איין גאנצע גזירה אויף די הייליגע תורה, מ'פארברענט טאג טעגליך שטיקער פון די תורה רח"ל (זעה באזונדערע באריכט אין היינטיגן נומער)
בד"ץ העדה החרדית אפעלירט צו וועלט טוער'ס, זאלן טוהן אלעס וואס מעגליך צו באפרייען די דריי ארעסטירטע
אין א באזונדערן קול קורא האבן די בד"ץ פון די עדה החרדית אין שפיץ פונעם גאב"ד שליט"א ארויסגעשריבן א בקשה צום אלוועלטליכן יידישן אינדעטום, אז יעדער זאל מתפלל זיין לשחרור האסירים, און אויך טוהן השתדלות וואס נאר מעגליך צו באפרייען די חשובע עסקנים, ווי דער בי"ד דריקט זיך אויס אז זיי זענען די שפיץ פון יהדות החרדית אין ארץ ישראל
זונטאג קומט פאר א געריכט וואו דער לויער וועט פארזעצן זיינע באמיאונגען זיי צו באפרייען