| נשלח ב-16/9/2007 06:05 |
|
| |
מעג מען אנשרייען איינעם וואס איז מבזה א בית המדרש ?
איך האב געהאט דעם ראש השנה א פאסירונג און איך וויל הערען וואס דער עולם דא האט צו זאגען צו דעם.
איך דאווען אין א בית המדרש ווי איך בין פון די עלטערע פון דעם עולם, א גרויסע טייל זיינען גאר אינגע יונגע לייט,
איך גיי ארויס אין מיטן שחרית (ביי כולם אהובים) זעה איך ווי עטליכע אינגע לייט שטייען פארן בית המדרש מיט א קאווע אין די האנט און א ציגערעטל אין די אנדערע אין מען שטייט און מען שמוסט,
מאך איך זיי מיט די הענט זיי זאלען ביטע נישט שטיין פארן בית המדרש אזוי 9 אזייגער און דער פרי, ווייל עס גייען א דורך מענטשען אין עס איז א בושה אז ווען מען האלט שוין טיף אין מיטן דאווענען מען זאל שטיין אזוי געמיטליך און שמיסען, ווי איר פארשטייט האט עס גארנישט געהאלפען,
איך קום ארויס 5 מינוט שפעטער אין איך ווייז זיי נאכאמאל פליז גייטס אריין, און גארנישט,
נאך די שמונה עשרה גיי איך ארויס און זיי שטייען נאך דארטן האב אנגהויבען שרייען הויך "גייטס אריין און פארשעמט נישט דעם בית המדרש, מענטשען ווילן נישט אהער קומען דאווענען וועגן אזעלעכע סארט געפירעכטס וכו', איך וועל עס נישט צו לאזען און וועל עס באקעמפען עד הסוף".
עס זיינען געשטענען דארט 3 אינגעלייט, צוויי זיינען בכובד ראש אריין און בית המדרש, דער דריטער (וואס איז אסאך אינגער פון מיר, אין עס קען גאר זיין אז ער דארף מיך רעספעקטירן אלץ זיין רבי, וואס איך קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטוען, און איך האב אים נישט באליידיגט פערזענליך) האב אנגעהויבען א קאמפעין קעגען מיר און ארום געגאנגען מיך מבזה זיין אויף א גראבען אופן.
דעם נעקסעטן טאג דעם צווייטען טאג ראש השנה האט ער געוואלט ווייזען וואס פאר א גבור ער איז, איז ער ווייטער געשטאנען און דרויסען מיטן ציגערעטל און איך בין ווייטער ארויסגעגאנען און געשריגען אויף אים און ער האט ממשיך געווען מיט דברי בזיון אויף מיר וכו'.
איך האלט מיך דא שטארק איין נישט צו שרייבען מער וועגען דעם אינגערמאן ווי עס פעלט אויס להבין המעשה.
(דרך אגב איז היינט דא א סאך רבנים וואס האלטען אז מען טאר נישט רייכערן יו"ט ווייל עס איז נישט געזונט ממילא איז עס נישט א דבר השוה לכל נפש),
מיין שאלה דא איז צו איינער האלט דא אז איך האב געטוען ע"פ יושר ווייל ווען איינער קומט אין בית המדרש לכתחלה אויף נישט אריינצוקומען דאווענען נאר צו טרעפען קאמפאני און רייכערן, און ער טוט עס אין פראנט פון בית המדרש, מעג מען אים הייסען אוועק גיין,
אדער אפשר דארף מען לאזען יעדען טוען וואס עס שמעקט אים, און עס איז נישט מיינע ביזנעס?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 06:55 |
|
| |
דברי חכמים בנחת נשמעים [קהלת ט,יז]
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 07:58 |
|
| |
ליין נאך אמאל איך האב זיי געבעטען 2 מאל שיין,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 17:37 |
|
| |
אויב אזוי פארוואס זאלסטו נישט קעמפען קעגען אנדערע ביהמ"ד פראבלעמען אזוי ווי לעצטענס
ווערט גיברענגט אין די צייטונגען וויפל מען פייניגט בעל תפלות אז עס זעהט שוין אויס מער ווי א
שלאכט פעלד אדער ווי מען רודפט דעם גבאי אדער מיט די האנטוך פראבלעבען און מקוה אדער
סתם שמועסען ביים ליינען אדער דאווענען א גאנץ יאר וואס מען זעהט אז די גאנצע מושג פון קומען
און ביהמ"ד דאווענען איז זייער אנדערש און אינטערעסאנט ביי מאנכע מענטשען
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 17:49 |
|
| |
עס איז דא היינט ליידער אסאך עלטערע אינגעלייט וואס ליידען אויף הויעך צוקער, און אזא טאג ווי ראש השנה וואס מען עסט נישט ביז שפעט ווערן זיי זייער נערוועז.
וועגען דעם הערט מען פון מאל צו מאל קולות און א בית מדרש אזא טאג.
דער אייבישטער זאל אפהיטען אידישע קינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 18:33 |
|
| |
מה ידידות !
עס געפעלט מיר אנשטאט צו ענטפערען לענין, זאגסטו אז באמת איז אלעס OK נאר עס איז פשוט א דייביטיס פראבלעם,
צווייטענס מען רעד דא פון 9 אזייגער אינדערפרי.
לאמיר דיר פרעגען, ווען דיינס א נאנטע משפחה מאכט חתונה אין איינער שטעלט זיך אוועק נעבען די חופה בשעת מען זאגט די ברכות און לאכט הויך מיט זיינס א חבר, אדער ער שטעלט זיך עסען א סענדוויטש נעבען די מחותנים וכדומה, און איינער פון די משפחה שרייט זיי אן וואלסטו אויך געזאגט אז עס איז א דייביטיס פראבלעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 18:48 |
|
| |
WORLD WAR
איך בין נישט קיין מוסר זאגער און איך האב בטבע נישט ליעב די אלע וואס פארנעמען זיך און מאכען א קאריער פון שטיל מאכען ביים דאווענען, אבער עס איז דא א מאל וואס עס גייט איבער די מאס, און אז מען סטאפט עס נישט באצייטענס ווערט א חורבן.
עס איז היינט ליידער אריין אזא מין קרירות אין מאנכע אינגעלייט, וואס איך גלייב אז זיי האבען גאטס למשל נישט צו פירן דעם סדר פסח ביינאכט און גיין שלאפען, וכדומה, אז מען זאל זיי לאזען אריינברענגען זייערע השגות אין בית המדרש ווער ווייסט ביז ווי דאס קען פירן,
רעדען ביים דאווענען איז א עוולה און קעגען די הלכה, אבער דאס איז זייער שווער צו באקעמפען.
די אלע אנדערע זאכען וואס די רעכענסט אויס איז ב"ה נישטא ביי אונץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 20:05 |
|
| |
ATOZ היקר
א גמר חתימה טובה און אשרי חלקך אז סבאדערט דיך דיע זאכן
איך וויל דיך פרעגען אשאלה,
לויט ווי איך ליין דיינע ווערטער, האט דיין ביהמ"ד נישט קיין בעה"ב. אדער אפילו סהאט יא אבעה"ב איז באדערט עס איהם נישט גענוג שטארק מוחה צו זיין, משא"כ דיך באדערט עס יא. פארשטיי איך בכלל נישט וואס זיכסטו דארט אין דעם ביהמ"ד.
לאמיך נאכאמאהן איבערשמועסן
טאמער האט עס נישט בכלל קיין בעה"ב אדער א ראש, ווייסטו דאך דאס באקאנטע ווארט פון בעש"ט אדער תלמידיו אז ווי סנישטא קיין ראש ווערט דער ס"מ א ראש רח"ל. והוא בדוק ומנוסה לויטן אויסגעהאלטענעם כלל פון הדיוט קופץ בראש.
אלא מאי סהאט יא א ראש נאר סשטערט איהם נישט, צו וואס דאוונסטו דארט ביי איהם?
יאג אפ פון דארט , מיט די צייט וועסטו אויך אזוי ווערן
רמב"ם יד החזקה - הלכות דעות פרק ו (א) דרך ברייתו של אדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחביריו נווהג נוהג כמנהג אנשי מדינתו לפיכך צריך אדם להתחבר לצדיקים ולישב אצל החכמים תמיד כדי שילמוד ממעשיהם ויתרחק מן הרשעים ההולכים בחשך כדי שלא ילמוד ממעשיהם הוא ששלמה אומר הולך את חכמים יחכם ורועה כסילים ירוע ואומר אשרי האיש וגו' וכן אם היה במדינה שמנהגותיה רעים ואין אנשיה הולכים בדרך ישרה ילך למקום שאנשיה צדיקים ונוהגים בדרך טובים ואם היו כל המדינות שהוא יודעם ושומע שמועתן נוהגים בדרך לא טובה כמו זמנינו או שאינו יכול ללכת למדינה שמנהגותיה טובים מפני הגייסות או מפני החולי ישב לבדו יחידי כענין שנאמר ישב בדד וידום ואם היו רעים וחטאים שאין מניחים אותו לישב במדינה אלא אם כן נתערב עמהן ונוהג במנהגם הרע יצא למערות ולחוחים ולמדברות ואל ינהיג עצמו בדרך חטאים כענין שנאמר מי יתנני במדבר מלון אורחים:
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 20:14 |
|
| |
באטשי !
ווי אלעמאל ביסטו קלוג אין זיס, איי לאוו יא,
די סיבה פארוואס איך דאווען דארט איז א לאנג סטארי וואס אויב איך וועל אריינגיין אין דעם וועט יעדער וויסען פון וועלעכן בית המדרש מען רעד,
עס איז זייער שווער צו טרעפען א בית המדרש וואס איז ערליך און אויך ליבעראל, אונזער בית המדרש COMES CLOSE רוב רובם פון די מתפללים זיינען ערליכע שטילע מענטשען אבער שוואכע עלעמענטען קומען ביי אונז דאווענען און נעמען ADVANTAGE פון אונץ,
דער ראש און די גבאים ווילען גארנישט טועהן אבער זיי ציטערען ווען איינער וויל עפעס טועהן ודי למבין,
איך מיין אז איבער די יארען האב איך געצוימט דעם הפקרות, והשי"ת יעזור גם להלאה, בלי חולי צוקר ל"ע,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 20:40 |
|
| |
מיר קוקט עס יא אויס אביסל ווי א צוקער פראבלעם... ואפרש שיחתי יעדער האט א רעכט צו טון ווי זיין מורה הוראה הייסט אים... עס זענען דא מורה הוראות וואס האלטען אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו רייכערען טרינקען קאווע 9 אזייגער, אדרבא עס קען זיין א מצוה רבה, ווייל עס לופטערט אויס די קאפ, און מען קען בעסער דאווענען דערנאך, ועוד כמה טעמים ואכמ"ל אוודאי איז דא עקסטרעמע מורה הוראות וואס לאזען נישט, אבער יעדער האט דאך א רעכט צו פרעגן זיין מורה הוראה, וכפי שמונח בזכרוני פארשטייסטו די סברה זייער גוט בשאר ענינים,
א"כ כדי ליישב הסתירות על מער יא אנעמען די צוקער סברה...
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 21:07 |
|
| |
אנאליזירער !
איך האלט טאקע אז די זאלסט ברענגען א מאטראץ און זיך אויסלייגען אין בית המדרש פארן ארון קודש חאפען א דרימעל ביי די הויכע שמונה עשרה פון מוסף אים יוה"כ, עס איז וודאי נישט קעגען די הלכה, אפשר א פאר עקסטערמע רבנים וועלען האלטען אז עס נישט קיין כבוד, אבער ווער רעכענט זיך מיט די קיצונים, און אזוי וועסטו קענען פיין דאווענען דערנאך, און כדי להוציא כל הדיעות זאלסטו דיר אנגרייטען נעגעל וואסער, (אכטונג ! יוה"כ מעג מען נאר אפגיסען די שפיץ פינגער),
און אויב די ליידסט רח"ל אויף צוקר איז עס מותר לכל הדיעות,
לקיים מה שנאמר עם עקש תתפתל !
א גריס פאר עד ק.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 21:22 |
|
| |
חל עליך חובת ביאו"ר להסביר הגדרים ----------------------------- ווער איז עד ק. ?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2007 23:50 |
|
| |
aaatozzz
אונז האבמער א כלל אז דברי חכמים בנחת נשמעים. אויב האט דאס נישט געארבייט בי דיר, שטעל איך דאס אויף די חזקה אז דאס איז נישט געווען בנחת כפי המצב. דהיינו: וויבאלד דארטן זענן געשטאנען 3 יוגענלייט, קען זיין אז ס'וואלט בעסער געווען אז די ווארטסט ביז ווילאנג זיי צו-גייען זיך און דערנאך צו גיין צו יעדען פערזענליך מסביר זיין אז די ווילסט איהם נישט מוסר זאגן נאר אלס די טובה פןו די בית המדרש בעטסטו איהם אז ער זאל זיך נישט שטעלן דארטן שמועסן.
אויב ארבייט דאס נישט די ערשטע מאל זאלסטו רעדן צו זיי מיט חכמה צום דריטן און פערטן מאל אויכעט. ווייל למעשה האסטו דיר אנגעשאפט שונאים. צו וואס פעלט עס דיר אויס?
למעשה וואס פלאנסטו צו טוען אויף יוה"כ?
ס'וואלט אפשר כדאי געווען אז די זאלסט זיי אנרופן און זיך אנשטולדיגן אויפן "ווילדן" אויסברוך, אבער די האסט נישט געמיינט זיי פערזענליך, און ס'איז כדאי מכאן ולהבא נישט צו שמוסען בפומבי.
איך מיין אז דאס האט מער "טשענס" צו ארבייטן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2007 00:47 |
|
| |
אטאז,
איך מיין אז די רעכט פון מענטשן צו טוהן וואס זיי שמעקט ענדיקט זיך דארט ווי זיי מאכען קאליע פאר'ן עולם.
איך בין אפשר געוועהן פון די שמועסער וואס דו האסט באזינגען (אדער עכ"פ איך בין ראוי דערויף - נאך וואס דו ביסט מגלה פון וועלכע בית המדרש דו רעדסט וועל איך קענען פעסטשטעלען אויף זיכער...) אבער געוועהנליך פאלג איך די מוסר זאגער ווען איך פוהל אז זיי זענען בארעכטיגט.
לכה איעצך, די עיקר שאלה וואס דו פרעגסט איז א פראקטישער.
לויט ווי איך פארשטיי, אינטערעסירט דיר גאנץ ווייניג א מערכה מיט דעם דריטען אינגערמאן. אויב איז שייך, בעט איהם איבער און ווער מיט איהם אויס שונא - דו האסט סיי ווי שוואכע אויסזיכטען אויף איהם משפיע צו זיין. זייט איהם מסביר אז דו האסט באמת איינערקענט אז ער איז אנדערש (ער איז דאך טאקע אנדערש... ס'הערט זיך ווי ער איז א חסר דעה וואס נאך דערצו איז ער א שטיקעל א פושע) אפשר וועט ער דיר ווייניגער שטיין אין וועג בנוגע די אנדערע אינגעלייט.
מלמדים אין חדר האבען אסאך מאל שטילע הסכמים מיט געוויסע קינדער, אז אפילו זיי שרייען אויף זיי ברבים, איז עס נאר געצילט פאר די אנדערע צו הערען און נישט פאר די באטראפענע. ודוק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2007 18:27 |
|
| |
א ביז ת
איך פארשטיי דיין ווייטאג, איך האב מיך למעשה נישט באצויגען דווקא צו דיין פרשה, נאר צו א גענעראלע פראפלעם וואס איך האב ליידער באמערקט.
איידלע עלטערע אינגעלייט וואס א גאנץ יאר זענען זי א געשמאק, ווען עס קומט צו די לאנגי תפילות זענען זיי פלוצלינג א צווייטע באשעפעניש רח"ל
דער אייבישטער זאל העלפען אלע אידען זיי זאלן זיי געזונט אין שטארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/9/2007 18:57 |
|
| |
עס איז אינטרעסאנט אז די ווייסט אזוי פינקטליך וואס די מעשה איז געווען, אפשר ביזטו פון אונזערע מתפללים ?
|
|
|
|
|