| נשלח ב-15/11/2007 20:49 |
|
| |
"אין הידור בבניית מקוואות של מעיינות"
השבוע יצא-לאור קונטרס בשם "מקואות בהלכה" מאת אלי' מטוסוב ■ בקונטרס, מתריע הרב מטוסוב אשר אין הידור בבניית מקואות של מעיינות, ומנסה להוכיח כי לשיטת אדמו"רי חב"ד אין טוב יותר ממקוואות עם השקת מי גשמים הנהוגים בימינו ■ המחבר ערך בירור מקיף בסוגיית מקוואות הבנויות ממי מעיינות והוא מביא דעת כמה רבנים, ביניהם גם רבני חב"ד, אשר מציעים לתקן גם בזמנינו בניית מקוואות של מי מעיינות, ע"י חפירות לעומק הקרקע ולדעתם יש בזה כמה הידורים בהלכה
ביי מיר איז דאס א חידוש, ווייסט איינער א מקור צו דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 05:37 |
|
| |
קריג די קונטרס און זיי אליין מברר
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2007 16:06 |
|
| |
גוארי
פתח בקד וסיים בקדחת...
אתה פותח שאין הידור בבניית מעיינות, און דו ענדיגסט מזאל יא בויען מעיינות
א מעיין האט א הידור אז ס'פסל'ט נישט קיין זוחלין, אויף יידיש גערעט אויב מגעפינט אויס אז ס'האט א ליעק, ווערט בדיעבד נישט פסול די מקווה.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 06:06 |
|
| |
די אין באראפארק איז נישט שכיח קיין מעיינות, מאכט מען נישט מיט מעיינות, פארצייטענס ווי מען האט געוואינט איז געווען מעיינות האט מען געמאכט מיט מעיינות.
אז מען קוקט אין די תשובות זעהט מען אז רוב מקוואות זענען געווען געמאכט דורך א מעיין.
די אלע הידורים און פראבלעמען וואס איז דא מיט בור ע"ג בור און ווייס איך וואס אלץ נישט, איז נישטא ביי מעיינות ווייל מען דארף נישט מורא האבען פאר קיין נתן סאה ונטל סאה, מען לאזט אריין מעיין וואסער אין די מקוה, און פארטיג, די מקוה איז כשר, מען דארף גארנישט מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 18:43 |
|
| |
באטשי
נישט איך שרייב אין הידור, איך שרייב נאך א חבדסקער סייט, וואס לדעתי שיסט סתם דא סתם עם הארצות.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 23:44 |
|
| |
איך קען הערן אז ער זאל זאגען אז א בור על גבי בור האט מעלות, אבער עס איז פאלש צו זאגען אז עס נישט קיין הידור צו מאכען א מעיין.
|
|
|
|
|