בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

'דער בלאט' קאפירט דעם 'שריפט'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2007 18:56 לינק ישיר 
'דער בלאט' קאפירט דעם 'שריפט'

...אונזער צייטונג האט זיך ב"ה קונה שם געווען אלס דער סאמע בעסטער צייטונג וואס פון אירע שפאלטנס נאשן פיל אנדערע צייטונגען און זשורנאלן און פרובירן איר נאכצומאכן הן אין תוכן און אויך איר גראפישער אויסשטעל ווי אזוי צו מאכן קעפלעך פאר נייעס...

בערך די ווערטער האב איך אמאל געליינט אין דער ארונישער צייטונג 'דער בלאט'. און איך האב געקלערט אז אפשר זענען זיי גערעכט, און נישט אז עס איז א פעלער, ווייל אזוי גייט עס אין ביזנעס אז איין קאמפאני מאכט נאך דעם צווייטן און יעדער סוחר פרובירט צו בעסערן זיין סחורה.

די לעצטע עטליכע וואכן איז מיר אבער געווען מאדנע און אינטערעסאנט אז דער בלאט האט באשלאסן אז זיי גייען נאכמאכן אנדערע - פארקערט ווי זיי שרייבן אז זיי זענען די וואס טרעטן אויס דעם וועג פאר זייער קאנקורענץ - און האבן נאכגעמאכט דעם אזוי באליבטן און אומפארגעסליכן צייטונג וואס האט אין זיין קורצער לעבן אויפגעשאקלט די רעדאקציעס פון אלע אנדערע צייטונגען: 'דער שריפט'.

אריינגייענדיג מיטוואך צופרי אין די געשעפטן האט מען גראד באמערקט די הערליך גראפירטע, שרייענדע קעפלעך וואס דער שריפט האט אזוי קאלירפול געכאפט דעם אויג, און אין געציילטע ווערטער מיט בילדער דערציילט וואס האט פאסירט דעם פארגאנגענעם וואך.

היינט האט מען אין 'דער בלאט' רעדאקציע באשלאסן אז דער עולם האט שוין פארגעסן אז מיט א קנאפע האלב יאר צוריק איז ארויסגעקומען א צייטונג מיט דעם אויסשטעל, און מען קען איר שוין אנהייבן נאכצוקאפירן. זיי האבן אבער, ווי שטענדיג, אונטערגעשאצט דעם עולם, און איבעראל רעדט מען פון דעם, אז דער בלאט האט אנגעהויבן נאכמאכן דעם שריפט, און עס דערקענט זיך די בענקשאפט צום צייטונג וואס האט געהאט פיל מער צו פארקויפן ווי בלויז קאלירפולע דעקלעך...

איך געדענק נאך ווי איך בין געווען פיל מיט פרייד איבער די נייע ערשיינוג פונעם בלאט מיט א פאר יאר צוריק, און געהאפט אז דורך איר וועט אויפשיינען א נייע ליכט אינעם אידישן ליטעראטור.

זיי האבן טאקע געמאכט א גאר גוטע ארבעט אנפאנג, ווען זיי האבן געהאט די יונגע נייע שרייבער וואס צווישן אירע רייען האבן זיך געציילט אזעלכע ריזן ווי ש. ראלניצקי, פ. גלויבער, ל. ט"ב א.נ. אבער עס האט זייער שנעל אויסגעוועפט ווען מען האט זיי נישט גוט באהאנדלט און זיי שוואך באצאלט און איינס ביי איינס האבן אלע ארויסגעבעקט און אצינד זענען זיי ליידיג פון תוכן'דיגע און אינטערעסאנטע שרייבער.

איך מוז ארויסברענגען א יישר כוח פאר די רעדאקציע פאר די טפשות פון לאזן אוועקגיין אזא שרייבער ווי ר' שמעון ראלניצקי וואס אזוי האבן מיר נאך יעדן חודש הנאה פון זיין עהרנפולער 'שטערן' וואס אירע אומצאליגע ליינער קענען קוים ווארטן און ערב ר"ח הערט מען אין די געשעפטן: 'די שטערן איז שוין ארויסגעקומען?'.

 פארט געב איך נישט אויף האפענונג אז עס איז בלויז דער אנהייב פון חידושים וואס זיי מאכן נאך אנדערע און אויך די מאמרים וועלן באקומען דעם ריכטיגן פנים אז עס זאל זיין ווערד צו נעמען אין די האנט אריין. איך בין זיכער אז עס וועט אויך לוינען פינאנציעל, ווען אדווערטייזער וועלן זוכן צו האבן זייער עד אין א רעספעקטפולער צייטונג.

און אז איך רעד שוין פון זשורנאליזם האב איך באמערקט נאך א גאר מאדנע זאך.

עס האט זיך געקאכט וועגן די סקאנדאל איבער די סושי רעסטאראנט אין מאנסי, וואו 'דער צייטשריפט' האט געמאכט א גוטן ארבעט און איבעראל איז שוין די וואך געהאנגען די צעטלעך פון דעם בעל מכשיר דער גיסינגער , ווי ער נעמט אראפ זיין הכשר.

אבער איך קען נישט כאפן וואס עס גייט פאר מיט די צייטונגען. צי שלאפן זיי אינגאנצן? מילא אנהויב ווען זיי האבן נישט גערעדט דערפון האב איך געטראכט אז מסתמא ווילן זיי זיך נישט אריינלאזן אין א ספק, אפשר דאך איז דאס א בלבול אדער האבן זיי פשוט נישט געהאט קיין אינפארמאציע דערוועגן. אבער יעצט, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער הכשר איז אראפ, פארואוס רעדן זיי נישט קיין ווארט דערפון? וויאזוי איז מעגליך אז יעדן נארישן עיקול פון א מחלוקת צווישן צוויי פריוואטע מענטשן, דאס נעמען זיי אן, אבער א מודעה פון א רב וואס האט אראפגענומען זיין הכשר , דאס האבן זיי נישט אינזין?

איז דא עפעס וואס דער עולם דארף וויסן? אדער איז טאקע מער נישטא ווער עס באריכעטעט עפעס אויסער פאליטיק?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2007 20:42 לינק ישיר 

עורכי העיתון 'דער בלאט', הנמצא בשליטת חסידיו של האדמו"ר מסאטמר רבי אהרן טייטלבוים, כנראה ביקשו להוכיח שהם קנאים בדיוק כמו מתחריהם מהעיתון 'דער איד', הנמצא בשליטת חסידיו של האדמו"ר מסאטמר רבי זלמן לייב טייטלבוים. ל'דער איד' יש תדמית קנאית יותר, כמי שצועד בדרכו של ה'ויואל משה'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2007 21:58 לינק ישיר 

אלטע מעשה, דער בלאט איז געשטעלט, און געמאכט פאר יונגע מוחות, נישט מער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2007 23:53 לינק ישיר 

דער זשוראלניזם פון דער בלאט האט שוין צוגעברענגט גאר אסאך אהרונים גענצליך איבערצולאזן זייער פארטיי.

ר' אלימלך לייפער האט געהאט אויף דעם א שיינע באשרייבונג אין דער וועלט אפאר וואכן צוריק. אבער דאס איז נאר איין פרט.

זיי האבן אראפגעברענגט דעם שרייבעריי ניווא צום קלימאקס נידריגקייט.

מאכט נישט קיין טעות, איך רעד דירעקט נישט פון פאליטישע פרעספעקטיוו! יעדער וואס האט א מח בקדקדו באמערקט דאס ביי יעדן באזונדערן נומער פון דער בלאט אן קיין אויסנאם, וואך נאך וואך.

דער איד האט א פאליסי פון נישט שוינען קיין געלט און קיין מיה ווען עס קומט צו זשוראלניזם, און עס דערקענט זיך אויף יעדן טריט און שריט, זיי צאלן פאר שרייבערס טבין ותקלין. צום גרעסטן וואונדער פארשטייען נישט די ראשי האהרונים קיין כי הוא זה צו דעם.


תוקן על ידי בן_עמרם ב- 26/11/2007 23:54:36




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2007 22:22 לינק ישיר 

דער בלאט איז ריכטיג "געלע זשורנאליזום"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2007 23:36 לינק ישיר 

איך וואלט אביסעלע מחולק געווען מיט בן-עמרם. דער זשורנאליזם פון "דער בלאט" האט צוגעברענגט א סך אהרונים איבערצולאזן דעם "בלאט" - און איך אליין בין איינער פון זיי.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2007 04:11 לינק ישיר 

קנאת סופרים מרבה חכמה


תוקן על ידי bush2008 ב- 17/12/2007 4:13:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2007 22:52 לינק ישיר 

פון זען וויפיל חכמה דאס ברענגט ארויס פארשטיי איך וואס פאר א סופרים די שרייבער פון דער בלאט זענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > 'דער בלאט' קאפירט דעם 'שריפט'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext