נשלח ב-12/12/2007 16:22
2008 פרעזידענט וואלן וואס האלט דער עולם דא, ווער גייט געווינען די פריימערי ביי די רעפובליקאנער און ביי די דעמאקראטן?
ביי די רעפובליקאנער גלייך איך זשאן מעקעין אדער מייק הוקאבי,
ביי די דעמאקראטן בין איך נישט זיכער, קלינטאן איז עפעס נישט צו די זאך זי קוק אויס עפעס ווי א מאשין אזוי די צייטונג שרייבט יעדע וואך, אבאמא איז סתם א גרינער, מען קען נישט ווערן פרעזידענט פון זיין א סטעיט סענעטאר, און אויכט נישט פון דעם אז מען האט געוואינט אלץ קינד איז אינדאניזע, עדווארדס איז סתם א משוגענער מיט זיין צוויי אמעריקעס, ווילאנג ער סטאפ נישט צו רעדן זיינע שטותים מיט צוויי אמעריקעס הער איך אים אפילו נישט אויס.
אגב די צייטונג האט די לעצטע וואך אינגאנצען איגאנרירט די מאמענטום פון הוקאבי, ער האט גארנישט געשריבן ווי שטארק ער איז געשטיגן אין די פאלס, גיי ווייס וואספארא חשבון ער האט מיט הוקאבי, אדער איז עס סתם איגנארענץ פון זיין זייט, איך האף אז די וואך ווער עס פארעכטען.
היינט גייט זיין א רעפובליקאנער דעבאטע אויף אייווא פובליק טי ווי IPTV צוויי אזייגער EST פאר ווער עס וויל מיטהאלטן און געבען זיין אנאליז נאכדעם.
http://www.iptv.org/campaign08/
נשלח ב-12/12/2007 17:02
איך אלץ ריפאבליקאנער גלייך איך מער פרעד טאמפסן מער ווי רודי אבער פארשטייט זיך איך וועל וואוטן פאר יעדעם אנשטאט א דעמאקרעט ביי די דשענערל עלעקשינס
ביי די דעמאקרעטס האלט איך אז הילערי rotten קלינטון וועט נישט מאכן iowa זי ווערט שוואכער אין שוואכער אין די פאולס
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-12/12/2007 18:40
פרעד טאמפסאן איז שוין לאנג פארטיג, פארפאלען ער איז געווען פויל אנהייב יעצט קען ער שוין נישט צוריק דרייען.
נשלח ב-12/12/2007 18:42
איך האלט ער קען עס יא מאכן
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-12/12/2007 20:28
אלס היימישער איד וואס פלאגט זיך אזוי אויך מיט פרנסה און די אלע שטייגענדיגע אויסגאבען, בין איך מער גענויגט צו די דעמאקראטן, ממילא האף איך און מתפלל אז זיי זאלן געווינען מיט א לענדסלייד. הילערי זעט דערוייל אויס אז זי איז די בעסטע אויסוואל , סיי ווייל זי האט מער עקספיריענס און אויך האט זי איר אלטער מאן וואס וועט אוודאי בייהיליפיג זיין אין פירן דאס לאנד על מי מנוחת.
נשלח ב-12/12/2007 20:31
פארוואס דעמאקרעט?אז מיינע טעקסעס זאל ארויפגיין?
עס איז נישט געניג מיין 48% וואס איך צאל שוין?
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-12/12/2007 22:48
נא איינער האט געזען די דעבאטע?
איך האב נאר געזען צום סוף, ווען איך וועל זען די גאנצע וועל איז שרייבן מיין אנאליז.
נשלח ב-17/12/2007 04:09
Let's give a chance to Huckabee. He has a new tax plan and
we have to try it because it can't be worse than the tax code we have in place
now
נשלח ב-17/12/2007 06:52
פרעד טאמפסן האט אויך זייער גיטע Tax plans... באט פרעג מיך נישט וואס זיי זענען ווייל איך געדענק עס שוין נישט...
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-17/12/2007 16:06
פערדיקשאנס ביז סופער דינסטאג רעפובליקאנער:
1) הוקאבי געווינט אייווא פאלירט ניו העמשיר געווינט סאוט קארליינע מישיגען און עס ווערט 2WAY רעיס צווישען הוקאבי און זשולאני.
2) ראמני מאכט א שטארקער קאמבעק אין אייווא און געווינט ניו העמשיר און עס ווערט 2WAY רעים צווישען ראמני און זשולאני.
3) הוקאבי געווינט אייווא און מעקעין געווינט ניו העמשיר דאן ווערט עס 3WAY רעיס הוקאבי, מעקעין און זשולאני.
די אנדערע קאנדידאטן האבן נישט קיין טשאנס ווי עס קוק יעצט אויס, צוויי וואכן פאר די וואלען, סארי פרעד טאמפסאסן שטיצער, פרעד איז נישט קיין רעיגען און אפילו נישט קיין הוקאבי.
דעמאקראטן:
1)אבאמא געווינט אייווא ניו העמשיר און עס ווערט א 2WAY רעים צווישען קלינטאן און אבאמא.
2)קלינטאן געווינט אייווא אדער ניו העמשיר און עס פארטיג מיט אבאמא.
3) עדווארדס אדער רידטשסאן געווינען אייווא דאן וועט די רעיס זיין אפן ביז סופער דינסטאג ווי קלינטאן וועט עס מאכן.
די דעבאטעס פאריגע וואך איז נישט געווען עפעס סעציפעיל אינטערסאנט, א חוץ איינמאל ביי די דעמאקראטן ווען מען האט געפרעגט אבאמא, אז ער זאגט אז ער וויל אנהייבן א נייע עפאכע ווען ער האט אלטע קלינטאן יואצים, מרת קלינטאן האט זיך גענומען לאכן ווי א משוגענע און זיך אנגערופן אז זי וועל הערן דעם תירוץ, האט איר אבאמא גוט אריינגעפליקט אויפן פלאץ, "אז ער קוק פאראויס ווען מרת קלינטאן וועט אים מייאץ זיין".
אלעס קען זי טוישן גאר שנעל ווער געדענק נאך "דיען", ער איז געווען שטארק העכער אין אייווא צוויי וואכן פאר די וואלן, הערשט צוויי טעג פאר די וואלן האבן די פאולס געוויזען אז קערי ווערט שטערקער, אבער יעדער איז געווען זיכער אז דיען וועט עס מאכן צוליב זיין שטארקע ארגענזאציע, צום סוף איז מען געוואר געווארן אז קערי האט גאר געהאט די שטארקע ארגענזאציע, אויב איינער וועט פארדינען פון א לעצטע מינוטיגע טויש וועט עס זיין לכאורה מעקעין ביי די רעפובליקאנער און רידטשסאן ביי די דעמאקראטן. בכלל זאל קיינער נישט אינטערשאצן מעקעין, ער איז באמת א שטארקער קאנידאדאט.
נשלח ב-17/12/2007 16:24
ווער עס וויל הערן א געלעכטער פין הילערי ווען מ'האט איר געפרעגט א גיטע געפעפערטע שעלה קען מיר בעטן אין אישי...
מיסטער $1200 Hair cut עדווארדס וועט קיינמאל נישט געווינען אייווא...
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-18/12/2007 23:52
איך האב נאך אלטץ דאס מערסטע ליב דשאן מעקעין, איז נאך דא א שאנס ער זאל עס מאכען?
נשלח ב-19/12/2007 03:46
מקעין האט נאך שוואכערע שאנסן ווי טאמפסן
מקעין איז אביסל אפגעפרעגט ביי די ריפאבליקענס וועגן די טעקס קאטס אז ער איז געווען אקעגן דעם אין וועגן איליגעל אימיגרעשן אז ער האט געהאלטן אז מ'זאל זיי מאכן ליגעל משא"כ טאמפסן איז גיט אין אלע ריפאליקען אישוס.
_________________
Stop Hillary Express
נשלח ב-19/12/2007 06:35
elmonsey, פארגעס פון פרעד טאמפסאן ער איז שוין לאנג פארטיג, די קאנסערוועטיוו עליטע וויל עם שטארק האבן, אבער דער המון עם האט נישט ליב א קאנדידאט וואס קען נישט ארוים זאגן עפעס א גראד ווארד פון מאל אן קעקצען און פאקסן.
מעקעין האט נאך עפעס שאנסן ער קען מאכן ניו העמפשיר אדער ארויס קומען שטארק צווייט און עס וועט אויפלעבען זיין קאמפיין. פרעז. קלינטאן האט אויסגעקוק פארטיג פאר ניו העמפשיר אבער ער איז ארויסגעקומען צווייט שטארק אין ניו העמפשיר און ער האט זיך ערקלערט אלץ קאמבעק קינד און ער האט געמאכט די נאמינעשאן.
נשלח ב-19/12/2007 06:38
ער איז נאכנישט פערטיג מ'קען קיינמאל נישט וויסען...
אין איך גלייב נישט אז מעקעין וועט זיין צווייט איך האלט אז ראמני וועט ארויסקימען סעקאנד פלעיס
_________________
Stop Hillary Express
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 3 4 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.