ענדליך, די נאצי ארכיוון וועלן געעפנט ווערן פארן פאבליק
איר האט שוין אמאל געזען א מוריטשקע? "הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב" מיינט אז א גוי האט פיינט א איד, ער קוקט אים אן ווי א מוריטשקע, נישט מער פון דעם. עס איז נאך מער פון דעם, די שורש קומט פון דעם ווייל א גוי קוקט אן א מענטש פאר א בעל חי, פאר א בריאה ווי אלע בריאות, נישט מער פון דעם. דאס איז די שורש פארוואס מען טאר נישט הרגנען קיין בעל חי ביי די צער בעלי חיים גרופעס, זיי זענען פונקט ווי א מענטש, און אפשר נאך מער. די גאנצע סיבה פארוואס מען דארף ליב האבן א צווייטע מענטש איז נאר ווייל מען וויל אז יענער זאל דיך ליב האבן, עס זאל הערשן ציוויליזאציע, ווען עס מיינט נישט דיר קען א וועלט פון ביליאנען גויים צוקוקען ווי מען הרגט און מען רייסט שטיקער פון מיליאנען מענטשן ווי מוריטשקעס מיט אן אכזריות וואס האט נישט זיינס גלייכן אין די וועלטס היסטאריע און קיין פיפס נישט ארויסרעדן!
דאס וואס מען האט אונז ליב דא אין אמעריקא איז נאר וויייל עס מיינט די גוים, עס מיינט זיי. ווען עס האט נישט געמיינט זיי איז אמעריקא געווען ערגער ווי די מזרח לענדער און נישט געוואלט בשום אופן אריינלאזן אידישע פלטים און זיי צוריקגעשיקט צום קאלעך אויוון מיטן גרעסטן אכזריות
דאס איז לכאורה דער סיבה פארוואס פונקט יעצט ווען רוב רובם פון די שארית הפליטה, די וואס האבן באצאלט דעם חבלי משיח מיט זייער בלוט און פלייש האבן אונז שוין פארלאזט, פונקט דאן זאל זיך די דעמאקראטישע וועלט דערמאנען אז אוי... מיר האבן פארגעסן... עס קומט זיך זיי צו וויסן עפעס וועגן יענע צייטן... בשעת די נאצישע ארכיוון ליגט און שימלט שוין 60 יאר, טוען זיי אונז א טובה יעצט ווען 75% פראצענט פון די ווערד דערפון איז שוין אוועקגעפאלן, און זיי "גייען" אונז עס געבן. טענקיו! קאנגרעטולאציעס!
יא, מיר קענען גיין צום זיידנס קבר און אים איינמעלדן אז אלע זיינע מיסטעריעס וואס איז אים שווער געווען במשך די יארן זענען געלעזט געווארן... און ער אליינס וועט אונז מער קיינמאל נישט קענען דערציילן און אנטפלעקן אונזערע מיסטעריעס אויף די געפונענע ארכיוון. די אינגע דורות וועלן קוקן אויף די ארכיוון ווי א האן אין בני אדם. - שוין אויך עפעס, א האן איז דא, און א בני אדם איז דא, דארפן מיר דאך דאנקן השי"ת אויף וואס מיר האבן יא.
אין צוויי יאר ארום איז זייער דעדליין ווען מיר וועלן קענען זיך ארומשפילן אויף די אינטערנעט און זוכן די מיליאנען ארכיוון, און רופן דער 90 יעריגע זיידע צום קאמפיוטער זאל אונז העלפן.
http://www.epochtimes.co.il/news/content/view/7919/85/
 |
|
|