ניימאן'ס בעקעריי ווידער אין די נייעס
מזל טוב!
וויליאמסבורג, - דער געשמאקער ווינקעל וואס ליגט אונז אלע אויפן מאגן מיט איר אווערנייט קוגל און אלטע קוקיס וואס איז עוועילבעל א גאנצער וואך ביז אין די טיפעניש פון די נאכט איז אויף רעדער. יא ניימאנ'ס בעקעריי דער סטאר אויף קארנער בעדפארד איז עפעס שטארק בשמחה דארטען, דער עולם האלט און איין אריין שטראמן מיט אויסגעשטרעקטע הענט, מיט מזל טוב געווינטשערייען..
איך האב מיך איצט באוואוסט אז איר בעל הבית, כ'האב פארגעסן ווי אזוי ער הייסט, אבער זיין שווארצער לאנגער בארד מיט די רויטע בעקעלעך וואס לאזט ארויס די איידעלע שמייכל בשעת'ן איינפאקן אייך דעם פעקל שטענדיג מיט א גוט ווארט אייך גרינגער צו מאכן דאס הארץ איז א חתן געווארען!
איך פרעג מיט וועם? זאגט מיר דער עולם מיט עפעס א רעסאראנטקע פון בארא פארק, אויך א ווינקל וואס איז אפען ביז נאכט אריין צו סערווירען אידישע קינדער. אזא ענבי הגפן בענבי הגפן שידוך. בלייבט מיר נאר איבער זיך מיט פרייען מיט די שמחה פון וויליאמסבורג און בארא פארק און ווינטשען פארן חתן מיטן כלה פול נחת און שמחה.
לחיים!
    
|
|