בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ניגונים און גראמען פון פינקי וועבער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2004 04:22 לינק ישיר 
ניגונים און גראמען פון פינקי וועבער



ווייסט איינער ווי מען קען הערען ניגונים אדער גראמען פון פינקי וועבער ביטע פאוסטען דא יישר כח

תוקן על ידי - tashbar - 06/01/2004 4:26:04



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2004 04:27 לינק ישיר 

http://www.geocities.com/pinkiweber




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2004 04:29 לינק ישיר 

here is another link

http://pinkiweber.freewebspace.com/Listen/Aneini-gramen.mp3



תוקן על ידי - tashbar - 06/01/2004 4:33:37



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2004 04:38 לינק ישיר 



דער געוואלדיגער ניגון:

http://www.geocities.com/pinkiweber/aneini-0002.mp3

עֲנֵנוּ אֱלֹקֵי אַבְרָהָם עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ פַּחַד יִצְחָק עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ אֲבִיר יַעֲקֹב עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ הָעוֹנֶה בְּעֵת רָצוֹן עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ הָעוֹנֶה בְּעֵת צָרָה עֲנֵנוּ:
עֲנֵנוּ הָעוֹנֶה בְּעֵת רַחֲמִים עֲנֵנוּ:

(די ווערטער זענען פון מעריב לליל יום כפור)


גראמען אויפן ניגון:

http://www.geocities.com/pinkiweber/aneini-0002.mp3


די גראמען:
אָבער בעטס, ענני, ענני, אוי אלקי אברהם ענני
ענני, ענני, בעטס, פחד יצחק ענני,
ענני ענני, קומה והושיענו, ענני, ענני, ענני.

אוי ענני, ענני, ענני, אוי אלקי אברהם ענני,
ענני ענני , אידן גייען דורך שווערע גייען דורך שווערע רגעים, ענני
אוי ענני, ענני, וויפיל צרות נעבעך לא עלינו,
ענני, ענני, ענני,

ענני, העונה בעת צרה ענני,
אַ טאַטע גייט אַרויף אויף אַ באָס, שוין מער נישטאָ, ענני,
וויפיל קליינע יתגדל ויתקדש שמיה רבה?
אוי ענני! אוי ענני! אוי ענני!

ענני העונה בעת רצון ענני
אוי, אומשולדיגע שעפעלעך שלום הצאן, הצאן, ענני
ווען וועסטו שוין טאַטע זאָגן: גענוג שוין!, ענני
ענני! ענני! ענני!

אוי ענני, ענני, ענטפער דו ענני,
וויפיל טאטעס, מאַמעס דערצו, בעטן אוי ענני
אוי ענני ענני, וויפיל בעטן זיך רפאינו
אוי ענני! אוי ענני! ענני!

ענני העונה בעת צרה, ענני
ס'איז דאָ אין יעדע שטוב אַ זעקה מרה, ענני
ענני, ס'איז אין בית אשר אין שם צרה, ענני
אוי ענני! אוי ענני! אוי ענני!

ענני העונה בעת רצון ענני
וויפיל בעטן, איך וויל שוין מאַכן אַ קידוש, איך וויל שוין אַ שמחה שוין, ענני
טאַטע ווען וועסטו מיר צוריק אָנטאָן אויפ'ן קאָפּ דיין קרוין ענני
ענני! ענני! ענני!

הייליגער טאַטע חתן כלה בעטן זיך ביי דיר,
די שכינה זאָל אַריין קומען מיט וואוינען אין זייער קוואַטיר,
איש ואשה שזכו שכינה שרוי',
אוי געב זיי די זכי',

ענני, טייערער חתן אין אַזעלכע צייטן
בעט געזונט פאַר דיין מאַמע און דיין טאַטן,
ענני העונה בעת רחמים, אוי ענני,
ענני! ענני! ענני!

און מיינע ווערטער וויל געבן אַן ענדיג,
עטס זאָלטס האָבן שמחות שטענדיג,
און אַלע ענקערע בקשות זאָלן ווערן נתמלא,
ויהא רעוא מן קדמא,
ס'זאָל זיין אַ קשר של קיימא,
לכה חתן לקראת כלה...






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ניגונים און גראמען פון פינקי וועבער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext