בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דאס פיצל קינד מיטן ווייסן בארד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/1/2004 06:58 לינק ישיר 
דאס פיצל קינד מיטן ווייסן בארד

אט די ווערטער האט זיך דער רבי פון 770 אמאל געטון אויסדריקן אויף חסידים שוטים וואס האבען געטון נארישע מעשים מיינענדיג אז דאס איז חסידות.

פארוואס שרייבן מיר די דאזיגע ווערטער.

עס איז שוין באלד פאראיבער א וואך וואס עטליכע פארשוינען - לאפעצעס וואס דער טאג איז זיי לאנגווייליג - האבען געטין HIGHJACKING חדשות אנ"ש, עס גייט ניט אדורעך עטליכע מינוט וואס איינע פון די חברה זאלען ניט אנפירקלען גאנצעטע אשכולות וועגען די צוויי אחים.

מען שרייבט דארט מיט אזא ברען מיינענדיג אז מיט דעם ראטעוועט מען גאנץ אידישקייט. אנגעהויבן האט עס זיך ווען איינער פון די ברודער האט מחליט געווען אז ער פארט קיין מאנרוי אויפן וויקענד. זאפארט האבען די שישקעס פון ביידע זייטן ארויסגעלאזט צי די ארבעט און אנעהויבן צי טראפאייטערן זייערע קאמפיין לאזאונגען מיינענדיג אז דאס איז אידישקייט און חסידות. די איינציגסטע זאך וואס מיר קאנען זאגען אויף זיי איז "דאס פיצל קינד מיטן ווייסן בארד" מען קאן האבען א ווייסע בארד אבער זיין א פיצעל קינד.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2004 06:26 לינק ישיר 

וואס זאגסטו און וואס פארציילסטו, וואס ווילסטי פארציילען מיטן גאנצען פזמון פון דעם פין 770, יעדער געדענקט נאך זיינע מעשים אין פארברענגען די נארישקייטען וואס ער פלעגט דארט ציזאם רעדען שעות אריכות, געב נאר א קיק אן זיינע חסידים די משחיסטן, סתם פאריקטע וואס גלייבן נאך אז ער לעבט גאר, אין פארצייל זיי דיין חכמהדיגע ווערטל פין "דעם פיצל קינד מיטען ווייסן בארד"

תוקן על ידי - jewboy - 01/02/2004 9:52:10



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2004 07:59 לינק ישיר 

יצמח:

אן אריינגיין אין וויכוחים, היט דיך דיין שמוציג פיסק!!!ן

די לובאוויטשער רבי האט מיט דיר נישט געפאשעט אין איין שטאל, ובכל אופן ווערסטו נישט ארויפגעקיקט קיין כי הוא זה ווען די עפנסט דיין לאך אין קאפ קעגן איינער פין די גרעסטע גדולים פין די פארגאנגענעם דור, ער ברויך נישט דיין הסכמה, אין אויב האבן זיינע מעשים דיך נישט געפאלן וויש דיך אפ די נאז אין הולך ווייטער, די פארשטייסט אוודאי אז קיין שכר וועסטו דערפאר נישט קריגן, איז מה לך ולצרה הזאת, ווער ביסטו אריינצושטעקן דיין קאפ צווישן די גרויסע בערג?

געדענק!

מיט זיך נעמן איבער צדיקים וקדושים, איז קיינער נאך נישט ארויס קיין געווינער!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2004 09:08 לינק ישיר 

הרב קוטשמא

עס גלייבט זיך גארניט וואס מיר זעהן אט דא, איר זענט צוריק און טיט שרייבן ארטיקלען. ווער קאן זיך נאך דערמאנען ווי איר פלעגט שיטען פעריל רייד אויף א טעגליכן פארנעם און דער פרייען אינזערע הערצער.

זעהט אויס אז עס האט גענימען א יצמח אייך פון שלאף אויף צי וועקען, אבער און מיין מיינונג דארף מען זיך ניט וויסענדיג מאכען פון אט דיע פארשוינען, עס קאן גאר זיין אז ער איז גארניט שילדיג און דעם. וואשזע דען דער יצמח קימט פון אזא חדר ווי מען לערענט אויס פון קינד ווייס אן אז נאר זיי זענען אידן און ווער עס גייט נאר אנגעטין מיט א אנדער היטל אדער זיין רעקעל איז קערצער איז א גוי, און ווער רעדט נאך אז מען האט אן אנדערע מיינונג וועגן ישראל... דאס איז דאס ערגסטע מען דארף מוחה זיין און באקלאפן די ביינער.

עס בלייבט מיר נאר צי זאגען א טייטש פונעם קלויזענבורג רבי זצ"ל אויפן פסוק "ויתרצצו הבנים בקרבה" האט ער געפרעגט פון ווי האט רבקה געוויסט אז עס איז פארהאן צוויי קינדער אפשר איז נאר דא איינער און ביים בית המדריש וויל ער ארויס גיין לערנען און ביים תיפלה וויל ער ארויסגיין גאר מוחה צי זיין, האט די קלויזענבורג רבי געענפרט א טייער ווארט אז דאס האט רבקה געזאגט "אם כן" אויב אזוי אז ער איז פון דיע וואס זענען מוחה "למה זה אנכי" וואס ברויך איך אים האבן, זי"ע .






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/2/2004 21:57 לינק ישיר 

יא עטס האטס ארויס געוויזען ענקער אמתדיגען פרצוף, מען זעהט אז עטס שטאמטס פין אזאלכע קרייזן וואס האבען געמאכט פשרות און יודישקייט כדי מען זאל אויסזען גיט אויף דער גאס.

איך וועל אויך זאגען א ווארט פין א רבי, מען האט פארציילט פארן סאטמאר רבי אז אין קראון הייטס האט מען געהאלטען א פארברענג און ציווישען אנדערע האט מען דארט גערעדט פין דער כהן גדול וואס איז געווארן א צדוקי נאך 80 יאר, דארט אין 770 האט מען זיך אזוי אויס געדריקט מיינענדיג דעם סאטמאר רבי, האט זיך דע סאטמאר רבי צישמייכלט אין געזאגט צי ווערן א צדוקי נאך 80 יאר האט מען שוין געהערט אבער פארקערט צי זיין א צדוקי 80 יאר אין דערנאך ווערן א כהן גדול דאס נישט וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2004 04:43 לינק ישיר 

איך מיין אז דער אשכול איז יעצט מער רעלעוואנט ווי אלעמאל

די קינדער האבען זיך צולאסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2004 08:04 לינק ישיר 

יצמח:
אהן קיין אריכות, איך בין בכלל נישט קיין ליבאוויטשער, אבער דאס קען איך יא זאגען אויף אייך, מען זעהט ממש בחוש אז "שמא קגרים" איך רעדט דאך ווי א "יצמח"
ווייל אהן אריינגיין אין וויכוחים, איז אמאהל זיכער אז דער רבי מליבאוויטש איז נישט געווען פארנומען אויפ'ן אינטרנט ווי אונז, אויך איז ער נישט געווען פארנומען פארזיכערן א רבי'סטווע פאר זיינע קינדער, און אוודאי איז ער נישט געווען פארנומען אוועקלייגען מיליאנען דאלער פון קוויטל געלט פון די ימי אלול פאר זיינע אור אייניקלעך
במילא לאמיר זיך בעסער האלטען דאס מויל ריין ווען דערמאנען נעמין פון אזעלכע רבי'ס וואס האבין געווידמעט טאג און נאכט - שווערע צענדליגער יאהרן - צו מחזק זיין אידישע נשמות צו די אמונה שלימה, דורך זאגען שעות אריכות מאמרי תורה וחסידות, און אזוי אויך מיט רעדען פריוואט צו יעדע איד וואס האט זיך געוואנדען צו זיין טיהר, נישט קיין חילוק צו יענע האט יא געהאט א פאר מיליאן פון גיגנבעט געלד צו נישט, זאל עס אפילו זיין א פשוט'ע רוסישע איד וואס איז נארוואס געקומען פון די שיף קיין אמעריקא, צו יעדעם איינעם האט ער ארויס געוויזען אהבה וחיבה יתירה, און זיינען מוסדות האבין געזארגט פאר יעדען דורש ומבקש בגשמיות וברוחניות "דאס איז היינט יעדער איינע מודה בפה מלא"
במילא איז נישט פאסיג מיר זאלען דן זיין די שוואכקייטן פון אזעלכע מנהיגי ישראל.
נצור לשונך מרע
סליחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/3/2004 15:24 לינק ישיר 

האמתלחוד

כולי עלמה מודין?

מצד שני וויל איך אויך נישט באשמוצען קיין עדה בישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/3/2004 16:08 לינק ישיר 

ר' yeedle
כ'האב נאכגעקוקט דיינע מאמרים און געזעהן אז מיר שטימען רובא דרובא, במילא וואלט איך נישט געוואלט דאס מאהל זיין מחולק אויף דיר,
ע"כ וועל איך נאכאמאהל קלאר שטעלען מיין פונקט:
איך גיי נישט אריין און באשמוצעןקיין שום עדה בישראל מיט זייער שוואכקייטן, איך האב נאר געצילט מיינע ווערער בנוגע "יצמח" וואס האט ביליגערהייט אהנגעגריפען א מנהיג ישראל וואס "לכו"ע האט מקריב געוען צענדליגער יאהרן פארן רוחניות וגשמיות פון אנדערע יודען", און נישט פאר אנדערע ביליגע אדער פערזענליכע חשבונות. (עס איז אפילו באקאנט פון גאר פארלעסליכע קוועלער אז דער סאטמארער רבי זצ"ל איז נישט געווען ניחא אז "דער איד" זאל אהנגרייפען דעם רבי'ן און מנהיג פון ליבאוויטש איבער געוויסע שוואכקייטן, אויך טאקע צילוב דעם וואס למעשה איז ער איז עוסק און מקרב זיין (אויף זיין אופן) אידן צו אידישקייט), און דאס איז געווען מיין עיקר ציל מיט מיין שרייבען צו "יצמח".(לאמיר נישט אדרעסירן שוואכקייטן פון יעדע עדה קדושה בישראל, ווייל קיינער איז אהנגעקומען צו אלעם בשלימות)
yeedle לאמיר בלייבען גוטע פריינט
אויב ביזט דו מחולק אויף דער נקודה, ביטע שרייבען צו מיר אין תיבה אישית
א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2004 01:07 לינק ישיר 

האמתלחוד (אויסער דעם אמת) און דיין גאנצע חברה.


איך וואלט ענק אן עצה געגעבן צי ווערן אן ארכילאג אין גיין זיכען דעם פארגאנגענעם טאג, עס האט ענק גענימען א היפש שטיקעל צייט אבער עס איז געלאנגען, מען האט נאך א פאר חדשים ענדליך ארויסגעגראבן דעם אשכול.

אינטערעסאנט אז יעדער שרייבט אז ער וויל נישט פירן קיין וויכוחים, נאר זיי ווילען שרייבן די "גדלות" פון "קרני הוד תורה" (קראון הייטס), זעהט אויס אז פון אמת האבען זיי מורא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/3/2004 03:03 לינק ישיר 

טייערע "יצמח"
ביסט גערעכט איך האב פשוט פארגעסען
"אל תוכח לץ"
אבער איך האב נישט קיין חרטה פאר די צייט וואס עס האט גענומען צו שרייבען מיינע פאר שורות, ווייל אזוי האבין עכ"פ אנדערע געקענט זעהן און מכיר זיין דעם "אמת-לחוד" און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון דברי ליצנות ווי א "יצמח"
ביטע "יצמח" זיי נישט בייז אויף מיר
דער וויכוח איז דא געשלאסען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2004 03:12 לינק ישיר 

וואס איז געשלאסן?

ווען האט זיך דער וויכוח אנגעהויבן אז עס שליסט זיך? די שרייבסט אז די פירסט נישט קיין וויכוחים, אין פליצלונג ענדיגט זיך דער וויכוח נאך פאר עס האט זיך אנגעהויבן!!! נישט דא ווער עס זאל לאכען.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/3/2004 03:18 לינק ישיר 

...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/4/2004 07:21 לינק ישיר 


יא עס איז שוין ווידער צייט צו דערמאנען די לאפעצעס און זונדיגע עלעמענטן פון אונגארישן אפשטאם וועלכע טיען זיך מערסטענס געפינען אין וויליאמסבורג און אין מאנרוי אז דא איז ניט דער אָרט אויס-צו גיסן אייער מיסט גייט אייך צו איינע פון די מערערע סאטמארע פורמים און שיט דארט אויס אלע זבל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2004 02:53 לינק ישיר 

קוקט אויס ראצער איז נאכנישט צוריק געקומען פון זיין ג' תמוז השתטחות, ער האט שוין לאנג נישט געברענגט זיינע פארווערטס ציטאטן דאהי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2004 03:02 לינק ישיר 

אינגערמאן

זייענדיג די נאכט פון ג' תמוז און קרואן הייטס האב איך דארט געפונען אינזער באליבטער שרייבער הרב ראטצער, ממש איך מיז דיר זאגען א חב"דסקער מיט אלע פיטשיווקעס און זאגט נאך מאמרים פונעם רבי מיט אלע קנייטשען.

איך האב מיט עם גערעדט א לענגערע צייט וועגן הייד פארק אין ער האט זיך זייער אפגערעדט אויף די סאטמערע [אונגערישע עפ"ל] וואס דערגייען עם די יארן אבער ער האט מיר פארזיכערט אז ער וועט זיך נישט לאזן און ער וועט ווייטער שרייבן זיינע ווערטליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דאס פיצל קינד מיטן ווייסן בארד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext