בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הלכות פסח

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/3/2004 06:30 לינק ישיר 
הלכות פסח

נעשה ע"י הרב וייכברויט





לערנען הלכות פסח:
דרייסיג טעג פאר פסח הייבן מיר שוין אן צו לערנען הלכות פסח און אזוי אויך אלע אנדערע ימים טובים. מען לערנט דאס ארויס פון משה רבינו, ווייל אין פסח האט משה רבינו שוין גערעדט צו די יודען וועגען פסח שני, און פון פסח ביז פסח שני איז 30 טעג.

מעות חטים:
מען דארף זארגן אז יעדער איד זאל האבן וואס ער דארף אויף פסח, וועגן דעם איז דא אין יעדע קהלה מענטשען וואס גייען ארום צוזאמען צו שטעלען געלט אויף "מעות חטים" כדי אז מען זאל זיין פארזיכערט אז יעדער יוד זאל האבן "צרכי החג".

רייניגן אויף פסח:
ווען מען איז עוסק אין רייניגען אויף פסח דארף מען זעהן אז עס זאל זיין מיט שמחה און חשק, ווייל ווען מען איז עוסק אין רייניגען אויף פסח איז דאס א הכנה צו דער מצוה פון "תשביתו".

ספרים וואס מען נוצט א גאנץ יאהר און מען איז נישט מקפיד אז עס זאל נישט חמץ'יג ווערען זאל מען זייער גוט אויסרייניגן, און אפילו דעמאלס זאל מען דאס נישט נוצען ביים פסח טיש נאר האלטען אפגעזינדערט פון די פסח'דיגע מאכלים. אסאך יודען פירען זיך צו האבען באזונדערע ספרים אויף פסח.
חודש ניסן:
חודש ניסן ווערט אנגערופען "חודש האביב". "אביב" איז צוזאמען געשטעלט פון צוויי ווערטער "אב י"ב". דאס מיינט דער פאטער און הויפט פון די צוועלף חדשים.

וועגען חודש ניסן זאגט די תורה, "החדש הזה לכם", לכם איז די זעלבע אותיות ווי מלך, מרמז צו זיין אז חודש ניסן איז דער קעניג פון אלע חדשים.

דער חודש ווערט אנגערופען "החודש אשר ישועות בו מקיפות" דאס מיינט אז דער חודש איז ארומגענומען מיט ישועות.

חודש ניסן האט מען אויפגעשטעלט דעם משכן, און עס האט זיך אנגעהויבן די חנוכת הנשיאים. די גמרא זאגט אין מסכת מגילה, אז יום שמיני למלואים איז געווען אזא גרויסע שמחה ביים אייבערשטן אזוי ווי דער טאג וואס ער האט באשאפען דעם הימל און די ערד.

גאנץ חודש ניסן זאגט מען נישט קיין תחנון און נישט קיין צדקתך שבת ביי מנחה, וויבאלד רוב חודש זאגט מען נישט קיין תחנון, ווייל די ערשטע 12 טעג איז געווען די "הקרבת הנשיאים" זאגט מען נישט קיין תחנון, און ערב פסח און אויך גאנץ פסח זאגט מען נישט קיין תחנון, וועגן דעם זאגט מען שוין אויך נישט דעם גאנצען חודש.

מעיקר הדין טאהר מען נישט עסן קיין מצות ערב פסח, אבער מיר פירען זיך אז מען עסט שוין נישט קיין מצות פון ר"ח ניסן. אסאך מענטשען עסן שוין נישט קיין מצות פון פורים.

אין די טעג פון ניסן הויבן אהן צו שפראצן די פרוכט ביימער, דער סדר פון א פרוכט בוים איז, אז קודם קומט ארויס א בלום, און נאכדעם פאלט דאס אראפ און עס קומט ארויס די פרוכט. ווען מען זעהט אין חודש ניסן ווי עס קומט שוין ארויס די בלומעל מאכט מען די ברכה "בָּרוּך אַתָּה יְיָ אֱלוֹהֵינוּ מֶלֶך הָעוֹלָם, שֶׁלֹא חִיסַר בָּעוֹלָמוֹ כְּלוּם (דָבָר) וּבָרָא בוֹ בְּרִיוֹת טוֹבוֹת וְאִילָנוֹת טוֹבוֹת לֵיהָנוֹת בָּהֶם בְּנֵי אָדָם":

ווען די בלימען זענן שוין אראפגעפאלן און די פירות הויבן שוין אהן צו וואקסען מאכט מען שוין נישט די ברכה.

שבת הגדול:
עס איז דא אסאך טעמים, פארוואס דער שבת פאר פסח ווערט אנגערופען שבת הגדול, איין טעם איז ווייל דעם קרבן פסח וואס די יודען האבען מקריב געווען אין מצרים, האט דער אייבערשטער געהייסען אנגרייטען דער צענטע טאג אין ניסן, און אין יענער יאהר איז דאס אויסגעקומען שבת. די מצריים האבען דאס געזען און זיי האבען דאס נישט אויסגעהאלטען, ווייל דאס איז געווען זייער ע"ז, זיי האבען אבער גארנישט געקענט טוהן צו די יודען, וועגען דעם רופען מיר אן דער שבת, "שבת הגדול" וועגען דעם גרויסען נס וואס זיי האבען גארנישט געקענט טוהן.

נאך א טעם, ווייל די יודען האבען דערציילט פאר די גוי'שע בכורים אז דער אייבערשטער וועט זיי אויסהארגענען, זענען זיי געלאפען צו פרעה און צו אנדערע, און געשריגען אז מ'זאל שוין ארויסלאזען די יודען, אויב נישט וועלען מיר שטארבען, זיי האבען אבער נישט מסכים געווען, האבען די בכורים ארויסגענומען זייערע שווערדן, און עס איז געווארען א גרויסע מלחמה צווישען זיי, אויך דאס איז געווען אין שבת. וועגען דעם זאגען מיר "למכה מצרים בבכוריהם," דאס מיינט אז דער אייבערשטער האט גע'הרג'עט די מצריים דרוך זייערע בכורים.

דער מהרי"ד מבעלזא זי"ע פלעגט באפעהלן אויס צו רופען שבת הגדול אין בית המדרש, אז יעדער איינער זאל זעהן גוט אדורך צו לערנען אלע הלכות פון דעם "ליל הסדר". כדי מ'זאל זיך נישט זעצען צום סדר ווי אן "עם הארץ".

עס איז א מנהג אז דער רב זאגט א דרשה שבת הגדול, ווייל אזוי ווי פסח איז דאך דא אזוי פיל הלכות, כדי אז מען זאל גוט קענען די הלכות פון פסח און וויסען פונקטלעך וואס צו טוהן, זאגט דער רב א דרשה און איז מעורר אויף אלע הלכות וועגען עניני החג.

אויב שבת הגדול געפאלט ערב פסח, זאגט מען די דרשה א וואך פריער, כדי אז מען זאל נאך האבען גענוג צייט אלעס מסדר צו זיין.

עס איז דא וואס פירען זיך צו זאגען שבת הגדול נאכמיטאג, פון עבדים היינו ביז לכפר על עוונותינו, ווייל אזוי ווי מיר האבען פריער גערעדט, איז שבת הגדול געווען דער אנהייב פון די ניסים. וועגען דעם הייבען מיר שוין אן צו דערציילען די אלע גרויסע נסים שבת הגדול.

מצות באקן:
מען דארף לכתחלה מהדר זיין צו נוצען פאר די מצות, מעהל וואס איז "שמורה משעת קצירה" דאס מיינט אז פון די צייט וואס מען האט דאס אפגעשניטן איז דאס געווען אפגעהיטען, להלכה איז מען יוצא אפילו מיט מעהל וואס איז געווען "שמורה משעת טחינה" דאס מיינט אפגעהיטען פון ווען מען האט דאס געמאהלן, אבער למעשה פירט מען זיך אז מען זאל נאר נוצט מצות וואס זענען "שמורה משעת קצירה".

עס זענען דא וואס זענען מחמיר און זיי גייען אליין אפשניידן די ווייץ. אויך זענען דא וואס זענען מחמיר אליין צו מאהלן די ווייץ מיט א "רחיים של יד".

די מעהל זאל ליגן אין א קילען פלאץ כדי אז עס זאל נישט שוויצן, וועגען דעם נאכ'ן מאהלן די ווייץ דארף מען ווארטען א טאג, איידער מען נוצט זיי פאר די מצות, ווייל נאכ'ן מאהלן איז די מעהל אביסל ווארעם, אויך זאל מען נישט לייגען איין זאק אויפן צווייטן ווייל אזוי קען די מעהל ווערן אנגעווארעמט.

ביי מצות באקען דארף מען אננעמען וואס מער חומרות. עס איז באקאנט וואס עס שטייט אין דעם ספר "דרך פקודיך" אז דאס וואס מען איז זייער מחמיר ביי מצות באקען, איז נישט קיין "מילי דחסידי", נאר דאס איז "מעיקר הדין" ווייל אפילו אין א רגע וואס מען פאסט נישט אויף געהעריג קען דאס חמץ'יג ווערן, אויך שטייט דארט, אז די אלע וואס לאכן אפ פון די מחמירין זענען "עתידין ליתן את הדין".

די וואסער וואס מען ניצט פאר די מצות דארף זיין "מים שלנו" דאס מיינט וואסער וואס האט איבערגענעכטיגט. מען דארף דאס שעפן פארנאכט, כדי אז די וואסער זאל ווערען איבער נאכט קאלט. מען טאהר דאס נישט שעפן בייטאג ווייל בייטאג זענען די וואסערן אביסל ווארעם.

דער ליקוטי מהרי"ח שרייבט אז ער האט געזעהן ווי דער צאנזער רב זי"ע איז אליין געגאנגען שעפען מים שלנו אין די לעצטע יאהר פאר זיין פטירה כאטש ער איז שוין געווען זייער שוואך.

גלייך ווען די זון גייט אונטער הויבט זיך אהן דער זמן פון שעפען "מים שלנו", און מען מעג שעפן ביז עס ווערט נאכט.

פאר'ן שעפען, זאל מען אפשווענקען די כלי פון שטויב. ביים שעפען זאל מען צודעקען די כלי מיט א ווייסע זויבערע טיכל, און אזוי זאל אריין די וואסער דורכן טיכל, כדי אז די וואסער זאל ווערן גוט דורך געזיפט.

מען באדעקט גוט די כלי, אז ס'זאל ח"ו נישט קענען אריין פאלען אין זיי קיין חמץ. און מען שטעלט עס אוועק אין א קילען ארט.
מען פירט זיך צו וועלגערן רונדיגע מצות, ווייל עס שטייט אין פסוק "עוגות מצות" און "עוגה" קען אויך מיינען, רינדיכיג.

אין שולחן ערוך ווערט געברענגט אז דער רא"ש האט זיך אליינס באמיעט און צוגעהאלפן צו באקען די מצות, און אזוי איז ריכטיג אז יעדער מענטש זאל טוהן.

ביי יעדער מלאכה פון באקען מצות, למשל שעפן די מים שלנו, גיסען די וואסער, קנעטען, וועלגערען, רעדעלען, און פירען די מצות פון איין פלאץ צום צווייטען, זאל מען ארויסזאגן מיט'ן מויל אז מען טוט דאס "לשם מצות מצוה". עס איז זייער וויכטיג אז מען זאל פארשטיין וואס מען זאגט. עס איז דא א גוטע עצה אז פארן באקען די מצות זאל מען ארויסזאגן מיט'ן מויל: אלעס וואס איך גיי טוהן, היט איך אפ פון חמץ "לשם מצות מצוה" דאס מיינט פאר די ערשטע כזית מצה פסח ביינאכט, וואס דאס איז דער חיוב מדאורייתא, ווי עס שטייט אין פסוק "בערב תאכלו מצות".

מען דארף אכטונג געבען נישט צו ארבייטען מיט די טייג אין א פלאץ ווי עס איז ווארעם, ווי למשל לעבען א אויווען, און אפילו נישט ביי א אפענע פענסטער ווי עס שיינט אריין די זון, ווייל די היץ קען גורם זיין אז עס זאל שנעלער חמץ'יג ווערן.

מען דארף זייער אכטונג געבען אז די טייג זאל נישט אנרירען די קליידער, ווייל נאכדעם איז זייער שווער דאס אראפצונעמען, און עס קען אויסקומען אז ביים נעקסטן 18 מינוט זאל עס אנרירען פון די טייג פון די פריעדיגע 18 מינוט.

עס זענען דא וואס פירען זיך אז ווען מען וועלגערט א מצה, זאל מען נאר וועלגערען אויף איין זייט פון דער מצה, און דאס נישט איבערדרייען.

עס איז זייער וויכטיג אז די אלע וואס ארבייטן מיט די טייג זאלן זיך אפשניידן די נעגל, כדי אז עס זאל נישט אריינגיין אין זיי קיין טייג.

בשעת מען ארבייט מיט די טייג דארף מען זייער אכטונג געבען אז מען זאל גוט אויסארבייטן די גאנצע מצה, און מען זאל נישט לאזען א חלק פון די מצה אהן ארבייט.

די עיקר זריזות דארף זיין נאכדעם וואס מען הויבט אהן אויסציוועלגערען די מצה, ווייל דעמאלס איז שוין דער מצה ווארעם געווארן פון ארבייט און אויב מען לאזט דאס אפילו א רגע אהן ארבייט קען דאס חמץ'יג ווערן.

ארבייטען מיט די מצה מיינט נישט טאפען אדער דרייען אדער ריקען די מצה, וועגן דעם דארף מען זיין זייער געווארענט אז כאטש די מצה איז שוין פערטיג זאל מען ווייטער וועלגערען אדער אויסרעדעלען די מצה.

וועגען דעם דארף מען אכטונג געבען, אז ווען מען גיבט די מצה צום רעדלען זאל מען תיכף אנהייבען צו רעדעלען די מצה, און אויב די טיש פונ'ם רעדלער איז פיל מיט אנדערע מצות זאל מען ווייטער אויסוועלגערען די מצה, ביז דער רעדלער איז גרייט אנצוהייבען מיט זיין מצה, ווייל אין א רגע אויב מען ארבייט נישט דערמיט, קען עס חמץ'יג ווערן.

די זעלבע איז נאכן רעדלען די מצה, זאל מען נישט לאזן די מצה הענגען אויף'ן שטעקען אהן "עסק" נאר תיכף ווען די מצה איז אויסגערעדעלט זאל מען דאס אריינלייגען אין אויווען. ממילא, אויב מען זעהט אז דער שיבער איז נאכנישט גרייט צו נעמען די מצות זאל דער רעדלער ווייטער רעדעלען די מצה.

ווען מען פירט אריין די מצות אין אויווען דארף מען אכטונג געבען אז מען זאל דאס טוהן זייער שנעל און אפילו זיך נישט אפשטעלען פאר קיין רגע ווייל דארט איז זייער א הייסע צימער און עס קען זייער שנעל חמץ'יג ווערען, וועגן דעם איז דער מנהג אין אסאך בעקערייען אז דער "שיבער" גייט אליין נעמען די מצות, און ער לייגט דאס גלייך אריין אין אויווען, כדי אז מען זאל נישט שטיין אפילו א רגע לעבען די אויווען מיט די מצות אין די האנט אין די צייט וואס מען גיבט איבער די מצות פאר'ן שיבער.

אויך איז וויכטיג אז די שטעקענעס וואס מען לייגט אריין אין אויווען זאל מען שנעל אוועקנעמען כדי אז דער שטעקען זאל נישט זיין הייס. אין אסאך בעקערייען איז איינגעפירט אז א באזונדערע מענטש איז געשטעלט "שנעל" אוועקצונעמען די שטעקענעס נאכן אריינפירען די מצה אין אויווען.

ווען מען לייגט אריין די מצה אינעם אויווען זאל'ן די מצות זיך נישט ארנרירען איינער אין צווייטען, ווייל ביי דעם פלאץ ווי דער מצה רירט אהן דעם צווייטען מצה קען דער פייער נישט געהעריג צוקומען און אזוי קען יענע שטיקל חמץ'דיג ווערען, בדיעבד אויב עס האט יא אנגערירט זאל מען אראפברעכען יענעם שטיקל, און אויך ארום און ארום.

אויך דארף דער שיבער זייער אכטונג געבען נישט ארויסצונעמען קיין מצה איידער עס ווערט אינגאנצען אויסגעבאקען, און אפילו ער לייגט דאס צוריק, קען עס אינצווישען חמץ'דיג ווערן.

נארמאל נעמט מען חלה, באלד ווען מען מאכט דעם טייג, אבער ביי מצות נעמט מען חלה נאכדעם וואס די מצות זענען שוין געענדיגט.

אויב עס מאכט זיך אז א מצה איז געווארן א "כפולה" (א קנייטש) וויבאלד אינצווישען קומט נישט געהעריג צו די היץ פון אויווען, זאל מען אראפברעכען יענער שטיקל און אויך ארום און ארום.

אויב עס מאכט זיך אז א מצה איז געווארן א "נפוחה" (דאס מיינט אז די גאנצע מצה האט זיך געהויבען אזוי ווי א בארג, אדער עס איז געווארן אויפגעבלאזען דאס הייסט אז עס האט זיך אפגעטיילט די אויבערשטער חלק פון די אונטערשטער חלק) איז וויבאלד מיר באקען דינע מצות דארף מען נישט חושש זיין אז דאס איז א סימן פון חמץ און אסר'ן די גאנצע מצה, נאר מען ברעכט אראפ יענער שטיקל אזוי ווי מען האט געטוהן ביי א מצה כפולה.

עס איז זייער וויכטיג צו שטעלען א מענטש א ירא שמים צו טאפן די מצות ווען די מצות קומען ארויס פון אויווען, כדי צו זעהן צו די מצה איז גוט אויסגעבאקען. עס פעלט אויס אז דער "טאפער" זאל זיין א מומחה, ווייל ווען א מצה קומט ארויס פון אויווען און עס איז בריעדיג הייס איז עס אייביג אביסעל ווייך, און ווען עס ווערט אויסגעקילט איז עס אייביג פארהארטעוועט, אפילו עס איז נישט געווען אזוי גוט אויסגעבאקען, וועגן דעם דארף דער טאפער משער זיין אז עס זאל נאך זיין אביסל הייס בשעת ער טאפט די מצות, כדי אז ער זאל גוט וויסען צו די מצה איז אינגאנצען אויסגעבאקען.

איסור חמץ:
דער רדב"ז שרייבט אז דער טעם פארוואס חמץ איז אסור אפילו "במשהו" איז, וויבאלד חמץ איז מרמז אויף'ן יצר הרע, וואס דאס איז דאך דער ריכטיגער "שאור שבעיסה", וועגן דעם דארף מען דאס זייער גוט אויפזיכן, אין איהם פארטרייבן ווי עס דארף צו זיין, און נישט איבערלאזן אפילו קיין "משהו".

אויך פירט מען זיך פסח זייער אסאך חומרות מער ווי א גאנץ יאהר, און אזוי דארף מען זיך טאקע פירן און "חס ושלום" נישט פארענדערן פון די חומרות וואס די עלטערען האבן מחמיר געווען.

יעדער רגע אין פסח וואס עס טרעפט זיך חמץ ביי א יוד אין רשות איז ער עובר דעם איסור וואס אין דעם איז דא 2 לאווין, און 1 עשה, (איין לאו "לא יראה לך חמץ וגו'" דער צווייטער לאו איז "שבעת ימים שאור לא ימצא בבתיכם וגו'" און דער עשה איז "אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם").

אין פסח איז חמץ אסור בהנאה. מן התורה איז דער איסור פון "הנאה" האבן פון חמץ, אדער פון האבן חמץ אין שטוב, ערשט פון חצות פון ערב פסח (דער אנהייב פון די זיבעטע שעה פון טאג) אבער מדרבנן הייבט זיך דאס שוין אהן א שעה פריער (דער אנהייב פון דער זעקסטע שעה פון טאג).

דער סוף זמן אכילת חמץ מן התורה איז פון חצות, און מדרבן איז דער איסור שוין צוויי שעה פריער.

מען טאהר נישט עסען אין פסח קיין חמץ אפילו חמץ וואס איז נישט זיינע. מדאורייתא איז מען נאר עובר אויף חמץ אליין, אדער א מאכל וואס האט אין זיך אריינגעמישט אסאך חמץ. אבער אויב עס איז דא 60 מאהל אזויפיל פון אנדערע זאכן אריינגעמישט מיט'ן חמץ, ווערט די חמץ בטל. אבער מדרבנן טאר מען דאס נישט עסען אפילו עס איז אויסגעמישט מיט אנדערע זאכען אפילו מער ווי שישים, דאס הייסט אז ביי חמץ זאגן מיר נישט קיין ביטול, די איינציגסטער זאך וואס קען זיך יא אויסמישען איז "לח בלח" און נאר פאר פסח, דאס הייסט אז אויב א פליסיגע זאך (אזוי ווי וואסער) האט זיך אויסגעמישט מיט א פליסיגע חמץ'יגע זאך, ווערט דאס יא בטל בששים, אבער אויב עס האט זיך אויסגעמשיט אין פסח ווערט דאס נישט בטל.

מנהגי ישראל:
מיר פירען זיך נישט צו נוצן אין פסח קיין "קטניות" דאס הייסט בונדלך, רייז, וכדו'. דער טעם דערפון איז, וויבאלד מען קען מאכן מעהל פון קטניות, כדי אז מען זאל זיי נישט פארטוישען מיט אמת'דיגע מעהל, ניצט מען נישט קיין קטניות פסח, אבער צו האלטען אין שטוב איז נישט דא קיין איסור.

אסאך יודן האבן א חומרא נישט צו ניצן קיין אויל נאר דווקא "שמאלץ" (פעטנס פון פלייש), די וואס נוצן יא אנדערע אויל דארפן אכטונג געבן אז די אויל זאל נישט זיין געמאכט פון קטניות.

מען פירט זיך אז די מצות זאלן נישט נאס ווערן, וועגן דעם לאזט מען נישט די מצות ליגן אויפ'ן טיש, נאר מען לייגט דאס אריין אין א "מצה טאש" כדי אז עס זאל נישט נאס ווערן. אין רוב ערטער האט מען נישט אנגענומען די חומרא אחרון של פסח.

אסאך יודן פירן זיך נישט צו נוצן קיין "צוקער" אין פסח, ווי אויך קיין שום געקויפטע זאכען. וועגען דעם איז דא וואס פירען זיך אז "ציקער" וואס מען נוצט אויף פסח, קאכט מען אפ פאר פסח מיט וואסער, און אזוי ווערט דאס אויסגעמישט "לח בלח" פאר פסח, און אויב עס איז געווען אין דעם חמץ ווערט דאס בטל בששים.

עס איז דא א מנהג ישראל אז פסח מישט מען זיך נישט, אפילו מיט מענטשען וואס א גאנץ יאהר עסט מען יא ביי זיי אין שטוב, וועגן דעם נוצט מען נאר אזעלכע זאכן וואס איז געמאכט ביי זיך אין שטוב.

אסאך יודן פירן זיך אז פסח ניצט מען נאר אזעלכע וואסער וואס מען האט געשעפט פון פאר פסח, אנדערע לייגן נאר ארויף א "זייעהר" אויף'ן קראן און זיי נוצן יא פרישער וואסער.

מען פירט זיך אז פסח עסט מען נאר אזעלכע פרוכט וואס מען קען אפשיילען.

עס איז א מנהג ישראל צו טרינקען "בארשט" פסח, דאס איז ווייל די צדוקים פלעגן זאגן אז "כל מחמצת לא תאכלו" מיינט יעדער זויערע זאך טאהר מען נישט עסן אין פסח, וועגן דעם כדי "להוציא מלבם" פירען מיר זיך דוקא יא צו טרינקען א זויערע געטראנק.

מען פירט זיך אז פסח איז מען נישט מחדש קיין נייע מאכלים, דאס הייסט אז א מאכל וואס די עלטערן האבן נישט געגעסן אין פסח עסט מען נישט.

מכירת חמץ:
מען דארף זיין זייער געווארענט אז ווען מען מאכט מכירת חמץ זאל מען וויסען אז דאס איז א ריכטיגע מכירה, און מען זאל פארשטיין וואס מען טוט.

זייער אסאך פירן זיך אז מען פארקויפט נישט קיין ריכטיגע חמץ, אבער די וואס האבן זייער אסאך חמץ ווי צום ביישפיל א גראסערי אדער א בעקעריי, וואס עס איז דא א גרויסען "הפסד" פארקויפט מען יא און דאס איז א ריכטיגער מכירה.

מען דארף וויסן וועלכע זאכען מען פארקויפט, און ווי עס ליגט די חמץ וואס מען גייט פארקויפן. עס זענען דא וואס זענען מחמיר אז מען זאל אויך וויסן וויפיל געלט די חמץ זענען ווערט וואס מען גייט פארקויפען.

אויך איז וויכטיג אז מען זאל מאכן א סימן אויף די אלע ערטער וואס מען פארקויפט, כדי אז מען זאל געדענקען זיך נישט צו באנוצען מיט זיי אין פסח.

אויב מען פארט אוועק אויף פסח דארף מען איבערלאזן א שליסל, און אריינשרייבן אין'ם מכירה "ווי דער שליסל ליגט", כדי אז עס זאל זיין מעגליך פאר'ן גוי צוצוקומען צו זיין חמץ.

ערב פסח נאך חצות אויב מען טרעפט חמץ דארף מען עס פארברענען, און עס העלפט נישט קיין ביטול.

אויב מען טרעפט חמץ אין פסח, דארף מען דאס צודעקען מיט א כלי און מען טאהר דאס נישט מטלטל זיין ווייל חמץ אין פסח איז מוקצה, און חול המועד דארף מען דאס פארברענען.

הגעלת כלים:
כלים וואס מען נוצט א גאנץ יאהר און מען וויל זיי נוצען פסח, דארף מען כשר'ן.

איידער מען כשר'ט דארף מען גוט אפוואשען די זאך וואס מען גייט כשר'ן כדי אז עס זאל זיין גוט ריין.

איידער מען כשר'ט נוצט מען נישט די זאך וואס מען גייט כשר'ן 24 שעה, מיט קיין הייסע חמץ, כדי אז דער כלי זאל זיין "אינו בן יומו".

דער כלל איז ביי כשר'ן "כבולעו כך פולטו" (אזוי ווי עס איז געווארן איינגעשלינגן, ווערט דאס אויסגעשפיגן). דאס מיינט אויב די איסור איז אריין דארך א געקאכטע זאך, דארף מען דאס כשר'ן מיט געקאכטע וואסער, און אויב די היץ איז אריין דורך פייער (למשל א אויווען) דארף מען דאס גליען מיט פייער.

ווען מען כשר'ט דארף מען זיכער מאכן אז די וואסער זאל זיין גאהר הייס, דאס הייסט אז מען זעהט ווי עס "בָּאבִּלט".

אויב מען וויל כשר'ן א "סינק", וויבאלד מען קען דאך דאס נישט אריינלייגן ממש אין הייס וואסער, און ווען מען גיסט ארויף פון א טאפ צו א צווייטע זאך, ווערט דאך די וואסער קילער, וועגן דעם זאל מען קודם אנגליען א שטיין אויף פייער, און נאכדעם וואס דער שטיין איז שוין גוט הייס (רויט) האלט מען אהן דעם שטיין אין איין האנט מיט א צווענגל, און מיט די אנדערע האנט גיסט מען ארויף די הייסע וואסער, אז די וואסער זאל קודם ארויפרינען אויף די שטיין און אזוי וועט די וואסער נאכאמאהל ווערן זייער הייס, און אזוי זאל דאס רינען אויף די פלאץ וואס מען וויל כשר'ן.

עס איז זייער וויכטיג אז פאר'ן כשר'ן זאל מען זיך קודם גוט אדורך רעדן מיט א מורה הוראה, צו וויסן וועלכע זאכן מען קען יא כשר'ן און וועלכע נישט.

באלד נאכן כשר'ן גיסט מען שנעל אהן די זאך וואס מען האט גע'כשר'ט מיט קאלטע וואסער.

הלכות פון בדיקת חמץ:

דער זמן פון בדיקת חמץ איז, דעם פערצענטן טאג פון חודש ניסן, אנפאנג נאכט.

א האלבע שעה פאר'ן זמן פון בדיקת חמץ, טאר מען נישט אנהייבען צו עסן א סעודה אדער אנהויבען א ארבעט.

דער וואס וויל לערנען, מוז בעטן פון זיין חבר אז ער זאל איהם דערמאנען ווען עס קומט אהן די צייט פון בדיקת חמץ.

מען דאווענט מעריב גלייך ווען עס ווערט נאכט, און מען איילט זיך בודק חמץ צו זיין.

פאר דעם בדיקה, איז א מנהג אז מען לייגט אוועק 10 שטיקלעך ברויט, ווייניגער ווי א כזית, אויף די ערטער וואס מען איז מחויב בודק חמץ צו זיין. דער באר היטב ברענגט בשם דער אר"י ז"ל, אז דאס איז ע"פ סוד גדול.

עס איז גוט צו נוצען אזעלכע שטיקלעך וואס ברעקלען זיך נישט, אויך זאל מען זיי לייגען אין ערטער ווי קליינע קינדער קענען נישט דארט צוקומען.

פאר'ן בדיקה לייגט מען אוועק אין א זייט די חמץ וואס מען וויל עסן ערב פסח אין דער פרי.

די בדיקה דארף זיין דורך די לעכטיגקייט פון א שעוה לעכט. מ'זאל נישט נוצען גרויסע לעכט וואס דער פלאם ווארפט זיך אזוי ווי א הבדלה לעכט. ווייל דעמאלס וועט מען מורא האבען צו פיהרן די לעכט ביי די לעכער און שפאלטענס. אויך איז א מנהג מיטצונעמען א פעדער.

איידער מען גייט בודק חמץ זיין, וואשט מען זיך די הענט. מען צינדט אהן דאס לעכטל, און מען זאגט די ברכה: "אשר קדשנו במצותיו וצונו על ביעור חמץ". און מען הויבט אהן בודק חמץ צו זיין.

די ברכה פון "על ביעור חמץ" גייט ארויף אויף 4 זאכן: 1) בדיקה פון ביינאכט, 2) ביטול חמץ פון נאך די בדיקה, 3) שריפת חמץ פון ערב פסח, 4) ביטול חמץ פון ערב פסח.

אויב מען איז בודק חמץ אויף צוויי אנדערע ערטער, זאל מען אינזינען האבן ביי די ברכה אז מען גייט בודק זיין ביידע ערטער.

פון די ברכה ביז נאך די בדיקה טאר מען נישט שמועסן פון קיין פרעמדע זאכן, מען מעג נאר רעדען פון זאכען וואס האבען צו טוהן מיט די בדיקה.

מען איז בודק חמץ אין אלע ערטער וואס מען האט דארט אריין געברענגט חמץ אינמיטען יאהר.

מען דארף בודק זיין לאנגזאם, נישט מיט איילעניש, אין אלע לעכער און שפאלטענס. אבער די מענטשן וואס זענען נאר בודק די 10 שטיקלעך און נישט מער, האבן נישט יוצא געווען.

אין די קנייטשן פון די קליידער ווי למשל די ענדע פון די הויזען (קאָפס בלע"ז) און אין די טאשען וואס מען לייגט דארט אריין חמץ א גאנץ יאהר דארף מען גוט בודק זיין. אויך זאל מען זיי גוט אויסקלאפן, ווייל עס איז זייער מצוי אז עס זאל דארט אריינפאלען קליינע ברעקלעך חמץ.

ערטער וואס מען גייט פארקויפן צו א גוי דארף מען נישט בודק חמץ זיין.

ערטער ווי מען גייט בכלל נישט אריין א גאנץ יאהר מיט קיין חמץ דארף מען נישט בודק חמץ זיין, אבער אין א שטוב וואס עס איז דא קליינע קינדערלעך איז כמעט אלע ערטער א "מקום שמכניסים בו חמץ" ווייל די קינדער טראגן איבעראהל חמץ אפילו אין ערטער וואס די עלטערן ווייסן נישט.

א קאר דארף מען זייער גוט בודק זיין ווייל דאס איז דאך א ריכטיגע "מקום שמכניסים בו חמץ" און בפרט אז מען גייט נוצן די קאר חול המועד פסח.

אויב מען פארט אוועק אויף יום טוב, און מען פארקויפט די הויז פאר א גוי, קען מען איבערלאזן איין צימער וואס מען פארקויפט נישט, כדי מקיים צו זיין דער מצוה פון בדיקת חמץ. אויב מען פארט שוין אוועק פארנאכט, קען מען אפדינגען די צימער ווי מען וועט זיין אויף פסח, און אזוי מקיים זיין די מצות בדיקת חמץ.

עס איז זייער וויכטיג אז די אלע וואס האבען אין שוהל "לַאקֶערס" אדער "שאפערס" זאלען דארט אויסרייניגן פאר פסח פון חמץ.

נאך בדיקת חמץ דארף מען גוט איינפַּאקֶען דעם חמץ אין א זעקל און דאס באהאלטען, כדי אז קינדער אדער מייז זאלען דאס נישט אוועק שלעפען.

גלייך נאכען ענדיגן בודק חמץ זיין, זאגט מען "כל חמירא", כדי מבטל צו זיין דעם חמץ וואס מען האט נישט געפונען ביי די בדיקה.

מען דארף אינזינען האבן און פארשטיין די ווערטער ווען מען זאגט "כל חמירא", מען קען דאס אויך זאגן אין וועלכע שפראך מען וויל. למשל "אלע חמץ און זויערטייג וואס איז דא אין מיין רשות, וואס איך האב נישט געזעהן און וואס איך האב נישט אויסגערוימט און וואס איך ווייס נישט פון דעם, זאל זיין בטל און הפקר אזוי ווי די שטויב פון די ערד".

די חמץ וואס מען עסט ביינאכט, זאל מען אויפפַּאסֶען צו עסן אין א ספעציעלע ארט, כדי עס זאל זיך נישט פארשפרייטן קיין חמץ. דערנאך זאל מען אפשאקלען די קליידער פון אלע ברעקלעך חמץ.

ערב פסח:
מען דאווענט שחרית פרי כדי מ'זאל קענען עסן חמץ נאך פאר דעם סוף זמן אכילת חמץ.

ביי שחרית זאגט מען נישט קיין "מזמור לתודה" נאך "ברוך שאמר", ווייל ערב פסח האט מען נישט געברענגט קיין קרבן תודה אין בית המקדש, וועגן די חמץ'דיגע חלות וואס מ'האט געדארפט מיט ברענגען מיט'ן קרבן. (ווי מיר האבען געלערנט אין מסכת ביצה דף י"ט ע"ב - אין מביאין קדשים לבית הפסול) אויך זאגט מען נישט קיין למנצח יענך ה' ביום צרה, און אויך נישט קיין קל ארך אפים אויב עס געפאלט מאנטאג.

די בכורים פאסטען ערב פסח אלץ זֵכֶר פון דעם נס אין מצרים וואס דער אייבערשטער האט געראטעוועט די יודישע בכורים. פאר א יונגעל א בכור, דארף דער טאטע פאסטען פאר איהם ביז ער ווערט בר מצוה.

די בכורים וואס זענען מחויב צו פאסטען ערב פסח פיהרן זיך צו מאכן א סיום אויף א מסכת, און דעמאלס מעגן זיי עסן לכבוד די שמחה פון מסיים זיין א מסכת, אויך אלע בכורים וואס זענען געווען ביי דעם סיום, אפילו זיי האבן נישט מיטגעלערנט, מעגן אויך עסן.

עס זענען דא וואס פירן זיך צו מאכן א חמץ'יגע סעודה ערב פסח. נאכן עסן די חמץ ערב פסח דארף מען אכטונג געבן אז עס זאל נישט איבערבלייבן קיין ברעקלאך. נאכן עסן זאל מען זיך זייער גוט אפוואשען, אויסרייניגען די מויל מיט ציין פיץ. אויב מען האט אייזענע פילינג'ס אין די ציין, שווענקט מען אויס דער מויל מיט הייס וואסער (די הייסטע וואס מען קען פארטראגן).

מען מעג עסן חמץ ביז די ענדע פון די פערטע שעה אין טאג. די פיפטע שעה טאר מען שוין נישט עסן קיין חמץ. מען פארברענט די חמץ די פיפטע שעה ביזען אנהייב פון די זעקסטע שעה.

מען מוז געדענקן ארויס צו טראגן פון הויז די אלע שמוץ זעק, ווי אויך די זאק פון דעם "וועקיום קלינער".

שריפת חמץ:
מען פאברענט נאר די 10 שטיקלאך ברויט, און די חמץ וואס מען האט געטראפן ביי בדיקת חמץ, כדי מקיים צו זיין דער דין אז "אין ביעור חמץ אלא שריפה" אבער די חמץ וואס מען האט פון פריער זאל מען געהעריג ארויסנעמן פונעם רשות און מפקיר זיין פאר די סוף זמן שריפת חמץ.

אויך איז וויכטיג צו אויפמערקזיין אז א פייער זאל ווערן געמאכט דווקא מיט האלץ און נישט מיט קיין "געזעלין וכדו'" קודם ווייל דאס איז א "גרויסע סכנה". אויך ווייל אויב די חמץ ווערט נאס פון די געז ווערט דאס נפסל מאכילת כלב וואס אין אזא פאל איז מען בכלל נישט מחיוב צו פארברענען האט מען בכלל נישט מקיים געווען "ביעור חמץ בשריפה".

בשעת מען פארברענט דעם חמץ, דארף מען אינזינען האבן אז מען איז יוצא די מצוה פון די תורה פון אויסרוימען די חמץ אין דעם פערצענטן טאג פון חודש ניסן.

נאכן פארברענען דעם חמץ, זאגט מען "כל חמירא", מבטל צו זיין, סיי דעם חמץ וואס ער האט יא געזעהן, און סיי דעם חמץ וואס ער האט נישט געזעהן.

מען דארף זיין געווארענט מבטל צו זיין דעם חמץ פארען סוף זמן שריפת חמץ, ווייל שפעטער העלפט שוין נישט קיין ביטול.

דער מנהג איז, צו פארברענען מיט'ן חמץ, די אלע זאכען וואס מיט זיי האט מען בודק חמץ געווען.

עס זענען דא וואס פירען זיך צו נוצן דעם לולב און די הושענות פון סוכות צוצוהעלפען צום פייער, ווייל "כיון דאיתעבד בו חדא מצוה, ליעבד בה מצוה אחריתא" (דאס מיינט אז וויבאלד מען האט שוין מיט דעם געטוהן איין מצוה, זאל מען שוין מיט דעם טוהן נאך א מצוה) טייל נוצן דאס פארן פייער פון מצות באקען. עס איז ראטזאם איבערצולאזן אפאהר בלעטער פון די הושענות אין האלטען אין שטוב ווייל דאס איז א גרויסע סגולה אויף שמירה.

מצות מצוה:
וויבאלד עס שטייט אין פסוק "וזבחת פסח לה' וגו' שבעת ימים תאכל עליו מצות" לערנט מען ארויס אז מען זאל באקן די מצות אין די צייט פון הקרבת קרבן פסח, וועגן דעם באקט מען די "מצות מצוה" נאך חצות.

עס איז אן ענין צו באקען די מצות מצוה "אליינס", וויבאלד די מצות מצוה ווערן אנגערופן "לחם עוני" און די שטייגער פון א ארימאן איז אז "הוא מסיק ואשתו אופה" דער מאן הייצט אהן, און די פרוי באקט.

ביים באקען, איז א מנהג צו זאגן גאנץ הלל אהן א ברכה. א זֵכֶר צום הלל וואס מען פלעגט זאגן אין בית המקדש, ווען מ'האט מקריב געווען דעם קרבן פסח.

וויבאלד אז ווען מען באקט די מצות מצוה איז שוין נאכען זמן ביעור חמץ דארף מען אינזינען האבן בשעת'ן באקן "הפירורין יהיו הפקר" דאס הייסט די שטיקלאך טייג זאלען זיין הפקר נאך איידער זיי ווערען חמץ, ווייל נאכדעם וואס עס ווערט חמץ קען מען דאס שוין נישט מבטל זיין, און אזוי פירט מען זיך אז אלע וואס באשעפטיגן זיך מיט די טייג זאגן ארויס מיט'ן מויל "הפירורין יהיו הפקר", אבער די עיקר איז אז דער בעל הבית פונעם בעקעריי זאל דאס זאגן ווייל די טייג איז זיינע.

דער אר"י הקדוש זי"ע האט געזאגט: אז שוויצען ביים טוהן א מצוה, און בעיקר ביים "באקען מצות ערב פסח", איז א "תיקון גדול אויף עוונות".

נאכען מצות באקען דארף מען אכטונג געבן אז די שיך אין בגדים זאלן זיין ריין פון טייג.

הכנות ליום טוב:
נאך חצות איז אסור צו טוהן מלאכות גמורות, וויבאלד עס איז שוין די זמן פון "הקרבת קרבן פסח" און א יום קרבן איז ווי א יום טוב, אבער לכבוד יום טוב מעג מען פארעכטן א קלייד, אבער לכתחלה זאל מען מאכן אלע הכנות החג, פאר חצות.

פון א האלבע שעה פאר מנחה קטנה (דאס מיינט נאך 9 און א האלבע שעה פון אנהייב טאג) זאל מען זיך שוין נישט אנעסן, כדי אז מען זאל קענען עסן די מצה "לתיאבון" (מיט אפעטיט)

מען זאל צוגרייטען דעם טיש מיט אלע זאכן ערב יום טוב, כדי אז ווען מען קומט אהיים, זאל מען באלד קענען אנהייבען דעם סדר.

"חריין און חרוסת" זאל מען צוגרייטן ערב יום טוב, ווייל א זאך וואס האלט זיך פונקט אזוי גוט אויב מען מאכט דאס פריער, דארף מען לכתחלה מאכן פריער. און אזוי אויך דער "זרוע" זאל מען בראטן ערב יום טוב.

מען זאל באדעקן דעם טיש מיט די שענסטע און טייערסטע כלים וואס מען פארמאגט, כדי מיט דעם צו ווייזען "פרייהייט". אויך זאל מען פאר יעדעם איינעם געבן א בעכער וואס ענהאלט אין זיך א רביעית וויין. אויך פאר די קליינע קינדער גרייט מען צו א בעכער מיט א הגדה. דער מנהג איז, אז מען גרייט אהן א ספעציעלע בעכער פאר "כוס של אליהו". אויך גרייט מען צו א "היסב בעט" מיט קישענעס און שיינע ליילעכער.

קינדער דארפן גיין שלאפן ערב פסח, כדי אז דער טאטע זאל קענען מקיים זיין די מצוה פון "והגדת לבנך" ווי עס דארף צו זיין.

מען פירט זיך אז נאך מנחה זאגט מען "סדר קרבן פסח", וויבאלד מיר האבן נאך נישט דעם בית המקדש, בעטען מיר מיט דעם "ונשלמה פרים שפתנו". (עס איז גוט מעיין צו זיין אין דעם קונטרס, ווי עס שטייט דער סדר הקרבת קרבן פסח).



עירובי חצירות:
א עירובי חצירות דארף מען טוישען כאטש איין מאהל א יאהר, טאמער עס וועט ווערען מילדיג. עס זענען דא וואס פירען זיך דאס צו מאכען ערב פסח מיט מצה ווייל מצה האלט זיך לאנג און ווערט נישט קאליע.

קביעת המועדים:
עס איז דא א כלל אז "לא אד"ו ראש", דאס מיינט אז ראש השנה קען קיינמאהל נישט אויסגעפאלען זונטאג מיטוואך אדער פרייטיג" און "לא בד"ו פסח" דער ערשטע טאג פסח קען נישט געפאלען מאנטאג מיטוואך אדער פרייטיג. קומט אויס אז דער ערשטער טאג פסח קען נאר געפאלען יום א' יום ג' יום ה' און יום ז'.

מיט דעם יום טוב פסח קען מען וויסען די קביעת המועדים פון די אנדערע ימים טובים. דער סימן איז:

א"ת יום א' דפסח, יהי' תשעה באב
ב"ש יום ב' דפסח, יהי' שבועות
ג"ר יום ג' דפסח, יהי' ראש השנה (וגם סוכות)
ד"ק יום ד' דפסח, יהי' קריאת התורה שמחת תורה
ה"צ יום ה' דפסח, יהי' צום כיפור (וצום גדליה)
ו"פ יום ו' דפסח, היה פורים שעבר

שמות החג:
דער יו"ט האט 3 נעמען, "חג הפסח, חג המצות, זמן חרותינו". דער נאמען "חג הפסח" איז, ווייל פסח מיינט איבערהיפען, דער אייבערשטער האט איבער געהיפט אויף די יודישע הייזער ביי מכות בכורות.
דער נאמען "חג המצות" איז, וועגען די מצוה פון אכילת מצה.

דער נאמען "זמן חרותינו" איז ווייל אין דעם טאג זענען מיר פריי געווארען פון גלות מצרים (דער לשון טרעפען מיר נאר ביים דאווענען)

ליל הסדר:
מען נעמט פאר "זרוע" א געבראטענע פליגעלע, אדער א גארגעל, מען טאר דאס נישט עסן דער נאכט, כדי אז עס זאל נישט אויסזעהן ווי מען עסט קדשים בחוץ. פאר "ביצה" נוצט מען א געקאכטע איי מיט זיין שאלעכטס, און עס זענען דא אזעלכע וואס בראטען אויך די איי.

דער קערה שטעלען מיר אויס אזוי ווי דער נוסח אר"י הקדוש: (צוויי סֶגוֹל'ס איינס אויפען צווייטען) "זרוע" רעכטס, "ביצה" לינקס, און "מרור" אינמיטען אביסל אראפ. "חרוסת" רעכטס, "כרפס" לינקס, און "חזרת" אינמיטען אביסל אראפ.

עס איז דא פארשידענע מנהגים ווי אזוי מען מאכט דעם "חרוסת" עס זענען דא וואס לייגען אריין, עפל, בארען, ניס, אינגבער, צימרינג דער בעל התניא זאגט אויף דעם א סימן: ובחרושת "אבן" ובחרושת "עץ" "אבן" איז ראשי תיבות א'ינגבער, ב'ארען, נ'יס, און "עץ" איז ראשי תיבות ע'פל צ'ימרינג.

פסח ביינאכט לייגט מען נאר די זאלץ אויפ'ן טיש, אבער מען טינקט נישט איין די כזית מצה אין דעם. עס זענען דא וואס פירען זיך נישט איינצוטונקען גאנץ פסח די מצה אין זאלץ.

דער סדר דארף ווערן געפירט סיי מיט חירות דאס הייסט פרייהייט אזוי ווי א קעניג, און אויך מיט א געוואלדיגע ערענסטקייט, וועגן דעם דארף מען זיין געווארענט נישט צו רעדן ביים סדר קיין רייד וואס איז נישט אזוי וויכטיג.

דער הגדה דארף ווערן געזאגט מיט שמחה און לויב צום רבוש"ע, און זיך פארשטעלן אזוי ווי מיר אליין וואלטן ארויסגעגאנגען פון מצרים, ווי מיר זאגן דאך אין די הגדה, "חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים".

באמת איז יעדער נאכט דא א חיוב פון זכירות יציאת מצרים, ווי עס שטייט אין די משנה "מזכירין יציאת מצרים בלילות", אבער פסח ביינאכט איז דא א ספיציעלע מצוה, פון מרבה זיין בסיפור יציאת מצרים א גאנצע נאכט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והגדת לבנך ביום ההוא לאמר" און "ביום ההוא" מיינט פסח ביינאכט, ווייל עס שטייט ווייטער "בעבור זה" און זה מיינט דאך אייביג ווען מען קען אנווייזען מיט די פינגער, מוז זיין אז עס מיינט ווען עס איז "מצה ומרור מונחים לפניך".

עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים אז פסח ביינאכט האט יעדער טאטע א ספעצעלע כח צו קענען איינווארצלען אין די קינדער אמונה און בטחון.

פרויען זענען אויך מחיוב אין די מצוות הלילה, דערפאר זאל'ן די פרויען זיין ביים טיש כאטש אין די צייט וואס מען זאגט "ר' גמליאל אומר וכו' פסח וכו' מצה וכו' מרור וכו', און אוודאי ווען מען עסט די מצה ומרור, און ווען מען טרינקט די ארבע כוסות.

קיטל:
מיר טוען אהן א קיטל, ווייל דאס ווייזט אויף פרייהייט.

נאך א טעם, ווייל ביים סדר טוט מען זיך פרייען, און אלעס טוט מען דרך חירות, האבן די חכמים מורא געהאט אז מען וועט זיך גרויס האלטען, האבן זיי מתקן געווען אז מיר זאלען אנטוהן א קיטל זיך צו דערמאנען פון דעם "יום המיתה".

נאך א טעם, ווייל אין די הייליגע נאכט קען א מענטש אנקומען צו אזא הויכע מדריגה, אזוי ווי די כהן גדול, ווען ער איז אריין אין קדשי קדשים מיט ווייסע קליידער.

זיך אנלעהנען:
מען לעהנט זיך אהן צו ווייזען פרייהייט.

מען מוז זיך אנלעהנען אויף די לינקע זייט און נישט אויף די רעכטע זייט, ווייל אין א מענטש איז דא צוויי רערען די "קנה" (ליפט רער) און די "ושט" (עסען רער). די ליפט רער האט א דעקל וואס מאכט זיך אויף צום רעכטע זייט, האבן די חכמים מורא געהאט אז אויב מען וועט זיך אנלעהנען אויף די רעכטע זייט, וועט זיך אויפמאכן די לופט רער און די עסען וועט ח"ו דארט אריינגיין, און ער וועט זיך ח"ו דערשטיקען.

נאך א טעם: ווייל אויף די רעכטע זייט איז נישט באקוועם, ווייל מען דארף עסן מיט די רעכטע האנט.

ארבע כוסות:
יעדער מענטש וואס איז בכח דארף טרינקען וויין וואס איז "משכר", וויבאלד עס זענען דא וואס האלטען אז די חכמים האבן מתקן געווען די ד' כוסות, וועגן שמחה, און שמחת יום טוב איז נאר מיט וויין וואס איז משכר, (פר"ח סוף סימן תפ"ג בשם תשובת מהר"ש הלוי) אויך איז דא וואס האלטען אז מען קען נישט יוצא זיין ריכטיג "חירות" נאר מיט וויין וואס איז משכר. ווי אויך שטייט אין די פוסקים אז עס איז ריכטיג צו נוצען ריכטיגע וויין אפילו אויב עס איז א גרויסע טירחא (עיין פמ"ג במש"ז סוף סימן תע"ב) דער וואס קען נישט פארטראגן קיין עכטע וויין, למשל א חולה וכדו', קען אויך יוצא זיין מיט "מאסט". [די גמרא פארציילט אז איינער פון די אמוראים האבן געדארפט איינבינדען די קאפ פון פסח ביז שבועות וועגען די ד' כוסות]
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז אסאך מענטשען וואס מיינען אז זיי קענען נישט פארטראגן קיין וויין, איז נאר ווייל זיי האבן נאכנישט אויספראבירט נאטירליכע וויין, (וויין וואס איז נאר געמאכט געווארן מיט טרויבן און וואסער), ווייל כידוע איז עס כמעט אוממעגליך צו פארקויפן וויין, אהן אריינצולייגן פארשידענע זאכן (ווי סָאלפֵייטס" אדער אנדערע פארשידענע קֶעמֶעקָאלז אדער קָאלָערינג וכדו'.) על כן איז זייער ראטזאם, אז די וואס ליידען פון געקויפטע וויינען, (ווי קאפ, אדער בויך ווייטאג וכדו') זאלן אויספראבירען נאטירליכע וויינען, כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה ווי עס דארף צו זיין. (וויינען וואס עס שטייט אויף דעם "היימישע וויין" קען אויך האבען פאשידענע קֶעמֶעקָאלז וכדו',).

דער כוס דארף ענהאלטען א רביעית. לכתחלה דארף מען אויסטרינקען דעם גאנצען כוס. מען איז אויך יוצא אויב מען טרינקט אויס רוב כוס. דער שיעור פון א רביעית איז, 5.3 אנסעס לחומרא און 3.0 אנסעס לקולא. (עס זענען דא וואס זענען מחמיר אויף 6 גאנצע אנסעס).

קינדער זאל מען מחנך זיין אז זיי זאלן האבן א כוס וואס ענהאלט כאטש א קליינע שיעור רביעית, אבער טרונקען איז גענוג אויב זיי טרינקען נאר רוב כוס. אויך איז וויכטיג מחנך צו זיין די קינדער צו טרינקען אביסל "עכטע וויין", כדי אז ווען זיי וועלן עלטער ווערן, זאלן זיי קענען פארנעמען עכטע וויין, און קענען מקיים זיין די מצוה ווי עס דארף צו זיין.

מען טרינקט 4 כוסות ווייל דאס איז קעגען די פיהר לשונות פון אויסלייזען וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו: "והוצאתי", "והצלתי", "וגאלתי", "ולקחתי".

נאך א טעם, קעגען די פיהר אויסגעצייכענטע גוטע זאכן מיט וואס די יודן האבן זיך אויפגעפיהרט אין מצרים: זיי האבן נישט פארענדערט זייער נאמען, זייער שפראך, זייער קליידונג, און זיי האבן נישט געמסר'ט אדער גערעדט לשון הרע איינער אויפן צווייטען (אויסער דתן און אבירם).

נאך א טעם, ווייל דורך יוסף הצדיק איז אויסגעקומען אז די יודן זאלן אויסגעלייזט ווערן, און ביי דעם חלום פון דעם שר המשקים שטייט פיהר מאהל דאס ווארט "כוס".

נאך א טעם, קעגען אונזערע 4 אמהות שרה, רבקה, רחל, און לאה, ווייל אין זייער זכות זענען מיר אויסגעלייזט געווארען.

רויטע וויין:
עס איז א הידור מצוה צו נוצן "רויטע וויין", ווייל עס שטייט אין פסוק (משלי כ"ג) אל תרא יין כי יתאדם, פון דארט זעהן מיר אז רויטע וויין איז די מערסטע חשוב.

נאך א טעם, ווייל דאס איז א זכר צו דם פסח און דם מילה, וואס דאס איז געווען א גרויסע זכות פאר די יודישע קינדער.

נאך א טעם, ווייל אזוי ווי די יודען זענען געראטעוועט געווארען פון מיתה דורך די מצוה פון אויפשמירען די בלוט אויף די שוועל, אזוי אויך, דורך דעם וואס מיר וועלען טרינקען רויטע וויין, וואס דאס איז ענדליך צו בלוט, וועט אונז דער אייבערשטער אפהיטען פון אלע שלעכטע זאכען.

דריי מצות:
מען נוצט 3 מצות, וויבאלד איין מצה דארף מען צוברעכן ביי "יחץ", דערפאר נעמט מען נאך צוויי גאנצע מצות פאר לחם משנה.

נאך א טעם, קעגן "כהן" "לוי" און "ישראל".

נאך א טעם, קעגן אברהם יצחק און יעקב.

צוויי געקעכטס:
דער טעם פארוואס מען נוצט 2 געקעכטס, זרוע און ביצה, איז ווייל "זרוע" איז א זֵכֶר פאר דעם קרבן פסח, אויך ווייל "זרוע" איז א זֵכֶר פאר די "זרוע הנטוי-ה", דער אויסגעשטרעקטער ארעם מיט וואס דער אייבערשטער האט ארויס גענומען די יודן פון מצרים. און "ביצה" איז א זכר פאר דעם קרבן חגיגה.

די סמני הסדר:
מען זאגט אלע סימנים אויף זייער פלאץ הויך און קלאהר קדש ורחץ וכו', ווייל וואונדערליכע סודות זענען אין זיי מרומז. מען פיהרט זיך אז די קינדער טייטשן איבער אלע סימנים אויף אידיש.

עס איז דא פארשידענע סימנים פון די צייטען פון די ראשונים, אבער מיר האבען דער קבלה פון רש"י ז"ל וואס האבען אין איר 16 ווערטער, (15 ענינים) און דאס זענען קדש, ורחץ, כרפס, יחץ, מגיד, רחצה, מוציא, מצה, מרור, כורך, שולחן עורך, צפון, ברך, הלל, נרצה.

קדש:
מען שווענקט גוט אויס די בעכערס, און מען גיסט אהן פאר יעדעם איינעם וויין. מען גיסט נישט אהן די כוסות אליין, נאר איינער גיסט אהן פארן צווייטן, אזוי ווי דער סדר פון פרייהייט.

ביי ברכת שהחיינו זאל מען אינזינען האבן אלע מצוות וואס מען איז מקיים אין דעם סדר נאכט.

די ארבע כוסות מוז מען טרינקן אנגעלעהנט.

מען מאכט נישט קיין נאך ברכה נאך דעם ערשטען כוס.

קידוש דארף זיין ווען עס איז שוין זיכער נאכט. אפילו יעדען שבת מעג מען מאכן קידוש אפילו נאך פאר נאכט, דאך טאהר מען דאס נישט טוהן אין פסח. ווייל קידוש מוז זיין אין דער זמן וואס מען קען עסען מצה. וואס ביי דעם שטייט אין די תורה: "בערב תאכלו מצות".

ורחץ:
מען וואשט זיך מיט אלע הלכות ווי פאר א סעודה, אבער אהן א ברכה. מען וואשט זיך די הענט ווייל מיר גייען איינטינקען אן עסענווארג (כרפס) אין וואסער וואס איז איינער פון די זיבען משקאות וואס דער סימן איז י"ד שח"ט ד"ם. (יין, דבש תמרים, שמן זית, חלב, טל, דם, מים) וואס ביי זיי איז דער דין, אז ווען מען טינקט איין א עסען אין איינער פון זיי, דארף מען זיך וואשען די הענט. אפילו די וואס פירען זיך נישט א גאנץ יאהר, דאך ביים סדר זענען זיי מער מחמיר. דער מנהג איז, צו ברענגן וואסער פאר דעם בעל הבית זיך צו וואשען די הענט.

כרפס:
מען נעמט א שטיקל גרינצייג קלענער פון א כזית (כדי מ'זאל נישט מוזען מאכן א נאך ברכה) מען טונקט דאס איין אין זאלץ וואסער, און מען מאכט א ברכה "בורא פרי האדמה", און מען האט אינזינען צו פטר'ן דעם מרור, אז מ'זאל נישט מוזען מאכן א "בורא פרי האדמה".

דער טעם פארוואס מען עסט כרפס איז ווייל די קינדער זאלן זעהן ווי מען טוט א זאך נישט אזוי ווי געוועהנטליך. און דאס וועט גורם זיין אז זיי זאלן פרעגן קשיות.

נאך א טעם, ווייל דאס איז א וועג פון פרייהייט. רייכע און חשוב'ע מענטשן טונקען איין עפעס פאר די סעודה, כדי דאס זאל זיי צוברענגען אפעטיט.

נאך א טעם, ווייל "כרפס" איז אותיות, "ס' פרך". א רמז צו די 60 מאהל צעהן טויזענט יודען, וואס האבן שווער געארבעט אין מצרים.

נאך א טעם, ווייל ווען די יודען האבן געוואלט מקריב זיין זייער קרבן פסח, האבן זיי זיך געמוזט טובל'ן פאר דעם. זענען זיי אלע געגאנגען זיך טובל'ן אין דעם נילוס. און דורך דעם וואס אזוי פיל יודן זענען אריין געגאנגען אין די טייך, איז די טייך שמוציג געווארן פון די זאמד פון'ם ים, און עס האט אויסגעזעהן אזוי ווי זאלץ וואסער, ווייל זאלץ וואסער איז אויך א געדעכטע וואסער, אלץ זֵכֶר פאר דעם, טונקען מיר איין אן עסענווארג אין זאלץ וואסער.

נאך א טעם, ווייל די יודען האבען אזוי שטארק געבעטען און געוויינט צום אייבערשטן אז ער זאל זיי אויסלייזען, און זאלץ וואסער איז אזוי ווי טרערען. אלץ זֵכֶר פאר דעם, טונקען מיר איין אן עסענווארג אין זאלץ וואסער.

יחץ:
די תורה רופט אהן מצות "לחם עוני" ארימע ברויט. דער סדר פון אן ארימאן איז, צו עסן א צובראכענע שטיקל נישט קיין גאנצע. דערפאר צוטיילען מיר דעם מצה אין צוויי. מיר צוטיילען דאס, איידער מען זאגט "הא לחמא עניא".

דער מיטעלסטע מצה צוברעכט מען אויף צוויי, אז איינס זאל זיין גרעסער פונעם צווייטן. און די גרעסערע העלפט וויקעלט מען איין אין א ריינע טיכעל. און מען באהאלט דאס אונטערן קישען פאר דעם אפיקומן.

מען באהאלט דעם אפיקומן כדי די קינדער זאלן פרעגן פארוואס מען טוהט דאס. עס זענען דא וואס פירען זיך, אז די קינדער כאפען אוועק דעם אפיקומן און זיי באהאלטען דאס ביז "צפון". און דעמאלסט גיבען זיי דאס צוריק פאר א מתנה וואס מען זאגט זיי צו. אבער עס זענען דא אזעלכע וואס האבען נישט דער מנהג. מען דארף מקפיד זיין ביי אלע מנהגים און בפרט ביים סדר טיש זיך צו פירען אזוי דער מנהג פון די עלטערען.

מגיד:
עס איז א מצוה מדאורייתא צו דערצעהלן פסח ביינאכט פון יציאת מצרים. מען מאכט נישט קיין ברכה איידער מען הייבט אהן צו דערצעהלן, ווייל "סיפור יציאת מצרים" האט נישט קיין מאס און קיין שיעור. אין אמת'ן וואלט מען יוצא געווען די מצוה מיט בלויז געציילטע ווערטער. אבער מיר זאגן דאך אז "כל המרבה לספר" דער וואס פארמערט צו דערצעהלן, "הרי זה משובח", דער איז געלויבט. דערפאר מאכן מיר נישט קיין ברכה אויף די מצוה וואס האט נישט קיין סוף.

הא לחמא עניא:
דער טעם פארוואס מיר זאגען דאס אויף אראמיש איז, וויבאלד דאס זאגט מען פאר אלע מענטשן וואס זיצען ביים טיש. און אין דער צייט וואס מ'האט צוזאמען געשטעלט דעם הגדה, זענען געווען פיל מענטשן וואס האבן נאר פארשטאנען אראמיש.

נאך א טעם, ווייל מיר בעטען דעם אייבערשטען אז ער זאל אונז אויסלייזען פון דעם גלות. און מיר האבן מורא אז די מלאכים וועלן מקטרג זיין און זאגן אז מיר זענען נישט ווערט אויסגעלייזט צו ווערן. דערפאר זאגן מיר דאס אין אראמיש, א שפראך וואס די מלאכים פארשטייען נישט.

נאך א טעם, ווייל אלע תפילות פון א גאנץ יאהר זאגן מיר אין לשון הקודש, ווייל מיר ווילן אז די מלאכים זאלן אונז העלפן אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן פארן אייבערשטן. אבער פסח ווייזען מיר אז וויבאלד דער אייבערשטער געפונט זיך צוזאמען מיט אונז ביים סדר, דארפן מיר נישט קיין הילף פון די מלאכים אז די תפילות זאלן אנגענומען ווערן. דערפאר זאגן מיר דאס אין אראמיש וואס די מלאכים פארשטייען נישט.

מה נשתנה:
דער בעסטער וועג פון סיפור יציאת מצרים איז, אז דער קינד זאל פרעגן און דער טאטע זאל ענטפערן. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת, ואמרת אליו", ווען דיין זוהן וועט דיך מארגען פרעגן, זאלסטו איהם זאגן. דער טאטע דארף גוט ערקלעהרן פאר זיין זוהן דעם "עבדים היינו", און ווי אזוי די 4 קשיות ווערן פארענטפערט.

ערשטע קשיא: די ערשטע קשיא איז, פארוואס עסן מיר די נאכט מצה, איז דער תירוץ, "עבדים היינו לפרעה במצרים", קנעכט זענען מיר געווען אין מצרים, און קנעכט עסן מצה (לחם עוני). אויך ווייל דער אייבערשטער האט אונז ארויס גענומען פון דארט מיט א יאגעניש, און עס איז נישט געווען קיין צייט די טייג זאל ווערן חמץ, און עס איז געבאקען געווארן מצה.

צווייטע קשיא: די צווייטע קשיא איז, פארוואס עסן מיר די נאכט מרור, איז דער תירוץ אז עס איז א זֵכֶר וואס די מצריים האבן פארביטערט פאר די יודן זייער לעבן און שווער געארבעט מיט זיי.

דריטע קשיא: די דריטע קשיא איז, פארוואס טונקען מיר איין צוויי מאהל, איז דער תירוץ "ויוציאנו ה' אלקינו משם", דער אייבערשטער האט אונז ארויס גענומען פון מצרים. טונקען מיר איין צוויי מאהל צו ווייזען פרייהייט אז מיר זענען אזוי ווי בני מלכים.

פערטע קשיא: די פערטע קשיא איז, פארוואס מיר לעהנען זיך אהן, איז דער תירוץ אז אויך דאס טוהן מיר צו ווייזען פרייהייט.

סדר ההגדה:
מען זאגט די הגדה פון "הא לחמא עניא" ביז "גאל ישראל". מען דארף אינזינען האבן יוצא צו זיין די מצוה פון "סיפור יציאת מצרים". אזוי ווי עס שטייט: "והגדת לבנך ביום ההוא לאמר וגו'". און אויב מען פארשטייט נישט קיין לשון הקודש, זאל מען געבן צו פארשטיין די הגדה אויף יודיש.

מען זאגט די הגדה מיט שמחה און מיט פארכט הויך אויפן קול, און נישט אנגעלעהנט. אין זוהר הק' שטייט: אז ווער עס זאגט די הגדה מיט פרייד, וועט זוכה זיין זיך צו פרייען מיט די שכינה אין עולם הבא. דער אייבערשטער מיט אלע מלאכים קומען אראפ קוקען ווי אזוי יודן רעכטן אפ דעם סדר און דערצעהלן דעם סיפור פון יציאת מצרים. (עיין בפקודא בתר דא, בההגדה הזה)

מען דעקט אויף די מצות און מען זאגט "הא לחמא עניא".

מען גיסט אן דעם צווייטן כוס, און די קינדער פרעגן דעם "מה נשתנה".

נאכדעם הייבט מען אהן "עבדים היינו". מען דארף אויפפַּאסֶען אז די קינדער זאלן נישט איינשלאפען כאטש ביז נאך "עבדים היינו" (זיי זאלן הערן דעם תירוץ פון זייערע קשיות). און לכתחלה דארפן זיי זיין אויף ביז נאכן עסן די מצה און די מרור. קינדער וואס זענען שוין "הגיעו לחינוך" זאלען זיין אויף ביי די גאנצער סדר.

איידער מען זאגט "והיא שעמדה" פארדעקט מען צוריק די מצות, און מען נעמט דעם כוס אין די רעכטע האנט. און מען זאגט הויך אויפן קול "והיא שעמדה". נאכדעם לייגט מען אראפ דעם כוס, און מען דעקט צוריק אויף די מצות, און מען זאגט ווייטער.

ווען מען רעכענט אויס די מכות, גיסט מען אראפ אביסל וויין ביי יעדער מכה. עס זענען דא וואס פירען זיך אראפצוגיסען מיט די קליינע פינגער. די וויין וואס מ'האט אויסגעגאסן, זאל מען נישט טרינקן, נאר אויסגיסען.

דער טעם פארוואס מיר גיסען אראפ וויין מיט די פינגער איז, אלץ א זֵכֶר וואס עס שטייט אין פסוק ביי די מכות "אצבע אלקים הוא" (די מכות זענען א פינגער פון דעם אייבערשטען).

נאך א טעם, מרמז צו זיין אז ביי יעדע מכה זענען די מצריים ווייניגער געווארן.

די ווערטער פון רבן גמליאל היה אומר... פסח שהיו...מצה זו... מרור זה... דארף מען פארשטיין וואס מען זאגט. ווייל אנדערשט איז מען נישט יוצא די מצוה פון "סיפור יציאת מצרים", וועגען דעם איז וויכטיג אז דער ראש המסובים, זאל מסביר זיין די ווערטער אויף יודיש, אויב עס זענען דא וואס פארשטייען נישט די פירוש המלות.

ווען מען זאגט "מצה זו" ווייזט מען מיט די פינגער אויף די מצות. און ווען מען זאגט "מרור זה" ווייזט מען מיט די פינגער אויף די מרור. אבער ווען מען זאגט "פסח שהיו" ווייזט מען נישט אויף די זרוע, וואס איז וועגען דעם קרבן פסח. ווייל אויב מען וועט ווייזען מיט די פינגער, וועט אויסזעהן ווי מען איז דאס מקדיש פאר א קרבן פסח.

די בעכערס וואס זענען ווייניגער געווארן ביים אראפ גיסען ביי די מכות, זאל מען צוריק אנפילען.

ווען מען קומט אהן צו "לפיכך", פארדעקט מען די מצות און מען הייבט אויף דעם כוס, נאכדעם זאגט מען די ערשטע צוויי קאפיטלעך פון הלל וואס רעדן זיך פון יציאת מצרים.

נאך דער ברכה פון "אשר גאלנו", מאכט מען א ברכה "בורא פרי הגפן", און מען טרינקט אויס דעם צווייטע כוס אנגעלעהנט. מען האט אינזינען מיט די ברכה אויך אויף די וויין וואס מען וועט טרינקן אינמיטען די סעודה ביי שולחן עורך.

רחצה - מוציא - מצה:
מען וואשט זיך "על נטילת ידים", און מען נעמט אלע 3 מצות און מען מאכט א ברכה "המוציא". דערנאך לאזט מען אראפ די אונטערשטע מצה "ישראל" און מען האלט די אויבערשטע מצה "כהן" מיט די מיטעלסטע צובראכענע מצה "לוי" און מען מאכט א ברכה "על אכילת מצה".

מען נעמט צוויי כזיתים, איינס פון די אויבערשטע, פאר "המוציא", און איינס פון די צובראכענע, פאר "על אכילת מצה", און מען עסט זיי אנגעלעהנט, שנעל.

אויב מען קען, זאל מען לכתחלה עסן ביידע כזיתים אין 2 מינוט. עס איז בעסער אויב מען קען אריין נעמען אין מויל ביידע כזיתים אויף איינמאהל, און אראפ שלינגען.

די מצות דארף מען עסן מיט כוונה, און אינזינען האבן אז מען איז מקיים די מצוה פון "בערב תאכלו מצות". אויב מ'האט געגעסן אהן כוונה, דארף מען איבער עסן נאך א מאהל מיט כוונה. מען טיילט איין פאר יעדעם 2 כזיתים, און אויב עס איז נישט דא גענוג פון די קערה, לייגט מען צו נאך מצות.

מרור:
מען נעמט א כזית מרור, און מען מאכט א ברכה "על אכילת מרור". מען עסט דאס נישט אנגעלעהנט.

ביי דער ברכה פון "על אכילת מרור" דארף מען אינזינען האבן דעם מרור וואס מען וועט עסן ביי "כורך". וועגען דעם זאל מען לכתחלה נישט אויסרעדן פון "רחצה", ביז נאך "כורך".

מען דארף אינזינען האבען ביי דעם מרור, פארוואס מיר עסן דאס, דער טעם איז, ווייל די מצריים האבן פארביטערט אונזער לעבן אין מצרים. דעם מרור דארף מען אויך אויפעסן אין 2 מינוט (אזוי ווי די מצה). מען דארף דאס גוט צוקייען, כדי מ'זאל פיהלן דעם טעם פון מרור.

מען טונקט איין דעם מרור אין חרוסת, ווייל חרוסת זעהט אויס אזוי ווי ליים. און די יודן האבן געארבעט מיט ליים אין מצרים. מען לייגט אין דעם אריין רויטע וויין, אלץ זֵכֶר וואס פרעה האט געשחט'ן אידישע קינדער און זיך געבאדען אין זייער בלוט, מען דארף אבער אפשאקלען די חרוסת פון די מרור, אז עס זאל נישט אוועקנעמען דעם טעם פון די מרור.

כורך:
מען נעמט א כזית פון די אונטערשטע מצה און א כזית מרור, און מען וויקעלט זיי איין צוזאמען. מען טונקט זיי איין אין חרוסת, און מען זאגט "זכר למקדש כהלל".

ביי "כורך" דארף מען זיך יא אנלעהנען.

שולחן עורך:
מען עסט די סעודות יו"ט, מיט שמחה און לויב צום אייבערשטען. מען זאל אויפפַּאסֶען נישט צו עסן צופיהל, כדי מ'זאל נישט זיין זייער זאט ביי דעם אפיקומן.

מען פיהרט זיך צו עסן א הארטע איי איינגעטינקן אין זאלץ וואסער. דער טעם איז ווייל אייער איז א עסענווארג פון טרויעריגע מענטשן. און ווי אויבען דערמאנט, קומט אויס אלעמאהל, אז די סדר נאכט געפאלט די זעלבע נאכט פון די וואך, ווי די נאכט פון תשעה באב, דערפאר זענען מיר מרמז אויף'ן טרויער פון דעם בית המקדש.

נאך א טעם, ווייל דער תרגום פון ביצה איז "בֵּיעָא" דאס מיינט וועלען, א רמז אז דער אייבערשטער וויל אונז אויסלייזען. אויך מיינט "בֵּיעָא" בעטען, מיר בעטן פון דעם באשעפער אז ער זאל אונז אויסלייזען פון דעם ביטערן גלות.

נאך א טעם, ווייל יעדער עסענווארג וואס מען קאכט, וואס מער עס ווערט געקאכט אלץ מער ווערט דאס ווייכער, אבער אייער איז אנדערש, וואס מער מען קאכט דאס, ווערט דאס אלץ הארטער און הארטער, וועגען דעם עסן מיר א איי צו ווייזען אז יודען זענען צוגעגליכען צו א איי, וואס מער מ'פייניגט אונז אלץ שטערקער ווערען מיר, אזוי ווי דער פסוק זאגט אונז, "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ".

צפון:
מען עסט דעם אפיקומן צום סוף סעודה, אלץ זכר פון דעם קרבן פסח וואס מ'האט געגעסן ביים ענדע סעודה. נאך דעם קרבן פסח, האט מען גארנישט געמעגט עסן, כדי עס זאל בלייבן דער טעם פון קרבן פסח אין מויל. דערפאר טאר מען אויך גארנישט עסן נאך דעם אפיקומן. (אויב מען מוז טרינקן, זאל מען טרינקן נאר וואסער)

מען נעמט ארויס דעם אפיקומן, און מען עסט דערפון 2 כזיתים. איינס א זֵכֶר פאר דעם קרבן פסח, און איינס א זֵכֶר פאר די מצה וואס מ'האט מיטגעגעסן מיט דעם קרבן פסח.

עס זענען דא וואס פיהרן זיך אוועק צו לייגען א שטיקל פון דעם אפיקומן, און דאס איז א סגולה פאר שמורה.

ברך:
מען בענטשט מיט גרויס כוונה, און מען האט אינזינען אז מען איז מקיים דער מצות עשה דאורייתא פון "ואכלת ושבעת וברכת את ה' אלקיך".

נאכן בענטשן טרינקט מען דעם דריטן כוס אנגעלעהנט, און מען מאכט נישט קיין ברכה אחרונה. צווישן דעם דריטען כוס און דער פערטען כוס, טאר מען גארנישט טרינקן אויסער וואסער.

כוס של אליהו:
מען גיסט אהן דעם "כוס של אליהו". כוס של אליהו איז קעגען דעם פיפטען לשון פון גאולה, "והבאתי".

דער טעם פארוואס עס הייסט כוס של אליהו איז ווייל עס איז דא א שאלה צו מען דארף טרינקען 4 כוסות אדער 5, וועגען דעם גיסען מיר אהן דעם כוס, ווייל ווען אליהו הנביא וועט אי"ה קומען וועט ער פארענטפערן אלע קושיות און שאלות, וועט ער דאס אויך פארענטפערן.

שפוך חמתך:
מען עפענט דעם טיהר, כדי צו געדענקן אז דער נאכט איז "ליל שימורים" (דער אפגעהיטענע נאכט), א נאכט וואס מיר גלייבן אז דער אייבערשטער היט אויף אונז און עס קען אונז גארנישט פאסירען קיין שלעכטס פון מזיקים. אין דעם זכות פון די אמונה, וועט דער אייבערשטער אויסגיסען זיין צארן אויף אלע אונזערע פיינד, און אונז פיהרן קיין ארץ ישראל במהרה בימינו אמן!

מען פירט זיך אויפצושטיין ווען מען מאכט אויף די טיר, און מען זאגט "ברוך הבא". מען זאגט הויך אויפן קול "שפוך חמתך", און נאך דעם פארמאכט מען די טיהר.

הלל:
מען גיסט אהן דעם פערטען כוס, און מען ענדיגט זאגן הלל זיצענדיג נישט אנגעלעהנט, מיט שמחה און ערענסטקייט. מען הייבט אהן "לא לנו".

ביי הודו לה', זאגט דער בעל הבית א פסוק, און אלע זאגן נאך, אזוי ווי דער בעל תפילה טוט אין שוהל.

מען ענדיגט זאגן הלל און מען טרינקט אויס דעם פערטען כוס, און מען מאכט א נאך ברכה "על הגפן".

מען מאכט נישט קיין ברכה אויף הלל, וויבאלד מיר זענען מפסיק אינמיטען, מיט די סעודה.

די ערשטע צוויי קאפיטלעך וואס רעדן זיך פון יציאת מצרים, זאגן מיר פאר די סעודה ביי "מגיד". און די אנדערע קאפיטלעך וואס רעדן זיך וועגן די גאולה שלימה דורך משיח צדקינו, זאגן מיר נאך די סעודה מיט אלע אנדערע זאכן וואס רעדן זיך אויך פון דעם ענין.

נרצה:
ווער עס טוהט אזוי ווי דער סדר איז, איז באוויליגט פאר דעם אייבערשטען. און מיר בעטן: "לשנה הבאה בירושלים"

ביים סוף סדר, זאגט מען די זאכן וואס שטייען גידריקט צום סוף הגדה. עס איז א גרויסע ענין צו זאגן "שיר השירים". ווער עס האט כח און איז נישט מיד נאכן סדר, זאל לערנען הלכות פסח און ענינים פון יציאת מצרים, (מען קען אויך חזר'ן דעם קונטרס) מען זאל אבער נישט גיין שלאפען צו שפעט אויב מען האט מורא אז מען וועט פארשלאפן דעם סוף זמן קריאת שמע של שחרית, וואס דאס איז דאך א חיוב מדאורייתא. ביי קריאת שמע שעל המטה ליינט מען נאר די ערשטע פרשה, "פון שמע ביז ובשעריך" צו ווייזען אז די נאכט איז א "ליל שימורים".

הקרבת העומר
די הקרבת העומר ווערט דערמאנט אין פרשת אמור, וואס מען האט מקריב געווען די זעכצענסטער טאג פון ניסן (דעם צווייטען טאג פסח). די מנחה איז געברענגט געווארן פון די נייע תבואה וואס האט געצייטיגט דאס יאהר. מען האט עס געשניטען די נאכט פאר די זעכצענסטער טאג און מקריב געווען בייטאג, די תורה רופט אהן די מנחה "מנחת בכורים" ווייל בכורים איז טייטש ערשט געצייטיגט. דער מנחה איז א "קרבן ציבור" דאס הייסט אז גאנץ כלל ישראל האט א חלק אין דעם. דער מנחה ווערט געברענגט פון "שעורים" (גערשטן מעהל) און נישט פון "חטה" אזוי ווי אלע אנדערע מנחות, ווייל דא שטייט "אביב" און אין פרשת וארא שטייט "כי השעורה אביב" פונקט ווי דארט שטייט אביב און עס רעדט זיך פון שעורים, אזוי אויך דא ביי אונז מיינט אביב, "שעורים".
דער מנחה איז א "קרבן ציבור" דאס הייסט אז גאנץ כלל ישראל האט א חלק אין דעם. דער מנחה ווערט געברענגט פון "שעורים" (גערשטן מעהל) און נישט פון "חטה" אזוי ווי אלע אנדערע מנחות, ווייל דא שטייט "אביב" און אין פרשת וארא שטייט "כי השעורה אביב" פונקט ווי דארט שטייט אביב און עס רעדט זיך פון שעורים, אזוי אויך דא ביי אונז מיינט אביב, "שעורים".

ביים שניידן די ווייץ האט מען געמאכט א גרויסען עסק דערפון. פון איבעראל איז מען געקומען צום פלאץ ווי די שלוחי בית דין האבן געשניטן דעם עומר, כדי מיט דעם צו ווייזען אז ווען די תורה זאגט אז מען זאל ברענגען דעם עומר "ממחרת השבת" מיינט דאס דעם צווייטען טאג יום טוב, אנדערש ווי די צדוקים פלעגן זאגן אז דאס מיינט, נאך שבת (זונטאג).

ביי מנחת ביכורים שטייט 4 זאכען, 1."אביב", דאס מיינט אז עס זאל זיין פון שעורים וואס זענען שוין געצייטיגט, 2. "קלוי באש", דאס מיינט אז מען זאל דאס אויסטריקענען אין פייער, ווייל ווען דאס איז זייער פייכט, קען מען דאס נישט צומאהלען. עס איז געווען פייכט ווייל מען האט דאך דאס ערשט געשניטען אין די נאכט פון ט"ז ניסן 3. "גרש", קודם האט מען געמאהלן די גערשטן צו גרויסע שטיקלעך דאס איז "גרש", ערשט נאכדעם ווי מען האט זיי גוט אדורך געזייט האט מען דאס אדורך געזייטע געמאהלען דין צו סולת, 4."כרמל", פון שעורים וואס די זאנגען זענען פוהל, "כרמל" קומט פון לשון "כר-מל", "כר" א קישעלע "מלא" פוהל, די תבואה איז אנגעפילט וויא א פוהלע קישעלע. מען האט מקריב געווען א קומץ אויפ'ן מזבח, און די איבריגע האט מען געגעבן פארן כהן.

ווי לאנג מען האט נישט געשניטען דעם עומר, האט קיינער נישט געמעגט שניידן די ווייץ אין זייער אייגענע פעלדער, אזוי ווי די פסוק זאגט "ראשית קצירכם", (אויב דאס איז א פעלד וואס איז כשר דערפון צו ברענגען די עומר.)

די תורה הק' זאגט: "ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה" כדי צו פארשטיין דעם פסוק וועלן מיר מקדים זיין א שטיקל הקדמה וועגן דעם איסור דאורייתא פון עסן "חדש".

די תורה אסר'ט צו עסען נייע תבואה פון איינער פון די חמשת מיני דגן וואס זיי זענען:
חטים שעורים כסמין שיפון שבולת שועל
ובלע"ז
WHEAT BARLEY SPELT RYE OATS
איידער מען האט מקריב געווען דעם עומר. דער תבואה ווערט אנגערופען "חדש". נאכדעם וואס מען האט מקריב געווען דעם עומר אין דעם בית המקדש, האט מען געמעגט עסען די תבואה.

בזמן שבית המקדש היה קיים, האט מען נישט געמעגט עסן פון חדש, ביז מען האט מקריב געווען דעם קרבן העומר. אבער ווען עס איז נישט דא קיין בית המקדש, איז מן התורה מותר באלד אין אנהייב פון דעם טאג.

דאס מיינט דער פסוק "ולחם וקלי וכרמל" די תבואה פון די חמשת מיני דגן "לא תאכלו עד עצם היום הזה" זאל מען נישט עסן ביז דעם טאג, דאס איז ווען עס איז נישט דא קיין בית המקדש, און ווען עס איז יא דא א בית המקדש זאגט ווייטער די פסוק: "עד הביאכם את קרבן אלוקיכם". ביז נאך דעם הקרבת העומר. אבער משחרב בית המקדש האט ר' יוחנן בן זכאי מתקן געווען, אז מען זאל נישט עסען פון די נייע תבואה ביז ביינאכט.

פון ווען מען האט מקריב געווען דעם קרבן העומר דארף יעדער מענטש ציילען 49 טעג, און ביים פופציקסטען טאג ברענגט מען די "שתי הלחם" וואס דאס איז דאך אין שבועות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "וספרתם לכם וגו' עד ממחרת השבת השביעית תספרו'" מען זאל ציילען 7 וואכן וואס דאס איז דאך 49 טעג און "חמישים יום" ווען עס קומט דער פופציקסטער טאג, "והקרבתם מנחה חדשה לה", זאל מען ברענגען דעם "מנחה חדשה" צום אייבערשטן, וואס דאס זענען די שתי הלחם (דער טעם פארוואס די שתי הלחם וואס מען האט מקריב געווען שבועות ווערן אנגערופען "מנחה חדשה" איז ווייל דער "שתי הלחם" איז געווען דער ערשטער "מנחה" וואס מען האט געמעגט ברענגען פון די נייע ווייץ).

ספירת העומר:
די צווייטע נאכט פסח הייבט מען אהן צו ציילען "ספירת העומר".

מיר פסק'ענען אז בזמן הזה איז ספירת העומר מדרבנן. די חכמים האבן דאס מתקן געווען אלץ א זֵכֶר פון דעם וואס מען פלעגט ציילען די טעג פון די טאג וואס מען האט געברענגט דעם "עומר" ביז שבועות. (דעם טאג וואס מען האט געברענגט דעם שתי הלחם)


איידער מען מאכט די ברכה דארף מען וויסען וועלכער טאג מען ציילט היינט. און מען טאר זיך נישט פארלאזען אויף דעם וואס מען וועט הערן וואס א צווייטער וועט ציילען.

באלד ווען עס ווערט נאכט טאהר מען נישט ארויס זאגן דעם טאג פון די ספירה. און אויב א חבר פרעגט וועלכער טאג אין ספירה היינט איז, זאל מען נישט ארויס זאגן אז היינט איז אזוי פיל, נאר מ'זאל זאגן אז נעכטן איז געווען אזויפיל.

אויב מ'האט פארגעסן צו ציילען ביינאכט זאל מען ציילען בייטאג אהן א ברכה, און אין די אנדערע נעכט קען מען ציילען מיט א ברכה. אבער אויב מ'האט אויך בייטאג פארגעסן צו ציילען, דעמאלסט מוז מען ציילען אלע נעכט, אהן א ברכה.

וויבאלד עס שטייט "וספרתם לכם" לערנט מען ארויס אז ספירת העומר דארף יעדער מענטש ציילן, אנדערש ווי ביי "יובל" וואס דאס איז נאר א מצוה פאר בית דין צו ציילן.

אין די מצוה פון ספירה איז דא 2 מצות, ציילען די טעג, און ציילען די וואכן, ווייל עס שטייט אין פסוק סיי "שבע שבתות" דאס איז די וואכן, "חמשים יום" וואס דאס איז די טעג, וועגן דעם ציילן מיר סיי די טעג אין סיי די וואכן.

נאך ספירה ציילען, זאגן מיר הרחמן הוא יחזיר לנו עבודת בית המקדש וכו' ווייל היינט איז דאך ספירת העומר נאר מדרבנן, בעטען מיר אז דער בית המקדש זאל ווערן אויפגעבויעט, און מיר זאלן קענען מקיים זיין די מצוה מדאורייתא.

סעודת היום
עס איז דא א מנהג אז דעם צווייטען טאג פסח ביים סעודת היום מאכט מען א זכר צום סעודת אסתר וואס איז געווען אינ'ם צווייטען טאג פסח, און אין יענעם טאג האט המן הרשע געהאט זיין מפלה. (אסאך פירען זיך אז מען ברענגט אריין א באזונדערע קוגעל וואס ווערט אנגערופן א "בָּאבֶּעלֶע" אדער א "אסתר קיגל" און מען זינגט שושנת יעקב.)

בריך רחמנא דסייען







דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2005 04:53 לינק ישיר 

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=843411



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/4/2005 19:35 לינק ישיר 

באקומען אויף אימייל

בס"ד שבת פסח י"ג ניסן התשס"ה




עדות אותנטית על מסירות נפשם של יהודים לקיים את מצות אכילת מצה בפסח גם בתוככי מחנות המוות.

חורף שנת תש"ה. מלחמת העולם השניה מתקרבת לקיצה בתבוסתה של גרמניה הנאצית. אך השנאה הנוראית לא יודעת רסן וגבולות. יהדות הונגריה מובלת להשמדה בתקופה שבין סיוון תש"ד – לניסן תש"ה, 1944-1945. קבוצה של יהודים נשלחת למחנה המות הידוע בכינויו מחנה "ברגן בלזן". כאלף איש מעונים ומיוסרים מצטופפים בבלוק אחד. לאורך הקירות הארוכים וביניהם נבנים דרגשים בארבע קומות, בהם נצטוו האסירים לחיות את חייהם. עבודת פרך, משברת הגוף ויסורי נפש על כולן, מסדרים של שעות בעמידה חסרת תוחלת ותכלית בקור עז מקפיא עצמות. כל הכוחות והרצון שעוד נותרו ביהודים אומללים אלו היה הרצון לשרוד ולחיות. כוחות על אנושיים שאיש כלל לא שיער כי קיימים הם באדם בכלל, ובתנאים כה קשים בפרט. בכל רגע אורב המוות, חיי-האדם נחשבים כקליפת שום. על כל קפריזה של קצין או איש S.S. או קאפו, משלם מישהו מבין האסירים בעינויים, בהשפלות ולעתים קרובות אף במוות.

החורף הסתיים, האביב בשער והפסח עמו. בקבוצה שרובה הגדול היה מורכב מאנשים נאולוגים (מתבוללים), הייתה גם חבורה של בני ישיבות מהונגריה. הללו היו מודאגים מאד; הפסח קרב וכזית מצה מניין?

שיחות רבות התקיימו ביניהם באישון לילה, והחליטה החבורה לקיים את המצווה למרות הכל. אחד מן היוזמים והרוח החיה בבצוע ההחלטה הנועזת היה אחי, ר' מרדכי אהרן ז"ל. הם חפשו שאלו ודרשו, והנה התברר להם כי בסמוך נמצא מחנה בו שוכנים חיילים הונגרים, שהצטרפו למערך המלחמה הנאצי, שתנאי חייהם היו טובים בהרבה. בקושי רב ותוך סיכון נפשם מצאו את אחד מאנשי ה S.S. שהיה עובר גם למחנה השני, ושחדו אותו שימצא מעט קמח ויביא להם. לכל אחד מהם היה אוצר בעל ערך מיוחד, אותו שמר מכל משמר לרגע הקשה ביותר, שיבוא חלילה, או-אז תהיה לו נפשו לשלל בעזרת הפריט היקר הלז. האחד החביא מטבע מכסף, ואילו עמי היה עט מכסף אותו קבלתי לבר מצווה שלי. שמרתי עליו כעל בבת עיני, וידעתי כי יבוא יום והוא יעזור לי להשאר בחיים. ורק תמורת מעט הקמח הסכמתי להפרד מהיקר לי ביותר.

בהשגת הקמח עדיין עמדו רק בראשית הדרך, שכן יש צורך בעצים להסקה ובכלים בהם ובעזרתם ניתן יהיה לאפות. וכיצד אופים כאשר במשך היום נמצאים מחוץ למחנה, ובלילה שוררת האפלה חמורה? שכן מטוסי בנות הברית היו מפציצים את ערי גרמניה. ההאפלה הייתה מוחלטת, והפרתה הייתה כרוכה בגזר דין מוות.

על החלק הראשון התגברו; הגרמנים הארורים כבר הבינו שקצם קרב ובא, ופרקו חלק מהצריפים באחד מן המחנות הסמוכים. כך שתמורת תשלום נוסף, לקחו היהודים עצים מתוך הצריפים המפורקים, על מנת שיוכלו להסיק בהם את התנור המאולתר. גם הכלים האחרים הנצרכים לאפיה אולתרו בדרך לא דרך.

בלילה היו הכל מוכנים לאפיה המסוכנת. בפאתי המחנה, בהתגנבות ויציאה מן הבלוק אשר משמעותם הייתה סכנת חיים לנתפס מחוצה לו, הצטופפו בני החבורה והעלו את האש כדי להתחיל באפיה. הם נאלצו להגן על האש בגופם לבל תכבה ולבל תתגלה, שכן הדבר כרוך היה בסכנת נפשות של ממש. ואכן תוך זמן קצר ובמהירות רבה נלושה העיסה שהוכנה מבעוד מועד. באמצעים דלים, ובדמעות רבות נאפו מספר מצות.

לפתע נשמעו קריאות הזקיפים: "לכבות את האש! לכבות את האש!". הגרמים בטוחים היו שאלו חבריהם שהבעירו מדורה להתחמם. הם לא העלו על קצה דעתם שאלו יהודים, שכן אז היו יורים וודאי מכל מגדלי השמירה על האנשים ליד האש.

שמחתם הייתה עצומה על שעלה בידם לקיים את המצוה גם בתוך תוכו של הגהנום, נתערבו כזית המצה עם סאות המרור הרבות.

ויושב בשמים הביט וראה את עמו השומר לו אמונים ונאמן בבריתו בכל עת ובכל מצב.

נרשם מפי מר שלמה רייכנברג הי"ו שנמנה על בני החבורה.

שבת שלום

הרב יוסף ברוק

מתוך ההגדה של פסח מבית "עת לחשוב"

http://www.hidabroot.org




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/4/2005 19:36 לינק ישיר 

בעבר, כשבית המקדש היה קיים, עמדו שני עניינים במוקד הלילה שבין י"ד בניסן (המכונה בתורה "פסח") לבין ט"ו בו (שהוא היום הראשון של "חג המצות"). מדובר באכילת קרבן הפסח, שהיה מוקרב במהלך י"ד בניסן, ובקיום מצוות "והגדת לבנך", שבה היו מעבירים לדור הבא את סיפור יציאת מצרים – האירוע ההיסטורי המכונן בתולדות העם היהודי. ליל הסדר קיפל בתוכו את שתי המצוות הללו.

במהלך השנים, על מנת להקל על המון העם לספר על יציאת מצרים ולהעמיק בה, חובר הנוסח של ההגדה, המכיל את הסיפור באופן מתומצת, וכן מדרשים שונים שמעלים תובנות שונות בעניינים הקשורים בו. מה שאנו מוצאים כיום בהגדה הוא שילוב של פרטי הטקס של ליל הסדר עם נוסח ההגדה, שהלך והתגבש במשך מאות שנים.

כאמור, הציר שסביבו סובב ליל הסדר הוא סיפור יציאת מצרים לדור הבא. לכן יש מאמץ למלא אותו בכל מיני מעשים חריגים, שיחד עם אמצעים נוספים אמורים להחזיק את הילדים ערים ולגרום להם לשאול כמה שיותר שאלות. בין לבין, משולבות המצוות המיוחדות שנקבעו לאותו לילה.





צומת מסובים



נקודות מרכזיות בסדר, מדוע הן נקבעו ומה המשמעות שלהן:

ארבע כוסות – חכמים ציוו לשתות בליל הסדר ארבע כוסות יין (אפשר גם מיץ ענבים). שתיית היין מלווה טקסים רבים ביהדות (נישואין, ברית מילה, קידוש ועוד) מפני שפעולה זו היתה תמיד הוכחת בכל מאורע חגיגי וחשוב. המספר ארבע נקבע כנגד ארבע לשונות הגאולה, כלומר ארבעת הפעלים שמופיעים בבשורת הגאולה שנאמרה למשה בתחילת פרשת וארא (והוצאתי, והצלתי, וגאלתי, ולקחתי).

הסבה – מדוע שואל הילד במה נשתנה "הלילה הזה כולנו מסובין"? ובכן, בעבר נהגו אנשים במעמד חברתי גבוה לאכול בהסבה, כלומר לסעוד על כריות המונחות על הרצפה, כשגופם מוטה לכיוון שמאל. כיוון שבליל הסדר אנו מציינים את הפיכתנו מעבדים לבני חורין, נקבע שאת הדברים שאותם אנו מצווים לאכול ולשתות (ארבע כוסות, מצה ומרור) – יש לאכול בדרך זו. אמנם היום אנשים מצאו דרך נוחה יותר לאכול, אך ההסבה נשארה בכל זאת והפכה לאחת הפעולות המוזרות שאנו עושים כדי לגרות את סקרנותם של הילדים.

וכן, יש קשר למחלף מסובים. בהגדה מסופר על חכמים שהיו מסובים בבני ברק. הזיהוי של בני ברק הקדומה הוא באזור מחלף מסובים.






מרור כורך



קַדֵש – זהו הקידוש הרגיל שעושים בכל ליל שבת או חג. כוס היין שאותה שותים היא הכוס הראשונה מבין ארבעת הכוסות.

רְחָץ – כאן נוטלים ידיים לקראת אכילת הכרפס (ראה להלן). בעבר נהגו ליטול ידיים לא רק לפני אכילת לחם, אלא גם לפני אכילת פירות וירקות רטובים.

כרפס – אוכלים ירק (היום נהוג תפוח אדמה או פטרוזיליה) טבול במי מלח. עוד קריצה לכיוון הילדים. כאן אמור הילד לקפוץ ולשאול: מה פתאום אוכלים ירקות בתחילת הארוחה, במקום לפתוח במתאבן דוגמת פטריות חמות או סלטים?

יַחַץ – בעבר היו אוכלים על הרצפה, כשלכל אחד היה שולחן אישי נמוך (כמו שמקובל היום בחוויות קולינריות בסגנון אוהל בדואי). בליל הסדר היו מתחילים עם השולחנות הללו ולפתע, בשלב זה, מסלקים אותם מהשולחן, עוד לפני שהספיקו לאכול. ושואל הילד: מה, גמרנו לאכול? איפה הסטייק?

במקום לסלק את השולחן אנו חוצים את המצה האמצעית מבין השלוש המונחות על השולחן ומצפינים אותה. פעולה זו גם מסמלת את המצב שבו היינו שרויים לפני שנגאלנו מפרעה הרשע – עבדים אומללים ועניים שדואגים שמא לא יהיה להם לחם למחר. כמותם גם אנחנו שומרים חלק מהמצה לכל צרה שלא תבוא. את החלק הזה (האפיקומן, ראה להלן) נוהגים הילדים לגנוב ולהשתמש בו כבן ערובה שיוחזר תמורת מתנה ראויה. בגלל שהמצה האמצעית לא נשארת שלמה, שמים על השולחן מראש שלוש מצות, ולא שתיים כפי שמקובל בכל שבת וחג.

מגיד – זהו לבו של ליל הסדר. כאן מספרים את סיפור יציאת מצרים, הופכים בו והופכים בו בעזרת נוסח ההגדה ודברים אחרים שמוסיפים המסובים, כיד החכמה והדמיון הטובה עליהם. "וכל המרבה לספר ביציאת מצרים – הרי זה משובח". בסיום חלק זה שותים את כוס היין השנייה ואומרים ברכת הודאה לה' ("אשר גאלנו וגאל את אבותינו...").

כיוון שהמוקד הוא הדור הבא, חלק זה פותח בשאלות הילד (מה נשתנה), ממשיך בתשובה "הא לחמא עניא..." – זהו (המצה) לחם העוני שאכלו אבותינו במצרים – ועובר הלאה לסקירה היסטורית ומדרשי אגדה.

רחצה – נוטלים ידיים לקראת אכילת המצה.

מוציא מצה – כאן אוכלים את המצה. אכילת המצה היא מצווה מהתורה, אחת מהחשובות שבערב.

מרור – אוכלים ירק מר, זכר לסבל של אבותינו במצרים. בתור מרור, מקובל לאכול חסה. יש שמשמרים את מנהג האבות לאכול חזרת (חיה, כמות שהיא) – הסחוג של האשכנזים.

כורך – ובכן, סנדוויץ' אינו המצאה ישראלית. הלורד סנדוויץ' גנב את הרעיון מהלל הזקן. בתורה כתוב "וְאָכְלוּ אֶת-הַבָּשָׂר בַּלַּיְלָה הַזֶּה צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת, עַל מְרֹרִים יֹאכְלֻהוּ" (שמות יב ח). הלל הבין מכאן שצריך לאכול את כולם (בשר קרבן הפסח, המצה והמרור) בבת אחת. לשים את הכל בפיתה אי אפשר היה, אז הלכו על סנדוויץ' של מצה. לכן אנו אוכלים סנדוויץ' מצה ובתוכה מרור.

שולחן עורך - מניחים את ההגדות ועוברים לחלק הגשמי של הערב. לא לאכול יותר מדי, בתוכנית יש עוד אפיקומן!

צָפוּן – כאן מגיע הקרב הגדול על האפיקומן. לאחר שזה הסתיים, אוכלים את חצי המצה שהוצפנה בתחילת הסדר. זהו זכר לקרבן הפסח שהיה נאכל בזמן בית המקדש. מדוע נזכרים בו רק בסוף הארוחה? כיוון שמפאת כבודו וכבודנו, קרבן פסח היה נאכל על בטן מלאה, לא כמו עניים שמתנפלים על האוכל ברעבתנות. "אפיקוּ מן" בארמית פירושו – הוציאו (החוצה) את המנות. בשלב זה בארוחה כבר לא רוצים לראות שום מאכל מול העיניים. על שם זה אכילת המצה האחרונה נקראת כך.

בָרֵך – מברכים ברכת המזון. בסופה שותים כוס שלישית, כמו שבעבר היה נהוג לעשות תמיד בסיום ברכת המזון (אחדים נוהגים כך גם היום).

על מנת להקל על זכירת המהלך של ליל הסדר, קבעו שם לכל שלב שכלול בו. נתקדם לאורך הלילה לפי השמות הללו (שימו לב לחרוזים המתקבלים בקריאת השמות ברצף):

הלל – גומרים לומר את תפילת ההלל, תפילת הודאה שנאמרת בחגים. בסיום, שותים כוס רביעית.

נִרצָה – כאן אומרים פיוטים שונים שהתווספו בתקופות מאוחרות יותר (למשל 'חד גדיא' ו'אחד מי יודע'). בין היתר מוזגים כוס ופותחים את הדלת לאליהו הנביא, שעל פי המסורת יבוא בפסח ויבשר את הגאולה.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הלכות פסח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext