די סאטמאר מצה בעקריי אין ווילי, איז היי יאר ארויף מיט די פרייז פון די בית רחל מצות אויף יו"ט פסח, און עס איז די טייערעסטע מצות וואס איז דא צו באקומען פון אלע סאטמאר'ע מצה בעקעריי און אויך פון איבעראל.
די פרייז פאר א פונט מצות היי יאר איז 16.50, אבער אין די בעקעריי פון סאטמאר ווילי, איז די פרייז פאר א פונט בית רחל מצות $17.00 די טייערסטע אויפן מארקעט.
דאס איז געקומען נאכדעם וואס יעקב כ. און שאול פ. האבן אריבער גערופען ר' דוד ראזענבערג דער מנהל האופה, און אים געזאגט אז קהל דארף היי יאר נאך 100,000 דאללער ריוח פון די מצה בעקריי פאר קהל, ר' דוד האט זיך געטאנעט מיט זיי, אבער זיי האבן אים געזאגט אז ער קען גיין אז ער וויל, און זיי וועלן אריין שטעלען א צווייטען.
ר' דוד האט נישט געהאט קיין ברירה און ער האט גהעכערט די פרייז פון יעדעם, און מייקר השער פון די מצות לפסח.
עס איז א בושה וחרפה נאכדעם וואס די סאטמאר מצה בעקעריי איז אלס געווען געשטעלט צו זיין די ביליגסטע פרייז, אזוי ווי רביה"ק זי"ע האט געוואלט, קומען די שליחי זאלי און זענען מייקר השער, און בעטן די טייערסטע פון יעדעם.
יא עס טוט וויי!
די סאטמארער מצות איז נישטא צו באקומען קיין שטיקל נישט שוין פאר פסח, בעת די קר"י מצות ליגט אפ אין די סטארס און אפילו אויף פסח שני גייט עס נישט אויס.
אין די פארגענהייט האט מען פארקויפט די מצות פון א יאר פריער אז מען האט זיך געקענט צעברעכן די ציין.
אבער די נארישע אהרונים האלטן זיך פעסט אן אין די קר"י שטיינער...
נשלח ב-16/3/2004 03:16
נו פארוואס געט מען די מצות פאר'ן רבי'ן.
ווייל ס'איז ביליגער?
ריכטיגע חזירים אויפ'ן חשבון פונעם צדיק הדור.
זעט אויס אז אדער זיי וואלטן אים געגעבן שטרוי ווען זיי שעמען זיך ווען נישט.
אדער האלטן זיי אז די קרית יואל'ער מצות איז בעסער.
דאס וועל איך לאזן פאר געזעגענען צו דיסיידן.
נשלח ב-16/3/2004 04:02
נו אז די אהרונים מצות בלייבען איבער הונדערטער טויזענטער פונט, און מען צוברעכט זיך די ציינער דערמיט, אזש אז אלע אהרונים דרייען זיך ארום אן א ציינער.
טא פארוואס איז די מצות פון די מצה בעקעריי אין ווילי די טייערסטע מצות פון איבעראל זייט ר' זלמן לייב איז רב, און די קרית יואל'ע מצות זענען ביליגער?