מעמד רחיים של יד אין סאטמאר
היינט איז פארגעקומען א גרויסע מעמד רחיים של יד אין ישיבה תו"י ד'סאטמאר אין קווינס בהשתתפות כל בחורי חמד פון די חשובע ישיבה און מגי"ש, ובהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ובנו אב"ד ור"מ ד'סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.
און דער נאך האט סאטמאר רבי געזאגט דברי חיזוק פאר די בחורים, די בחורים האבן זיך זייער באדאנקט פארן רבי'ן פאר די ווארימע ווערטער.
די אויסלענדישע בחורים האבן געהאט א ספעשל זכיה זיך צו געזעגענען פרזענליך פונעם רבי'ן פאר זיי פארן אהיים אויף פסח צו זייערע עלטערן.
דער רבי שליט"א איז זייער נתפעל געווארן פון די איידעלע בחורי חמד און געגעבן ווארעמע ברכות פאר יעדן איינעם עקסטער.
די בחורים האבן ארויסבאגלייט דעם רבין שליט"א מיט א תפילה צום באשעפער אז מיר זאלן זוכה זיין אז אי"ה איבערס יאר זאל דער רבי שליט"א קומען נאכאמאל געזונטערהייט, אמן.
|
|