הגה"צ רב הצעיר שליט"א לייגט תפילן אויף זיין זון אברהם יהושע העשיל ני"ו
נשלח ב-28/3/2004 08:38
היינט אינדערפרי ביים דברי חיים שיעור האט דער רב הצעיר שליט"א גערופן די עולם אויף קידוש לכבוד די בר מצוה פון זיין זון אברהם יהושע העשיל ני"ו דערנאך האט ער נאכגעזאגט א ווארט פון אוהב ישראל וואס היינט איז געווען זיין יארצייט לרפואת אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר שליט"א די נקודה וואס ער האט ארויס געברענגט איז אז די דאקטורים ווייסן נישט וואס זיי רעדן זיי בלאנדזען און טאפען און די פינסטער און דערנאך האט ער שיין צוגעוונטשען אז רבינו שליט"א זאל האבן די גאנצער רפואה. ביים ליינען האט די חתן בר מצוה עולה געווען רביעי און די רב הצעיר האט געזאגט דעם ברוך שפטרנו דערנאך האט די רב הצעיר שליט"א געהאט שישי און ביי קידוש האבן הונדרעטער יודן זיך געשטופט דורך צי גיין געבן לחיים פאר די רב הצעיר שליט"א און פאר די חתן הבר מצוה זאל די אויבשטער וויטער העלפן תמיד זאל זיין פרייליך ביי יודן