בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

באבוב די גבאים רייסין זיך ארום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/3/2004 18:16 לינק ישיר 
באבוב די גבאים רייסין זיך ארום

באבוב גבאים רייסען זיך ביי די קעפ

ערשט האנטיגע געהיימע אינפארמאציע אנטדעקט

אין באבוב גייט יעצט הענט אין פוס ביים רב שליט"א אין שטוב די גבאים רייסין זיך ארום
ליינט די פאלקאטען אין ביהמ"ד

נאכגעשריבען ווארט ביי ווארט פון די פאלקאטן וואס טוט פארטומלען די עולם

כ"ק המקובל הצדיק רבי נח פאתחי מירושלים שליט"א
דער מומחה לעניני גורלות האט געעפענט א גורל
פון בעל אבן עזרא זי"ע וועגן דעם מצב הבריאות פון
כ"ק מרן אדמו"ר מבאבאב שליט"א לרפ"ש וואס ענפארט:

חגי פרק א' פסוק ד'
העת לכם אתם לשבת בבתיכם
ספונים והבית הזה חרב:

על כן בהתיעצות הרבנים שליט"א בעטן מיר דעם ציבור:

א) נישט רעדן ביים דאווענען אדער קריאת התורה אין ביהמ"ד

ב) קובע זיין עתים אין שיעורים בבתי מדרש דוקה
איוב מעגליך שעות רצופות לרפואת
רבי נפתלי צבי בן בלומא רחל

איוב איינער קען בעסער אויס טייטשען דעם גורל

ביטע לאזט וויסען דעם ראשי דקהלה פון באבאב ע"כ

וואס גייט פאר? היי יאר איז איינער פון די ראשי דקהלתינו מיטן נאמען יענקלע קעמפלער געגאנגען אין אויסגעקויפט די מארגעדזטש פון בנין ביקור חולים ווי עס האט געדאווענט דארטן יארן לאנג איבער 25 יאר די ביהמ"ד תורה ותפלה כדי צו בויען דארט א דירה פאר זיינס א קינד, נאכען ארויס ווארפען די מתפללים וואס איז פארבליבען אין די בנין, איז ער געקומען צום רב שליט"א נעמען א ברכה אז ער קען אראפ ווארפען די שול מיט די מקוה (ער האט מורא געהאט צוליב א צוואת ר' יודא החסיד) און די רב שליט"א האט גענטפערט עפעס ווערטער "שאטן" געוויסע גבאים האבן דאס געטייטש עס וועט נישט "שאטן" אין געוויסע גבאים האבן אויסגעטייטש אז עס וועט יא שאטן
אז מקוקט אריין אין די נושאי כלים אויפן פסוק טרעפט מען די גענויע פאסירונג אז די פסוק פרעגט ווי מ'קען זיצען רואיג אז די ביהמ"ק איז חרוב אין רואיג מ'וואוינט אין פאלאצען
כדי צו באמערקען אז די רב שליט"א איז נפל למשכב איז די זעלבע וואך וואס מהאט אויסגעגראבען די מקוה ה' ירחם

די גבאים רייסין זיך יעצט וועמענס שולד עס איז אז מ'האט געזאגט אז עס וועט נישט שאטן

וועגן דעם בעטן די ראשי הקהלה אז ווער עס קען בעסער אויסטייטשן די פסוק זאל זיך ווענדען צו די ראשי הקהלה


>באקומען אין תיבה אישי<

(צו די מענטשן וואס שיקן מיר אין תיבה אישי, אויב זענט עטץ ערלויבט צו שרייבן דא קענט איר שרייבן אליין.)



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2004 18:56 לינק ישיר 

כשלעצמי זעה איך נישט קיין עוולה מצד דער קעמפלער. אויב עס איז זיין הויז, און ער וויל זיי ארויס, איז ארויס, עס איז נישט קיין שום חיוב צו מאכען הכנסת אורחים. יא עס איז א מצוה, אבער נישט א חיוב.

און צו זאגען אז וועגען דעם איז דער באבאווער רבי קראנק געווארען איז נאך מער ליצנות ווי אלע מופתים וואס ער האט "באוויזען" אין די לעצטע יארען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2004 07:52 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס איז די מודעה וואס הענגט אין בית המדרש,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > באבוב די גבאים רייסין זיך ארום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext