בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער שטערן. (יידישע אויסגאבע)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/4/2004 10:34 לינק ישיר 
דער שטערן. (יידישע אויסגאבע)

היינט לכ' פסח הבעל"ט האב איך באקומען א זייער חשובע מתנה וואס דאס רופט זיך "דער שטערן".

"דער שטערן" איז א באוויסטע יידישע מאגאזין וואס באשרייבט היימישע יידישע אינטרעסאנטע וועלטליכע זאכן.

דאס ווארט "דער שטערן" איז שוין אמאל געווען דערמאנט אויף הייד פארק דעמאלט האט מען דיסקאסט וועגן דעם, באט דעמאלט איז עס נאכנישט נישט מנהסתם געווען אזוי ווי היינטיגע צייטן, וואס דאס איז איינס פון די גרעסטע יידישע מאגאזין'ס, מיט שיינע רייכע שרייבער'ס.

דער בעה"ב פון "דער שטערן" האט מיר היינט געטראפן, און געט מיר א פרעג וואס טוט זיך אויף דער וועלט, ענטפער איך עם וואס דארף זיך טוהן?! ב"ה ס'איז אביסל שטיל געווארן מיט די סאטמארע גארביטש און מען דיבעיט אנדערע דברים העומדים על הפרק.
און אזוי מיר שמועסן, און מיט אמאל געט ער מיר א זאג "ווייסטו וואס יענקל, איך וועל דיר געבן פאר א גאנץ יאר סאבסקריבשן מנהסתם וועסטו זיכער הנאה האבן פון דעם". און טאקע ער האט מיר גלייך ארויף געלייגט אויף זיין מעילינג ליסט, און איך האף עס צו-באקומען יעדע חודש.

דעם "דער שטערן" קען מען היינט קויפן און אלע גראסעריס, ספרים געשעפטן, און בכלל ג'אדעיקע געשעפטן.

אויפן בילד ווי דער בעה"ב געט מיר א "דער שטערן" פון חודש ניסן ה' תשס"ד וואס איז נאר יעצט ארויס געקומען.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/4/2004 06:06 לינק ישיר 

Not a bad way to advetise a magazine...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער שטערן. (יידישע אויסגאבע)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext