היינט צופרי האט אויסגעבראכן א פייער אינעם בילדינג פונעם ישיבה גדולה ומתיבתא מקור חיים אין בארא פארק.
די דארמיטארי פון די ישיבה איז מער ווייניגער א פארגאנגעקייט (איין זייט), די פידני האבן אויסגעריסן פון די פענסטער'ס ווי זיי האבן נאר געקענט אז ח"ו די פייער זאל זיך נישט צוריק אנצינדן.
מ'האט געקענט זעהן ווי די וועש פון די תלמידי הישיבה געיין לאיבוד, ממש אין גארביטש ה"י.
ב"ה די ספרי תורות זענען געבליבן אומגעשעדיגט און אזוי אויך די אנדערע ספרי קודש.
די הצלה איז געשטאנען גרייט על כל צרה שלא תבא מצד די אויסלענדישע בחורים וואס האלטן זיך אויף אונעם דארמיטארי אדער סתם מענטשן וואס ס'זענען געווען אין געגענט דארט.
די שומרים מיט זייערע גרויסע קענעקשאנס האבן געזעהן אז קיין שום שלעכטס זאל נישט פאסירן מיט די בעה"ב און אזוי אויך לגבי די ישיבה.
פון אונטן איז געווען א קאר סערוויס וואס ס'איז נישט געבליבן קיין זכר דערפון.