א בשורה טובה פאר אלע מתפללים בביהמ"ד דחסידי באבוב אז פון היינט און ווייטער וועט שטיין א טראק געפארקט און פראנט פון די גרויסע שול אויף 15 עוו. און פארקויפט כל מיני מדענים אלע מיני sandwiches מילכיגער און פליישיגע אוןdanishes אויך כל מיני נאשעריי ער פארקויפט דארט אויך פארעווע טשאלענט אייער שפייס אלע סארט טרינקען. השי"ת זאל עם געבן אסאך הצלחה און זכות וואס ער איז מזכה יודשער קינדער מיט פת שחרית אוי ווי די קדושת ציון זאגט אז שחרית ענדיגט זיך מיט די ווערטער המויצא לחם מן הארץ.
די באבובער הכנסת אורחים גייט אן און פולן שוואנג אזוי ווי דישיגוטער האט דערמאנט אז עס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' יוסף שלמה גערמאן ני"ו א זון פון הרה"ג ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א. לכבוד ל"ג בעומר האט הרה"ח ר' יוסף שלמה ני"ו ארויס געגעבן א ספר מיטן נאמען אור מפלא וואס האט הסכמות פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און פון זיין פעטער הרה"ג ר' יצחק טובי' ווייס שליט"א און כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און פון הרה"ג ר' יחזקאל ראטה שליט"א און דעם ספר ברענגט ער צו שיינע זאכן פון ל"ג בעומר מפי ספרים וסופרים און אויך פון זיין טאטע הרה"ג ר' נחום מאיר שליט"א.