| נשלח ב-12/5/2004 16:53 |
|
| |
חידה פון די וואך - מוזט קענען ענגליש
איך האב א QUIZ, און איך בין נייגעריג צי ווייסן ווער עס וועט וויסן דעם תירוץ
צו קענען דעם תירוץ דארף מען קענען זייער גיט ענגליש.
חידה:
עס איז דא איין ווארט וואס ווערט דערמאנט אין די קאורט פעיפערס פון פרייטיג.
די ווארט איז א שווערע ווארט וואס דארט ליגט דער שליסעל צי די גאנצע קעיס פון די וואלען (לויט ווי א לויער האט מיר געזאגט נעכטן).
1) ווער ווייסט וועלכע ווארט דאס איז.
2) ווער ווייסט וואס די ווארט מיינט.
3) ווער ווייסט וואסערע עפעקט דאס קען האבן אויף די קעיס.
4) ווער ווייסט פארוואס?
5) ווער ווייסט אויף וועמענס צד דער ווארט איז א געפערליכער שאס.
6) ווער ווייסט פארוואס?
נ.ב. אויב קענסטי נישט קיין ענליש הייב אפילו נישט אן, ווייל רוב מענטשן צי וועמען איך האב גערעדט ווייסן נישט וואס די ווארט מיינט, און פארדעם פארשטייען זיי נישט וואס עס ליגט אין דעם ווארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2004 17:03 |
|
| |
וואס מאכסטו א גאנץ געשעפט פון א ווארט אין די פרייטאגדיגע סעסיע?
די אהרונים האבן און וועלן סיי ווי געווינען.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2004 17:05 |
|
| |
זיי מודה אז די קענסט נישט קיין ענגליש.
נישקשה. 99 פראצאנט פון אלע סאטמארע תלמידים קענען אויך נישט.
שעם דיך נישט און מאך נישט קיין פאניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2004 17:35 |
|
| |
דו מיינסט ecclesiastical ?
וואס דאס מיינט רעליגיעזע אנשוינונגען
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2004 17:52 |
|
| |
ריכטיג דאס ווארט איז טאקע ecclesiastical
און עס מיינט רעליגיע אדער קירכעדיג.
יעצט האסטו נאך צי ענטפערן די איבריגע טייל פון די QUIZ.
פארוואס דאס ווארט שפילט אזא ראלע אין די קעיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2004 18:17 |
|
| |
דאס איז וואס וועבסטער דיקשאנערי זאגט.
דאס איז פונעם טיסארעס סעקשאן: Thesaurus
http://www.webster.com/cgi-bin/thesaurus?book=Thesaurus&va=ecclesiastical&x=9&y=13
Entry Word: ecclesiastical
Function: adjective
Text: of, relating to, or belonging to a church especially as an established institution <ecclesiastical law>
Synonyms church, churchly, churchmanly, spiritual
Related Word apostolic, canonical, episcopal, episcopalian, evangelistic, theological; clerical, ministerial, papal, pastoral, patriarchal, pontifical, prelatial, priestly, rabbinical, sacerdotal; cathedralesque, churchlike, pantheonic, synagogal, synagogical, tabernacular, templelike
____________________
DICTIONARY
http://www.webster.com/cgi-bin/dictionary?book=Dictionary&va=ecclesiastical&x=18&y=10
Main Entry: ec·cle·si·as·ti·cal
Pronunciation: -ti-k&l
Function: adjective
Etymology: Middle English, from Late Latin ecclesiasticus, from Late Greek ekklEsiastikos, from Greek, of an assembly of citizens, from ekklEsiastEs
1 : of or relating to a church especially as an established institution
2 : suitable for use in a church
דאס ווייזט אז דאס טייטש נישט בלויז רעליגיעז. דאס מיינט מער צו זאגן דעם באדייט פון א רעליגיזע אינסיטוציע אדער רעליגיעזע עסטאבלישמענט ווי א קהילה אדער להבדיל א קירכע (נישט די בילדינג נאר די עסטאבלישמענט).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2004 21:13 |
|
| |
דאס וועט יעדער מודה זיין אז באראש איז גענצליך איינזייטיג און בייעסד, ער האט שוין אפגעמאכט ביי זיך פונעם ערשטען טאג אז די זאליס זענען די עסטעבלישמענט און די אהרונים זענען די טראבל מעקערס. פארוואס דאס איז אזוי, צו סיז וועגן ער איז קורופטירט אדער בזכותו של אותו זקן, דאס איז נישט די מדובר יעצט, אבער דאס איז די פאקט.
איבערהויפט נאכדעם וואס די אהרונים האבן געפירט א אפענע מערכה צו אוועקנעמען די קעיס פון באראש, און אויך עמטליך באשולדיגט מיט ברייבערי. איז פשוט נאטורלעך אז באראש וועט נאר פרובירן צוציפיקסן די אהרונים.
די אהרונים האבן זערא קאנפידענס אין באראש, זיי ווייסן קלאר אז זיי קענען נישט ערווארטן אז דער דשאדש וועט זיי געבן א ברעיק, נאר פונקט פארקערט ער וועט זיי נאר שווערער מאכן ווי ער קען נאר. דאס מיינט אז אויסער דעם וואס די אהרונים דארפן זיך ספראווען מיט די זאלי לויערס צו איבערקליגן זיי, דארפן זיי אויך איבערקליגן דעם דשאדש זעלבסט וואס אזא זאך איז ממש אומעגליך.
ליינענדיג דורך דעם לעצטענס הירינג, זעהט מען ווי שטארק עס איז בולט די איינזייטיגקייט, ממש אומגלויבליך!
איך געב קרעדיט אלל די וועי פאר די זאליס אז סיז זיי גלונגען אז ס'זאל זיך אזוי אויסשטעלן.
יעצט אזוי, די אהרונים האבן אבער יא איין שטארקע זאך אונעם סוכסוך וואס איז גענצליך לטובתו, עכ"פ אזוי האלטן זיי, וואס דאס איז:
!!! THE LAW
די געזעץ !!!
די געזעץ איז אז נאר מעמבערס קענען אפמאכן ווער סיז בעה"ב, נישט באראש.
די געזעץ איז אז נאר די ערוועהלטע ראשי הקהלה קענען באשטעטיגן פרישע מעמבערס, נישט באראש.
די געזעץ איז אז נאר די ערוועהלטע ראשי הקהלה מעגן פארופן וואלן, נישט באראש.
די געזעץ איז אז די וואלן פון א קאנגרעגעישאן דארפן געפירט ווערן פונקלטיך לויט די שטאטון, נישט לויט באראש'ס דירעקציעס.
די גרעסטע ראי' אז די געזעץ איז קעגן די זאליס איז די פאקט אז באראש האט נישט די ערשטע מינוט אפגעפסקנט אז די זאליס זענען בעה"ב, קעיס קלאוסד !!!
די אהרונים האפן אז די לעצטע פסק פונעם קעיס וועט זיין לטובת זיי, ווי למשל אז די פרישע מעמבערס טארן נישט וואוטן, וואס דעמאלטס וועלן די זאליס קענען נעמען די אלע געווינסן פון די לעצטע דריי יאר איינמאכן און איינזייערן !!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2004 22:22 |
|
| |
בראווא מקוה_איד
מען דערקענט אז די ביזט א מקוה איד, ווייל נאר א מקוה איד, קען אזוי גוט דורכטוען א ענין
יעצט צו דיין אנאליז, איין זאך האסטו אויסגעלאזט, און דאס איז אז קיין שום דשאדזש וויל נישט, אז די אפעלעט, קאורט אוו אפיעלס, אדער סטעיט סופרים קארט און אוודאי יו עס סופרים קארט, זאל שרייבן אז ער איז א אידיאט אדער עם הארץ, און דעריבער, אפילו ער וויל אזוי שטארק העלפן די זאלי'ס ווייסט ער אויך וואס יעדער ווייסט אז סיי ווער עס גייט פארלירן ביי אים, און לויט רוב אנאליטיקער זענען דאס די אהרונים, גייט אפילען העכער און העכער, ביז די אפשענס וועלן אויסלויפן, און דעריבער אויב וויל ער נישט כאפן איבערן קאפ, פון א העכערע געריכט, מוז ער געבן א אויסגערעכענטער פראסק פאר די אהרונים
און דא קומט אריין דער פראבלעם וואס דו האסט גוט ארויסגברענט אין איין ווארט
געזעץ, לאו
און דעריבער זינט, ס'איז דא פון איין זייט א דזשאדזש וואס חלשט צו העלפן די זאליס פאר געלט, טובת הנאה, און סיי וועלעכע אנדערע סיבה, עס מאכט נישט אויס, און פון די צווייטע זייט איז דא די געזעץ וואס בעפארצוגט זייער די אהרונים אויב איז דאס נישט קיין גאנצע סלעם דאנק, איז מוז דער שופט פרובירן צו מאכן א דיסיזשען וואס זאל געבן א פליק פאר די אהרונים אבער עס זאל אנהאלטן לענגער ווי פון אסתר תענית ביז פורים, אז און עס זאל נישט זיין דער פורים ווען מען וועט וועלן אראפברענגן א מראה מקום, פון א נארישן פסק זאל עס נישט זיין אונטערגעשריבן פון מעלווין באראש
איז דעריבער איז דא גאר גרויסע שאנסן, לויט מיין אנאליז זיכער אז באראש וועט לאזן דעם זייגער אויסלויפן, און פטור אן עסק, שב ואל תעשה עדיף
ונראה דברי מי יקום
יעצט מיינע טרייע זאלי'ס א סעריע קללות פליז
אהרן מנוול, וכולי וכולי
גאו זאלי גאו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2004 18:20 |
|
| |
ווארהייט:
אפשר ביסטו מער מסביר ווי אזוי אין די ווארט ecclesiastical ליגט די שליסעל אין די הצלחה פונעם געריכט.
מיט דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2004 18:42 |
|
| |
איך בין נישט קיין לאיער, אבער א לאיער האט מיר געזאגט אז וויבאלד דער ווארט מיינט אז עס דאס ווארט באדייט:
Text: of, relating to, or belonging to a church especially as an established institution
נישט איך זאג עס, נאר די וועבסטער דיקשאנערי, ע"כ קען דער ריכטער נישט אריינרעדן אין עני זאך וואס האט צו טאן מיט א רעליגיעזע עסטאבלישמענט, ווייל די קאנסטיטוציע לאזט אים נישט, אפילו מיט זיין בעסטן ווילן.
און פארגעס נישט, דאס ווארט ecclesiastical האט נישט געזאגט קיין אנדערער ווי דער ריכטער אליינס בכבודו ובעצמו, וואס מיינט אז ער האט קאטעגאריזירט דעם דיון און די ליטיגאציע אלס א זאך וואס באלאנגט צו די רעליגיעזע באהערדע SO TO SPEAK. ע"כ, ליגט אין דעם הצלחה פון די קעיס, ווייל נאר די קהילה קען דאס באשליסן...
יעצט - ווער איז פרעזידענט פון די קהילה?
קענסט מיר אפשר ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2004 20:46 |
|
| |
טייער אהרונים
איר דארפט שוין נישט זיין אזוי אויפגעקאכט און צעבראכן.
דער בלאט זאגט פארקערט ווי די מיינונגען דא אויף הייד פארק.
לויט'ן בלאט זענען די אהרונים על הגובה.
זיי זענען די פולקאמע געווינער.
לויט'ן בלאט איז די פרייטאגדיגע סעסיע געווען א פרישער דורכפאל פאר די זאלונים ווען דער דזשאדזש האט זיי קלאר געוויזן אז זיי קענען נישט טאן וואס זיי ווילן...
טא, פארוואס זאלט איר זיין דא אזוי צעבראכן.
זייט אייך מחזק מיט'ן בלאט און נעמט נישט אן די אלע לשון הרע'ס דא אויף הייד פארק.
להתראות...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2004 22:45 |
|
| |
זאלי זיסער נאכאמאהל גערעכט ווער עס איז א מעמבער אין היידפארק ווייסט ווער ס'האט פלוצים אנגעהויבן צו מאכן נייע אשכולות יעדע 15 מינוט פון פארגאנגענען פרייטאג ביז די וואך אינמיטן די וואך
און יעצט איין פראגע, איך ווייס אז דו וועסט נישט ענטפערן אבער צו פראווען א פוינט איז עס גוט
וועלעכע צייטונג האט די וואך אריינגעלייגט די טראנסקריפטן פון די קאורט הירינג עס צו קענען מעטשן מיט די באשרייבונג
דער איד אדער דער בלאט
גאו זאלי גאו
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2004 01:40 |
|
| |
פאלגענד איז א תגובה וואס "געזעגענען" האט דיר שוין געענטפערט די וואך אויף די אישו
21:16 10/5/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
געגעזענען שרייבט:
אהרונישער לוזער
ערשטענס וויל איך דיר מודיע זיין אז אויך אן די צוגעקומענע שטימען האט קהל יטב לב נאך אלץ דעם רוב איבער די אהרונים!
צווייטענס, האט דער דזשאדזש קלאר געזאגט אז קהל מעג אננעמען פרישע שטימען און מען מוז רעכענען אויך די צוגעקומענע מעמבערס.
דריטענס, איבער די פראגע וואס האט צו טאן מיט הלכה'דיגע שאלות ווי די וואס טראגן מיט'ן עירוב א.ד.ג. דאס מוזן די רבנים פסקענען. (דו ווייסט גאנץ גוט ווער עס זענען די עירוב שטיצער און גאר די טראגער).
פערטענס, האט דער דזשאדזש בכלל נישט גערעדט איבער אהרן אדער ר' זלמן לייב בנוגע די פראגעס פון ווער עס קען שטימען.
און צום לעצט, זיי נישט אזוי פרייליך. פאר קהל יטב לב איז נישט קיין חילוק ווער עס איז דער שופט. דאסמאל איז עס דזשאדזש באראש, און אויב וועט ארויפקומען אן אנדערער זענט עטץ נאכנישט געהאלפן. אויב וועלן ענקערע קעפ פיטערן די לאיערס מיט שקרים וועלן ענק האבן אזא פנים ביי סיי וועלכן אנדערן שופט. ואפיל קאורט יוכיח. זיי האבן קלאר אנגעדייטעט אז דזשאדזש באראש האט אויפריכטיג געהאנדעלט ווי אויך דער געוועזענער אדמיניסטראטיווער דזשאדזש פעשי האט געטאן לויט'ן געזעץ.
גראדע זענט עטץ אריין אין געריכט און דזשאדזש באראש האבן מיר נישט אויסגעקליבן. עטץ האטס אויסגעווארט אויף א דזשאדזש ביים איינגעבן די ערשטע קלאגע דורך י. בראך. אבער ווי עטץ האטס געזען האט דער אפיל קאורט יענעם פרייטאג אראפגענומען די הויפט באגרעניצונגען און קלאר געזאגט אז די טאג טעגליכע ווירטשאפט קען ווייטער אנגיין און דןרך די איצטיגע קהל פירערשאפט.
האב א סאך הצלחה.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2004 01:56 |
|
| |
1 וועג ווי אזוי דיר צו ענטפערן:
ס'שניי'ט יעצט אונדרויסן !!!

|
|
|
|
|