בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

יעצט שייטלען הדלקה אויף ראדני

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/5/2004 23:21 לינק ישיר 
יעצט שייטלען הדלקה אויף ראדני

נאך די גרויסע שייטלען הדלקה נעכטען אין קרית יואל, וואס איז די שמועס היינט איבעראל, אידן זאגן אז עס איז ממש משיח צייטען, ביי כלל ישראל הערשט אן התעוררות, זיך אויס צו טוען די שייטלען.

האבן היינט די עסקנים זיך צוזאמגענומען אין גייען מאכן באלד אן הדלקה נוסח קרית יואל אויף ראדני סט. א קאר פארט יעצט ארום עס אויסרופען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2004 23:53 לינק ישיר 

עמער זען וויפל זאליס וועלן ברענגען שייטלען צום פארברענען.


וואס זיי וועלן אפשר יא ברנגען איז בעגס אנגעפילט מיט "בלאט" און עס אריינווארפן און קיינעם נישט לאזן קוקן וואס אינעווינג איז דא.


טיפיקל זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 00:14 לינק ישיר 

יעצט צייגט זיך שוין צום וויפעלטן מאל איבער ווער עס איז בעל הבית אין וומ"ס, כ"ק הגאב"ד קרית יואל שליט"א.

געטס א קוק נעכטן איז געווען א הדלקה אין קרית יואל, אין ווי מען שמועסט וועט היינט נאכט נאכן גאבד'ס דרשה אין קאנטינענטאל פארקומען א גרויסע הדלקה ווי מען וועט פארברענען אלע עו"ז שייטלעך,

אין וואס טוען די זאליס!!!!!!!!!!!! מאכען אויך א פייער!!!!

נישט וועלענדיג בלייבן אויסגעשפילט.

נו האבן די ארונים געצווינגען די זאליס צי מאכען א פייער אין וומ"ס.

נו ווער איז בעה"ב , ווער האט דאס לעצטע ווארט, מיט וועמען רעכענען זיך אלע רבנים?????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2004 00:32 לינק ישיר 

אינקלאדינג הרב זאלי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2004 01:27 לינק ישיר 

ווער סגעווען דארט אויף ראדני און געציילט וויפל שייטלען זענען פארברענט זאל דערציילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 04:52 לינק ישיר 

דזובו כהאב געהערט אז די האסט געמאכט בילדער אין ווילי,

ווי איז עס?

איך ווארט בכיליון עניים....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 04:56 לינק ישיר 

ווארט מיין קינד ווארט.

נישט צום גלייבן אין ווילי האב איך היינט געזעהן ווידאו מאשינדלעך, אז מ'פארברענט שייטלעך, פארוואס לאזט מען צו אזוינע טמא'נע מאשינדלעך?

ס'איז מצווה הבא בעבירה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 05:42 לינק ישיר 

איך הער אז מ'האט ארעסטירט אין ווילאמסבורג 2 אינגעלייט וואס האבן זיך גישלאגען מיט די פייערלעשער ביי די פייער פין די שייטלען

אין ווילאמסבורג קען גארנישט גיין אן קיין פעטש אין ארעסטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 06:01 לינק ישיר 

די פידני האט באשפריצט אלע באקסעס פון ראדני, עם עקש תתפתל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 07:41 לינק ישיר 

איך הער מען ארעסטירט איינער דייטש פין ווילאמסבורג בשעת די פייער,
איינער ווייסט עפעס פרטים?

אין אויך, א אינגערמאן פין בארא פארק האט פאברענט זיין קאר, ווייל ער האט עס געקויפט פין די שייטלעך געלט,
ער איז א שייטל סוחר...

Im telling you



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 08:01 לינק ישיר 

רבותי

די מעשה מיט תקרובת ע"ז איז נישט אזוי גלאטיג אין הלכה, פון שו"ע יור"ד קל"ט איז משמע אז עס דארף זיין דבר הנקרב בפנים, אזא זאך וואס מען האט מקריב געווען אויפן מזבח. אויב נישט קען דאס נישט ווערן נאסר ווי תקרובת.

דער איינציגער וואס האט געפסק'עט אז מדארף די שייטלען פארברענען איז הרב אלישיב.

האב איך א חקירה

צו האבן מען אין וו"ב אנגענומען הרב אלישיב פאר גאב"ד עליון

אדער ווייל ווען מען הערט אין סאקמער אז מקען עפעס פארברענען, פרעגט מען נישט קיין שאלות?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 16:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

בילדער + קליפ/ס (אויפן X-DRIVE) פונעם נעכטיגן אזויגערופענע ביעור שייטלעך אין ווילי וועט זיין נאכמיטאג אי"ה.

דא אז א סעמפל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 17:12 לינק ישיר 

די מעשה פון שריפת השייטלען קומט שוין אהן קיין אינדיע

פארוואס דאס הייסט נישט התגרות באומות ווייס איך נישט אידיאנער זענען אלא מאהל געוועהן אידען פריינד אין איצט פארברענט וואס איז מ'כלומר'שט שמ'הייליג פאר זיי.
אויב עס איז טאקי עו"ז מיז מען דען מאכען א ספעקטאל פון דעם ?

איצט מוז מען וויסען וואס איז די שטעלע פון משה בער בעק
איז שריפת שייטלען העכער ביי איהם ווי התגרות באומות??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2004 20:53 לינק ישיר 

יוחי האט מיך ממש אויסגעכאפט

קיין שום רב האט נישט געזאגט אז עס איז א חיוב-מצוה צו פארברענען די שייטלעך
אבער דער התגרות באומות גייט און אויפן שטערקסטער טעמפא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/5/2004 23:01 לינק ישיר 

יוסי

שוע

וואס גלייכסטו צו הודו צו כוש

פאלעסטינער זענען איין אומה גדולה מיט א לאנד מיט א מיליטער אין מיט א היסטאריע פון טויזענטער יאהר הנקרא כוש!

ווער איז אינדיע? אפאהר בארוועסע אראבער? פון ארץ הודו

דאס טייטש טענו כוש והודו לו בהודו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2004 23:25 לינק ישיר 

Orthodox Jews Burn Wigs In Williamsburg
Rabbinical Authorities Had Denounced The Wigs As Possibly Tainted

May 17, 2004 9:59 am US/Eastern
NEW YORK (CBS) Orthodox Jews set fire to piles of women's wigs at a Brooklyn intersection after learning that rabbinical authorities had denounced the wigs as possibly tainted.

The demonstration Sunday mirrored several similar displays in Israel over the past week, all in response to a ruling that because the wigs were made from human hair in India, they might have been used in Hindi rites antithetical to Orthodox beliefs.

The crowd of several hundred gathered in Williamsburg at about six Sunday evening. They burned about 300 wigs, known as sheidels, drawing the attention of police officers who tried to keep people from getting too close to the flames.

In keeping with the Orthodox Jewish code of modesty, many Orthodox Jewish women wear wigs to cover their hair in public.

(© 2004 CBS Worldwide Inc. All Rights Reserved. This material may not be published, broadcast, rewritten, or redistributed. The Associated Press contributed to this report. )


http://wcbs880.com/topstories/topstoriesny_story_138085123.html




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > יעצט שייטלען הדלקה אויף ראדני
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext