בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

החסיד הנלהב רבי שלום לויפער זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/5/2004 00:43 לינק ישיר 
החסיד הנלהב רבי שלום לויפער זצ"ל

דעם נאכמיטאג איז ליידער אוועק פון דער וועלט החסיד המפורסם רבי ר' שלום לויפער זצ"ל, וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר אידן נצרכים בכל נימי נפשו ולבבו זיין גאנץ לעבן. - ברוך דיין אמת.

ער איז אוועק פלוצלינג און האט נאך געהאט די זכי' צו האבן מנין ביי יציאת נשמה.

ת.נ.צ.ב.ה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 00:45 לינק ישיר 

ברוך דיין האמת
ער האט געטוהן אסאך חסדים מיט אידן, זאל ער רוען אין ליכטיגן גן עדן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2004 00:54 לינק ישיר 

אינטערעסאנט

איינער פון מאנראו קאלט מיר יעצט אן און פארציילט מיר ווי פאלגענד

הרב החסיד שלום לויפער איז געווען סנדק היינט צופרי אין בית המדרש אין מאנראו, ביי א ברית פון א אור אייניקל, דער בעל ברית איז א זון פון רבי יצחק משה פראנקעל, [איידער פון רבי דוד פערל]

ביים ברית האט ער זיך געטראפן מיטן קרית יואל רב שליט"א וואס האט געהאט די ברכות ביים דעם ברית

ווער עס ווייסט אויב דאס איז אמת זאל פאוסטן

אויב איז עס אמת, איז עס ריכטיג "את והב בסופה" ווען א מתנגד לשם שמים האט געהאט די זכי' זיך אויסצוגלייכן מיטן גרויסן מנהיג ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 00:57 לינק ישיר 

קעידזשעי.

פארוואס מישטו אריין דא די פאליטיק מיט די טינופות.

פארוואס הייבסטו אן מיט די כאזעריי. שוין איין נארמאלע אשכול, מוז עס אויף ווערן אנגעפירקלט מיט די הבלים?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 00:59 לינק ישיר 

עס איז אמת. איך בין געווען ביים ברית
מען האט לכבוד אים געמאכט דעם ברית ביים עמוד ער זאל קענען זיצן אויפן ווילטשער.
אבער מיר האט אויסגעקוקט אז ער איז איבערהויפט נישט ביי זיך געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2004 01:00 לינק ישיר 

משה_לייב

די בייזערסט זיך שוין כמעט ווי משה לייב פון דער ערליכער ארגאן "דער פארווערטס" און דער אנגלא אידישער צייטונג "דער איד"

אויב איז די מעשה אמת, איז עס א מינימום אינטערעסאנט

ווען וואלט איך געווען א לויפער וואלט איך שוין אריינגעלייגט דערין עפעס מער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 01:13 לינק ישיר 

הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זי"ע האט זיך אויך געטראפן 2 טעג בעפאר זיין פטירה מיט אהרן ט"ב, אין האב אבער נישט געהערט אז איינער זאל זאגן אז ר' משה ארי' האט זיך אויסגעגלאכט מיט א מנהיג ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 01:25 לינק ישיר 

יוסל90

קודם מי יבוא בסוד קדושים, וואס קרית יואל רב להבחל"ח ירושלים רב האבן גערעדט

אבער בשעתו איז רבינו שליט"א לאורך ימים טובים ארוכים נאך געווען דער מנהיג ישראל, היינט זינט מלך אסור ברהטים איז ער צדיק הדור,

און צוריק לויט ווי גאסט באשטעטיגט איז דאס טאקע היבש אינטערעסאנט, וואס ווייסן מיר הימלישע חשבונות

אפשר דו, וואס ביי דיר איז דער הוה עבר און עתיד אייניג, אפשר דו קענסט נעמען א שטעלונג

תוקן על ידי - jewboy - 20/05/2004 2:03:12



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 04:39 לינק ישיר 

זעט אויס אז עס איז נישט מסוגל זיך צו טרעפן מיט חורינער'ן ווייל עס וועט יענעם שלעכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 06:06 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ר ליפא לויפער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 07:38 לינק ישיר 

יעצט ביים דינער פין מוסדות יטב לב במעמד פין טויזענטער
האט הגה"צ אב"ד סאטמער מספיד געווען הרה"ח ר שלום לויפער וואס ביי עם אין שטוב איז די ערשטע צען יאר פארגעקומען דינערס פאר די מוסדות יטב לב חוץ וואס ער איז געווען דער שר האוצר פינעם הייליגען רבין זי"ע אין יעדן טריט אין שריט פין אויפבויען די סאטמערע אימפעריע סיי ביי די מוסדות יטב לב אין פאר די צענטראלע סאטמערע מוסדות איז ער געווען דער רבי פין די עסקנים אין יעדער דינער אין מסיבה פאר אלע סאטמערע מוסדות איז דורך אים ארגענעזירט געווארען חוץ וואס ער איז געווען דער אדרעס ווי יעדער גאסט וואס איז דעקומען פין כאטש ווי קיין וויליאמסבורג האט ער צו געשטעלט אש"ל אין ווי אויך יעדער משולח פאר כאטש וועלעכער מוסד האט געדארפט הילף איז ער געווען דער ערשטער אדרעס סיי מיטן צו שטעלען עסקנים אין סיי מיטן צושטעלען געלט אויך איז ער געווען דער וואס האט געשיקט טויזנטער פעקלעך קיין רוסלאנד פאר די אידן וואס זענען געווען פארשקלאפט אינטערן קאמניסטישען יאך וואס דאס באט ממש געראטעוועט זייער לעבן

יהא זכרו ברוך

מען האט עם געלייגט נעבען דעם אנדערן סאטמערען גענעראל הרה"ח שבכהונה ר יודל ראזענבערג ע"ה וואס אינאיינעם האבן זיי משרת בקודש געווען אין געווען פין די פיררעס פין מלכות סאטמער

תוקן על ידי - ekstein - 20/05/2004 8:17:32



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 07:57 לינק ישיר 

ווער האט עם געגעבן רעכט צו גיין קעגן צוואת המת און מספיד זיין. לויט ווי כ'האב געהערט האט ר' שלום געלאזט צוואה נישט מספיד צו זיין.

גאסט : שוין איבער 15 יאר וואס ער איז ליידער נישט ביי זיך. די משפחה האט זיך ארום געשלעפט מיט עם ווי א לעבעדיגע מת.

ווייסט איינער ווי זיי זיצן שבעה. די משפחה איז דאך צובראכן דורט אויף שטיקר. זיי זיצן צוזאמען ?????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2004 08:02 לינק ישיר 

וועגן נישט מספיד זיין איז נישט וועגן זיין צוואה נאר ווייל ער איז א געווען דזיקובער אייניקעל וואס האבן מקפיד געווען ווי שנעלער צו מאכן די לויה אין נישט מספיד זיין לפני מטתו אבער נאך די לויה איז אדרבה

תוקן על ידי - ekstein - 20/05/2004 8:05:45



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2004 03:05 לינק ישיר 

אפילו ווען נישט דעם דזשיקובער מנהג וואלט אהרן נישט געקענט מספיד זיין.
ער איז געווען פון חורינערס גרעסטע קעגנער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2004 15:16 לינק ישיר 

ווען חורינער איז גאווארן א נומבער איז ער שוין געליגן אין וויל-טשער מיט א פ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > החסיד הנלהב רבי שלום לויפער זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext