א פרזענליכע בקשה פון אלע מעמבערס
ביטע זיך האלטן צום פארום געזעצן, וואס הייסט?
נישט רופן רבנים אויף א עקלהאפטיגן אויפן ווי למשל "אהרן מנובל" "זאלי שר"י" די "מנובלת" "חארינער" "שייגעץ" "אפיקורוס" "זאלי היטלער" "עם הארץ" ולמינהם.
אמאל פלעגט מען שרייבן "ארי" "זאלי" וואס איז שלעכט געווען מיט דעם?
און אזוי אויך פליז נישט שרייבן נעמען פון אנדערע מעמבער'ס אז זיי האבן נאך א נאמען, ס'איז קיינעם'ס נישט עסק וויפל נעמען א מעמבער האט.
ווי למשל פעשי90, חורינער, משהלייב, מן הסתם, איחוד מעבער, מענטש, יוניס69, רויטמאן30, שורשנגח, צאנזקאורט, ולמינהם. (כ'דענק נישט אלע נעמען יעצט אויף די מינוט).
און אנדערע פורום'ס לאזט מען נישט האבן איינעם 2 נעמען.
און אוודאי נישט מרמז נעמען פון מעמבער'ס כ"ש ק"ו נישט באשמיצן פריוואטע מענטשן וואס מ'טראכט אז דער אדער יענער איז א שרייבער אויף אונזער דיסקאשן בארד.
איך וועל ענק זאגן דעם אמת, איך האב נישט קיין כוח זיך ארום צו שלאגן מיט יעדן איינעם, איך ווייס אז ענק האבן הנאה צו שרייבן, און ס'איז דא נאך אסאך וואס האבן הנאה דערפון, באט איך וויל נישט זיין דער שלעכטער און מעקן, און אויך נישט זיין דער גוטער צו איין פארטיי, עס איז נישט פארהאן ביי מיר איך נעם זיך אן פאר די אדער די פארטיי, ביידע זענען זיי גלייך ביי מיר.
איך שרייב ענק דא די הודעה פון נישט קיין צווייטע פלאץ ווי פון מיין הארץ ארויס.
נ.ב.
אויב פיהלט איינער אז ער איז געטשעפעט געווארן פון די הודעה בעט איך עם איבער, ועמכם הסליחה.
 |
|
|