גרשון: זאג נאר ווי האלט עס מיט די דין תורה?
לייביש: דערווייל זעט אויס אז עס האט זיך אפגעשטיפט (אזוי איז משמע אין חדשות אנ"ש).
האט איר געהערט אזעלכע געשפרעכען? האט איר געזען א פרינט-אויט פון חדשות אנ"ש? זיי אונז משתף וועלכע אשכול האט דאס גורם געווען.
•••••••••
וועלכע אשכולות זענען די מערסטע אינטערעסאנט וואס איר וואלט געוואלט אז עס זאל זיין נאך אזעלכע סארט?
נשלח ב-30/5/2004 13:23
איך האב שוין געהערט עטליכע מאל רעדען וועגען חדשות אנ"ש בעיקר ווען עס איז דא ראבענישען צווישען קרייזן.
אדער גאר גרויסע חידושים וואס מ'וויל מברר זיין אויב עס איז אמת.
•••••••••
עס ווענדט זיך ווער די שרייבער איז פון אן אשכול אז איך זאל עס עפענען. עס איז דא עטליכע ניק-נעמען וואס עס איז נישט קיין חילוק וואס זיי שרייבען וועל איך עס אייביג עפענען למשל JEWBOY אדער ALLNEWSPICS און נאך עטליכע.
1. די אשכול פון אינטערעסאנטע בילדער איז גאר אינטערעסאנט (איך האלט זיך צוריק פון צו פאסטען דארט א חוץ ווען איך האב אן אינטערעסאנטע בילד ווייל איך וויל נישט סתם פארשמירן דער אשכול אבער איך בין שטארק מכיר טובה אלע וואס פארמערען דארט בילדער).
2. בכלל אשכולות פון בילדער איז מיר זייער אינטערעסאנט בפרט פון היסטורישע פלעצער [ווי איז אפלטון10 פארשווינדען געווארען?].