| נשלח ב-31/5/2004 17:34 |
|
| |
Air Line Mileage ווי אזוי ארבעט עס?
אלץ זעהט מען אין די צייטונגען עס ווערט געזוכט "עירליין מייליג'" אדער "קרעדיט קארד מייליג'".
ווי אזוי ארבעט עס?
איך האב שוין זייער אסאך מאל אויסגעפיהלט די ברעשאָרן ועגן דעם און כ'ווייס נישט וואס מ'טוט נעקסט און וואס מ'דארף טוהן נעקסט.
מיין פעטער איז יעצט געפארן קיין ישראל פאר אומזיסט פון זיינע 'עירליין - קרעדיט קארד מייליג', ממש ס'האט מיר געכאפט די קנאה פארוואס איך טיפש וואס כ'בין שוין געווען אין כמעט א האלבע וועלט דארף אייביג צאלן פאר א טיקעט אין קען נישט פארן פאר אומזיסט....
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 17:42 |
|
| |
ביזט גאר נישט אזא טיפוש ווי דו מיינסט
די עירליינס מיילידזש פראגראמס זענען אזוי קאמפליצירט אז גאנץ קלוגע מענטש קענען צודרייט ווערן דאס צו אויסצוחשבונן.
אין קורצן: ס'איז דא מערערע פראגראמס וואס מישן זיך נישט איינס מיט'ן צווייטן.
למשל: עירמיילס גייט מיט געוויסע קרעדיט קארטלעך וואס ווען די געסט אויס געלט באקומסטו איין מייל פאר 20$ אדער 40$
דאס האט נישט מיט קיין עירליין
נאכדעם איז דא פון עירליינס - עטליכע גרופעס וואס ארבייטן אינאיינעם - למשל דעלטע האט געהאט אן אייגענע מיילידש פראגראם וואס האט געארבעט אינאיינעם מיט למשל לופטאנזא, אז דארט ווי דעלטא פארט נישט, קענסטו נוצן לופטאנזא און באקומען מיילעדזש.
אונטערשטע שורה איז, נאר אויב דו פארסט אסאך מיט די זעלבע עירליין גרופע, מאכסטו גענוג מיילעדזש צו קענען באקומען עפעס פרי.. און דעמאלטס איז דאס אויך הויכע פוינט למשל 5 טויזענט פוינטס פאר א דאמעסטיק פלייט
געוויסע עירליינס האבן בעסערע און גרינגערע תנאים ווי אנדערע, אבער אויף דעם וועט דיר שוין אן אנדערער דארפן אנצייגן.
אלזא, נעם דיר נישט צום הארצן, דזשובוי, האסט נישט קיין סאך דערלייגט!

|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 17:53 |
|
| |
לויט מיין עקספיריענס, איז פוינטס גאנץ גוט אבער עס ווענד זיך פון וועלכע קאמפאני, און צו ווי מ'פארט, און וויפיל מ'פארט.
טאמער פארט מען קיין אירופה לוינט זיך צו זיך אנשליסען אין די קאמפאני וואס רוב גרויסע גייען דארעך זיי אזוי קומט כמעט נישט אויס אז מ'זאל טרעפען א ספעשעל ביי א קאמפאני וואס דארעך דעם דערלייגט מען פוינטס.
אויב פארט מען אסאך פון ארץ ישראל איז כדאי צו מאכען פוינטס דארעך אל-על ווייל רוב צייטען ווען עס איז דא ספעשעלס האבען זיי אויך ספעשעלס, און אויך, ביי זיי קעמען נוצען די פוינטס א גאנצע יאר אפילו אין די טייערע צייטען.
אויב פארט מען פון אמעריקא קיין ארץ ישראל לוינט זיך צו טרעפען א ספעשעל אויף די אינטערענעט אפילו אויב מ'פארדינט נישט קיין פוינטס ווייל די ספעשעלס זענען אסאך מער ווערד.
אויב פארט מען אבער אסאך דאס הייסט לפחות 3 מאל א יאר לוינט זיך זיכער צו גיין לויט פוינטס.
דאס אלעס איז פוינטס לגבי אירליין פוינטס פאר'ן פארען מיט א פליגער, לגבי קויפן דארעך קרעדיט קארדס און דונגען קארען וכדומה, אויב מ'צאלט איין פעני מער פון די געהעריגע פרייז לוינט זיך עס נישט, אויב עס איז די מארקעט פרייז און די פוינטס באקומט מען ביי קאמפאניס וואס האבען אסאך אירליינס אינטער זיך לוינט זיך עס זיכער נאר מ'דארף בעטען אז זיי זאלען נישט שיקען קיין גארבעדז אויף פאסט.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 18:28 |
|
| |
לאמיר זאגן איך האב נאך אלע טיקעטס פון ווי כ'בין אלץ געפארן, ס'איז דא פלייטס וואס כ'האב גענוצט אפאר מאל די זעלבע, קען איך עפעס טוהן דערמיט? אדער איך קען זיך א****ר ווישן מיט דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 18:32 |
|
| |
עס האט א טיים לימיט, קענסט קאלן די עירליין אליין פרעגן צו דו קעסט דאס נאך רעכענען
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 18:55 |
|
| |
באקומען אין תיבה אישי:
איך בין געפארען מיט k l m האב איך 2 וואכן שפעטער באקומען אין די פאסט א רעפארט וויפל מייל כ'האב פארדינט כ'האב נישט געוואוסט אז נישט יעדער שיקט?
תוקן על ידי - jewboy - 31/05/2004 20:26:37
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2004 20:26 |
|
| |
כנ"ל
עס איז דא עטליכע ערליי פוינטס, בעיקר איז דא צוויי מינים, איינס וואס די AIRLINES געבן דאס הייסט פאר יעדען מייל וואס די פארסט באקומסטו איין אדער צוויי און אמאל האבן זיי א ספעשל דריי פוינטס, און דאס אנצופולען דארפסטו פארן אסאך, און די קענסט דאס נוצען נאר ביי יענע AIRLINE אדער ביי זיינע פארטנערס, און דערנאך איז דא ביי אסאך מעדזאר קרעדיט קארדס קא. וואס געבן פאר יעדן דאלאר א פוינט, דאס הייסט די וואס קויפן איין אסאך איבערהויפט ביזנעסעס וואס קויפן SUPPLIES און קענען דאס באצאלען מיט קרעדיט קארד לוינט זיך ווייל ס'איז זייער גרינג אנצוזאמלען פוינטס, איך באצאל עטליכע סאפלאיערס כסדר מיט קרעדיט קארדס, איך האב אנגעזאמעלט 135000 פוינטס אין ווייניגער ווי א יאר, און מען קען דאס נוצען מיט כמעט אלע AIRLINES זיי די קרעדיט קארד קא. קויפט דיר איין די טיקעט, אבער מען דארף זייער וואטשען ווייל אפאר קאמפאניס האבן אפ נורמאלע רעסטריקשאנס וואס עס פארגייט דער אפעטיט.
אויך איז זייער וויכטיג צו טשעקן די עקספערעשאן דעיטס פון די פוינטס, על פי רוב זאגן זיי דיר נישט אום געפרעגט, און מען קען פארלירן פוינטס, איך האב באמערקט אין JANUARY אז איך האב פארלוירן 14000 פוינטס איך האב געפרעגט פארוואס האט מען געזאגט אז DECEMBER איז געווארן 3 יאר, און נאך דריי יאר עקספייערט דאס, איך האב געטשעקט מיינע סטעיטמענטס און דאס איז אין ערגעץ נישט געשטאנען, האבן זיי געזאגט אז אין די RULS AND REGULATIONS ווען איך האב מיך איינגעשריבן איז דאס געשטאנען, (גיי לייען דורך די אלע קליינע אותיות...)
 |
|
|
|
|
|