| נשלח ב-1/6/2004 20:58 |
|
| |
הפוך בה.. חכמות וואס שטייט שוין אין חז"ל
עס שטייט אין מסכת אבות: הפוך בה והפוך בה דכולה בה.
אין מסכת תענית דף ט. שטייט: מי איכא מידי... דלא רמיזא באורייתא.
אין מהרש"א מסכת גיטין סח שטייט: שאין התלמוד חסר מכל החכמות..
ווער עס ווייסט פון עפעס א ערפינדינג אין וויסענשאפט נישט קיין חילוק אין וועלכע חלק, זאל עס ביטע דא אריין שטעלען
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2004 21:05 |
|
| |
די 'גראונדער' האט ערפינדען בנדזמין פרענקלין, אין בכלל אז אייזען חאפט אריין בליצען.
אין תוספתא שבת פרק ח משנה י:
הכוברת אפרוחים בכברה והנותנת ברזא בין האפרוחים הרי זה מדרכי האמורי, אם מפני הרעמים ואם מפני הברק הרי זה מותר.
מנחת בכורים:
ברק. שלא יזיקום ומועיל בודאי כי כן הטבע שהברזל מושך אליו הרעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2004 21:39 |
|
| |
אין די תורה גליון וואס קומט ארויס יעדן שבת פון
"מאדע" ביהמ"ד איז דא א מדור וואס רעדט פון דעם, און ער ברענגט יעדן וואך אנדערע חכמות און מקורות דערויף. עס איז טאקע גאר אינטערעסאנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2004 05:16 |
|
| |
אינגערמאן שליט''א
כורמיזא שליט''א
לאמיך זעהן אויב עטץ וועטס קענען ענטפערן?
ווי אין חז''ל איז דא אן אנדייטונג וועגען די פראבלעם פון בורמיודע טרייענגל
וואס שלעפט אריין שיפן עראפלאנן אין תהום
???????????????
(איך גיב א אינט..סדר זרעים..)
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2004 06:03 |
|
| |
כ'האב עס געלערנט אבער נישט געדענקט ווי, אבער מיין תקליטור התורני האט מיר דאס געטראפן גאנץ שנעל
כ'האב כאטש געוויסט וואס צו זיכן
(1) רש"י ברכות דף ח/א
כפיטורי בפי ושט - ים אוקיינוס יש בו מקומות שאינו מקבל ברזל, ומחברין לוחי הספינה על ידי חבלים ועקלים שתוחבין בנקביו, ותוקעין אותו בדוחק לפי שהם גסין כמדת הנקב:
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2004 07:04 |
|
| |
זייער גוט!!!!!
אויכעט זיי מעיין אין רש''ש
ער זאגט ס׳קומט פון ריזיגע מאגנעטישע פעלדער אינטערען ים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2004 08:53 |
|
| |
עס ווערט טאקע דערמאנט אין רש"י אז עס איז דא אזעלכע פלעצער אין ים אוקיינוס. אבער ווי באוואוסט, אין יענע צייטען האט מען נישט איינגעטיילט די ימ'ן אין 4 אוישענס אזוי ווי היינט נאר אלע ימ'ן האט מען גערופען אוקיינוס, אפילו די ים הגדול (!).
עס איז נישט מסתבר אז רש"י מיינט די אטלאנטיק וואס ברמודה געפינט זיך דארט (די טרייענגעל איז צווישען פלארידע, פורטו-ריקו, ברמודה).
אין יענע צייטען פלעגט מען בכלל נישט פאר'ן אין די אטלאנטיק ווייל ווי באואוסט איז די אטלאנטיק זייער רוישיק און שטארק מסוכן, און חוץ פון דעם האט מען געמיינט אז דארט איז די עק פון די וועלט און עס איז נישטא קיין שום סיבה דארט צו פארן (פארטיגאל האט זיך געהאלטען פאר די עק פון די וועלט), ביז קלאמבוס האט מחליט געווען יא צו פאר'ן.
דעריבער מיין איך אז רש"י האט נישט געמיינט די טרייענגעל נאר עס איז דא נאך פלעצער אין די ים, אדער עס איז אמאל געווען און היינט איז עס שוין נישטא.
תוקן על ידי - כורמיזא - 02/06/2004 8:56:24
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2004 16:39 |
|
| |
כורמיזא.
עס מיז נישט זיין אז רש"י מיינט א געוויסע פלאץ וואס ער האט געוויסט. ער מיינט צו זאגען פשט אין די גמרא, וואס ער האט מקבל געווען אז אזוי איז די פשט. ממילא קען די גמרא רואיג מיינען דער בארעמיאדע.
בכלל איז ידוע די ווייקונגס וואס פלעגען פארען גאר ווייט, און זיי זענען מעגליך יא אנגעקומען אהין.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2004 18:12 |
|
| |
ווער ווייסט וואס מיינט דאס: (אן די קנייטש מיט די אויגען)
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/6/2004 18:32 |
|
| |
שטייט אין בראשית רבה כב, ט:
אמר ר' שמעון בן יוחי קשה הדבר לאומרו ואי איפשר לפה לפרשו, לשני אתליטין שהיו עומדין ומתגששין לפני המלך אילו רצה המלך פירשן, לא רצה לפרשן חזק אחר על חבירו והרגו, ע"כ.
אין מפרשים שטייט, וויאזוי האט די קעניג געקענט אפשיידען אין מיטען אזא ביטערע קריג, נאר אויב די קעניג האט געמאכט דאס האט געמיינט אז ער דארף אים לאזען לעבען, אויב האט די קעניג געמאכט מיט די דיקע פינגער אראפ האט ער אים געמעגט הארגענען.
תוקן על ידי - כורמיזא - 02/06/2004 18:45:46
|
|
|
|
|