קודם איז האדמו"ר שליט"א געפארען אויפ'ן הר הזתים, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים טיש, ס'איז געווען א געפאקטע עולם.
די רבי שליט"א האט מעורר געווען די עולם צו תשובה, און האט מאריך געווען אז ער האט געוואלט אז די ברידער זאל זיין רבי נאר מ'האט אים געטענ'ט אז עס וועט צופאלען די חסידות. במילא האט ער נישט געהאט קיין ברירא און אלטץ כבוד פונ'ם טאטען ווערט ער פראבירען אז עס זאל נישט צופאלען.
און ער האט דאס אויסגעמשלט אז עס איז פארלוירן געווארען די טייערסטע שטיין פון קעניגס קרוין, וואס דארעך די שטיין האט זיך צוזאם געהאלטן די גאנצע קרוין, און מ'האט מורא געהאט אז די גאנצע קרוין וועט ציפאלען, האט מען געטראפען א פאדזאוועטע דראט און דערמיט צוזאם געבינדען כדי אז עס זאל נישט צופאלען, וואס באמת פאסט דאס נישט אריין אין דעם קרוין אבער כדי עס זאל זיך צוזאם האלטען האט מען נישט קיין ברירה.
און האט אויסגעפירט, אז ער איז די פארדזאוועטע דראט און מיט אים וויל מען צוזאם האלטען די עולם, האפט ער אז מ'וועט זיך טאקע מחזק זיין אין עבודת השם און ער אויך און דארעך דעם וועט אראפ גיין די 'דזאווע' און ער וועט אויך ווערען אויסגעגאלנצט.
צום סוף האט ער נאכגעזאגט א ווארט 'חבל על דאבדין ולא משתכחין'.
חבל - פון א לשון פון א שטריק.
חבל על דאבדין - אז מ'קען זיך צובינדען צי די צדיקים וואס זענען שוין נישטא.
ולא משתחכין - און דארעך דעם ווערט מען נישט קיין פארלוירענער און א פארפאלענער.
 |
|
|