| נשלח ב-25/6/2004 04:15 |
|
| |
גזירת גירוש קאנטרי
ס'איז אן אלט ווערטעל אז ווען דאס פארן אין קאנטרי זאל ווען זיין א גזירה פון די רעגירונג, וואלט מען גורז תענית געווען דערויף.
ווער ס'האט געזעהן וויאזוי די וויליאמסבורגער גאסן האבן היינט אויסגעזען, קען זיך אביסל פארשטעלן, וואס דאס מיינט א "גירוש".....
וואס איז אייער מיינונג איבער די מכת מדינה וואס הייסט קאנטרי.
איז דאס א משוגעת וואס קאסט אוצרות געלט, און קיינער טוט גארנישט דאס אפצושטעלן.
אדער איז דאס גוט צו אפשטעלן דעם געלויף פונעם גאנצן יאר און זיך אביסל לופטערן.
טיילט מיט אייער מיינונג, איבער די טעמע?
גלייכצייטיג, אויב ווילט איר זאגן וואס איר טוט דעם זומער, ווי איר גייט, שרייבט אין דעם פריערדיגן אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2004 18:18 |
|
| |
איך וויל וויסן פין ווי מען נעמט די עקסטרע $5000 צי באצאלן די קאנטרי?
איך געדענק דער בלאט האט געהאט אן ארטיכל דערוועגן פאראיאר
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 08:03 |
|
| |
די זומער קאסט אהן אסאך מער געלט, אפילו אויב מען בלייבט דא אין שטאט, די דעי קעמפס נעמען קעה"ר נישט ווייניג.
גיין אין קאנטרי איז א געוואלדיגע זאך פאר קינדער, זיי לעבען דארט אויף, זיי האבען די וועלדער און פעלדער, און ווי צו שפרינגען און טאנצען, און פארען מיט די בייקס, וכו' וכו'.
אמת עס קאסט אסאך געלט, אבער קיינער צווינגט קיינער נישט צו פארען.
רבנים רעדען כסדר וועגען די נסיונות וואס די מענער וואס בלייבען אליין האבען. די פאקט איז אמת, אבער לדעתי אסאך איבער געטריבען אין פראקטיק, די מענער וואס א גאנץ יאר זענען ערליך און פרום האבען זומער נישט קיין ירידות, ווידער אמאהל די וואס א גאנץ יאר דארפען א ישועה, זענען זומער אזוי ווי א גאנץ יאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 16:15 |
|
| |
פיסטע נארישקייטען פאר די וואס זאגען אז די קאנטרי איז א גזירה:
איעדען צופרי, איך שטיי מיך אויף 6 פארטאגס מיט א נייע התחדשות. אהההה! היינט גייט זיין א גיטען טאג אי"ה! איך פאר אין ביהמ"ד: איך ווארט א האלבע שעה פאר א פארקינג ספאט! מען קען ווערן צוקראכט!
איך גיי קויפען פרישטיג, איך שטיי מיך אין די שורה ווי א gentleman און אוי א בראך, איך בין שוין כמעט נעקסט אין די ליי קומט אריין א שיינער יוד אדער סתם עפעס א בעסערע מענטש מיט fancy גלעזער אין זיבן און אכציג beepers און שרייט הויעך מאך מיך א אייער שפייז מיט א קאווע! Some Chutzpa
איך פאהר מיך שיין אין די ארבייט און מען cut מיך פון אלע זייטען! אדער די משוגעים וואס רעדען אויף'ן סעלל פאון און כאפען נישט אז עס איז שוין גרין.
איך גיי אין פאסט אפיס, ווידער זיך פארקינג. איך גיי אין באנק... ווידער זיך פארקינג... מען ווערט צופלאצט אויף רעטס אין לינקס!
איך קים אהיים, שוין... יעצט וועט שוין זיין מנוחה... די אשל חיל לייגט מיר נאכטמאהל מיט א שמייכל... איך הייב אהן קלערן פון אביסל מנוחה און ברררר.... די טעלפאון קלינג... מען הייבט אויף וואס הערט מען: G & G א ריזיגן סעיל, בעקיטשעס מיט חתנים, קיין דיסקרימינאציע, איך גיב א האק אראפ! עס העלפט נישט! ווייל די אהנשיקעניש וואס ריפט פונקט אין די most busy time לאט זיך נישט אראפהאקען. אויב הערט איך נישט אויס די גאנצע, ריפט ער צירוק! (דאס איז א טעמע פאר זיך).
יעצט הייבט זיך אהן מיט די קינדער... דער 6 יעריגעס נערווען האלטען נישט ביים זיצען איינגעמאכט, קודם צירייסט ער די גרויסע שוועסטערס home work, דערנאך נעמט ער און ווארפט ארויס די 3 יעריגע שוועסטערס dolls פון די פענסטער, דערנאך נעמט ער א magic marker און מאכט א שיינע tattoo אויפן בעיביס פיס! רעדט, שריי און שלאג, עס העלפט נישט.
OK! מען פארט אין קאנטרי! יא, plenty עגמת נפש מיטן פאקען, פארען, דמים תרתי משמע. אבער די ערשטע זאך ווען מען קומט אהן פאקט מען אויס די בייקס! די 6 יעריג אינגעל דארף שוין נישט טשעפן די בעיבי. ער זעצט זיך ארויף אויף'ן באק and is gone like the wind!
שפעטער ווען איך זיך איהם צו קומען עסען נאכטמאהל זעה איך איהם לויפען מיט די קליינע פיסעלעך. אין קאנטרי גייט ער נישט, ער לויפט נאר! איך גיי קיקען, ער האט שוין א גאנצע selection פון אלע מיני שטיינדעלך. דאס איז פאר מיין הויז! אז די bad wolf זאל עס נישט קענען ציברעכען. זיין שוועסטער וואס אין שטאט איז שונא נומבער 1 איז דא די בעסטע פריינט. זי לויפט נאך ווי א קליינע נאר און העלפט בויען וכדומה.
עס ווערט טונקעל, מען ברויך זיי נישט ריפען, זיי קומען אהן אין באנגעלוי. עסען ווי די הנוגעריגע בערען, אריין אין וואנע פאר א שנעלע באד, קריאת שמע, און א סקונדע נאך דעהם ווי די קאפ רירט אהן די קישען, מען שלאפט!
די אשת חיל איז אסאך רואיגער, איך בין אסאך רואיגער, מען העט געדולד פאר די קינדער און עס איז א מחיה!
א גזירה אין וואינען אין שטאט א גאנץ יאהר!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 20:44 |
|
| |
מורי ורבותי, שטיל זיין אפאר מינוט עס איז אן ערנסטער אפיעל,
אונזער אלעמען באקאנטען פריינד "בארא_פארקער" איז ליידער אריין געפאלען אין א שווערן מצב און עס פארלאנגט זיך די שטיצע פונעם עולם אים ארויסשלעפן פון די בלאטע
קודם ווער עס איז דא א דיין זאל ביטע שאפען א בורט קאנטראל היתר ווייל די קינדער נעמען אים אראפ פון זינען
צווייטענס ווער עס ווייסט פון א באנגעלוי וואס איז עוועילעבעל א גאנץ יאר מיט א בית המדרש וואס האט פארקינג, א סטאר וואס איז מסודר און קיינער (בפרט די מיט די שיינע גלעזער) קען זיך נישט אריין כאפען, און ראוד שכנים וואס רעדן נישט אויפן סעלפאן ווען מען פארט זאל זיך ביטע מעלדן
צום לעצט ווער עס קען שאפען ביליג נערוון בארואיגונג מיטלען למצוה גדולה יחשב
ובזכות זה זאלען מיר זוכה זיין אז די מענער זאלען נישט האבען קיין נסיונות א גאנץ יאר...
תזכו למצוות
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 21:21 |
|
| |
זיידי:
די ביסט טויט משוגע! די וועפסט!
קודם כל בין איך "בארא_פארק" און נישט "בארא_פארקער". צוייטענס, וואס עפעס בוירט קאנטראל? מען ברויך ארויס פון שטאט וועט איעדער האבען נערווען. נישט די קינדער מאכן מיך משוגע, די צידרייטע שטאט מאכט מיך משוגע.
היימישע "חסידישע" אידען האבען כמעט אלעמאהל געוואוינט אין די שטעטלעך. אונזער הייליגע גמרא זאגט ישיבת כרכים קשה. די בעסער חברה האבען געווינט אין די גרויסע שטעט ווי עס איז גיווען פארווילונג הייזער, טיאטערס וכדומה. אבער די ערליכע היימישע האבען גאווינט אין שטעטל. איש על מחנהו ואיש על דגלו. מען האט געהאט א גרויסע הויף, א פאר עופות וכדומה.
נא... וואס האקסטו מיך אין קאפ מיט שטותים? די וועפסט! מיר האלטן און איין שרייען:
We need affordable houses!
נו... ברויך מען זיך צוען אויסער די שטאט. וויליאמסבורג מיט בארא פארק איז א גזירה מיט א מכה אשר לא כתובה בתורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 21:25 |
|
| |
קינדערלעך, נישט פייטן!
(זיידי: אבער האסט געהערט וואספארא מכיצעף ער'ז געווען? אין מיינע צייטן האט אזוינס קיינמאל פאסיערט!)
אבער זיידי! ער'ז א פיצל קינד. וואס ווייסט ער פון דערעך ערעץ?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 21:27 |
|
| |
בארא פארק שרייבט
וויליאמסבורג מיט "בארא פארק" איז א גזירה מיט א מכה אשר לא כתובה בתורה.
מילא שרייבסט אויף דיר אז די ביסט א מכה אשר לא כתובה, אבער וואס ווילסטו פון וומ"ס
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 21:27 |
|
| |
איך בעט דיך איבער זיידי!
אבער די אשכל איז "איז די קאנטרי א גזירה אדער נישט". איך האב נאר געשריבען מיין מיינוג אז עס איז א מחיה. איהר קענט האלטען וואס איר ווילט. הלוואי די קאנטרי א גאנץ יאהר!
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 21:41 |
|
| |
בארא_פארק האסט א ברירה טו ווי איך ממאפט ארוין קיין ק"י (מיז נישט זיין דוקה קרית יואל עס קען אויך זיין מאנסי וכדו'
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 21:58 |
|
| |
בארא_פארק איך ווייס נישט צו סאיז דיינע נערוון אדער אז די ביסט פשוט פון די "אינגווארג" עפעס מוז זיין די סיבה אז די שפרינגסט אזוי ארויס פון די כלים און ווי אלע "אינגווארג" שרייסטו גראד אז איך וועפ, א מין גערעדעכץ
אזויפיל בין איך יא באזארגט, אויב די וועסט וואוינען אינדרויסען פון שטאט א גאנץ יאר וועט דאך די שוועסטער צוריק זיין שונא No.#1 ומה הועילו חכמים בתקנתם?
נאך א פארשלאג: אפשר זאלסטו זיך אריבערציען קיין קרית קאשוי, עס איז א שטעטל ווי סאיז איש על מחנהו ואיש על דגלו, אויך עופות קענסטו האבען דארט לרחצה...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 22:50 |
|
| |
וואס איז מיט די אינגווארג ?
ווי גרינגער דאס לעבן ווערט האט מען מער און מער מיט די נערוען, מען נוצט סעלפונ'ס פאר רואיגקייט און דערווייל ווערט מער מער צוזעצט
מען פארט אין די קאנטרי זוך אויסצוריען, מען בויט זיך א הערליכע דופלעסק דירה, אבער קיין גויטע איז נישט דא, מען דארף אליינץ רייניגען די נערווען ווערן מער צופלאצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2004 23:16 |
|
| |
זיידה
קאשוי איז אין הערליכע ארט א שאד וואס עס ליגט ביי זיי אין די הענט.
BEDFORD HILLS איז גערעכנט אלס איינע פון שענסטע אין טייערסטע דZIP CODE אין גאנץ אמריקה.
איו ווייל דער גאנצער לאט איז אויפען ישיבה'ס נאמען איז אלעס TAX FREE
באראפארקער
די סיבה פון דאס משוגענע לעבען אין בארא פארק און אין -יא- אפילו וויליאמסבורג עיר הקודש איז נאר איין זאך ZONNING! חרדי'שע אידען ליידער על פי רוב האבען נישט קיין מושג פון אזא זאך ווי באגרענעצונגען.
ווי עס איז דא ZONNING ISSUES שרייעט מען אנטי סעמעטיזמ!
קיינער קלערט נישט ווען מ'נעמט א לאט פון 50 ווי עס האבען געוואוינט צוויי איטאליענער מיט א הונט און מבויעט דארט צוויי ניי בנינים און מ'שטופט אריין 6 משפחות מיט נאך צוויי מאדנע (גרושות, בע"ת, גרים, גוים בחורים וכו') משפחות אין בעיסמענט אז דאס איז א געוואלדיגע שאדען פאר די איכות הסביבה.
אויב איינער האט $250.000 פאר א CONDO האט ער דעןנישט $500 פאר א כולל-קאר? אין ווי פארקט מען אזא כלי?? אבי מ'בויעט
ווער מאכט געלט דא? נאר די שפעקולאנטן וואס קויפען לאנד ארום אידישע געגענטן, נאכער לויפט מען צו די פאליטישען'ס אין משרייעט WE WANT HOUWSING אוודאי בשם כל הקהל הקודש.
נאכ דעם בויעט מען אויף MONSTER בנינים אהן א טעם וריח אבי געבויעט. פארקינג מאן דכר שמיה.
צום סוף וועלן די 'בעסערע' פון אונזער ציבור אנטלויפן אין בארא פארק אין ווילי וועלן זיין די ערשטע חסידישע SLUMS אין היסטוריע
WE WANT MOSHIACH NOW
למטה מעשרה טפחים
נישט אויף WALLABAUT אויפען 9טן שטאק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2004 04:01 |
|
| |
בארא פארק הוא כנראה תושב וויליאמסבורג
ולכן העצבים שלו קצת לא בסדר, אולי הגיע הזמן להודות שאין שום מצוה לגור בוומסב"ג דוקא ואפשר לחיות במנוחה במונסי לייקווד או בחד מן הישובים החדשים שהולכים ונבנים.
וויליאמסבורג היא ארץ אוכלת את יושביה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2004 04:04 |
|
| |
וועילקאם טו די קלאב בשרוחלב באטשי, די זעהסט נישט אויס ווי קיין היימישער אדער אן "אונזעריגער", כשר ביסטו זיכער נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2004 08:29 |
|
| |
זיידע יאנטשי,
איך בין מוחה אפילו אויף א הוה אמינא פין זיך קריגען אויף מיר...........

|
|
|
|
|