שלו' כבוד כל הגולשים
מתוך רתת וזיע ובמחילת כבוד תורתו הרמה פונעם רב המקוואות, וועל איך נעמן מיינע הענט און זאגן מיין מיינונג אויף דעם גרויסן רב, אין די זאך שרייב איך מתוך ידיעה וואס איך האב מיט געהאלטן א פרשה מיט א מקוה אין אוקריינע.
אמת ער איז א ריזיגע קאפ א ידען נפלא און א חריף ובקי בכל הלכות מקוואות, און ער קען זייער גוט מאכן מקוואות, ער פארשטייט זייער גוט צו דעם נושא ווייניג קענען זיך מיט איהם פארהערן, אפילו אזעלכע וואס קענען גוט הלכות מקוואות די סיבה דערפון איז אז ליידער האט ער א פראבלעם וואס הייסט דמיונות, ער קען מיינען ווען ס'איז טאג אז ס'איז נאכט און אזוי פארקערט, (דאס איז נאר א אויסשפראך), ער איז זייער שטארק מיט זיין דעה, און אויב זעהט ער אז איינער גייט נישט פונקט וויאזוי ער האט געוואלט, דעמאלט הייבט אהן די דמיון צו שפילן, ער הייבט אהן צו פארציילן מעשיות אויף אזא מקוה וואס ס'איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, ווי אויבן דערמאנט בדידי הוה עובדא, ממילא איז נישט קיין וואונדער פארוואס די מאנטריאלער בי"ד איז ארויסגעקןמען קעגן איהם.
איי פארוואס ס'איז יעצט געשטאנען אין דער איד ווייס איך נישט
 |
|
|