איך זאג, סעקשאן עיט זאל גיין, די אידען וואס זענען טאקע אזוי ארים און דארפען צו קומען צו הילף פאר זייער רענט, וועלען ווייטער קענען באקומען זייער רענט פין וועלפיר, וואס דערווייל הערט מען נישט זיי זאלען דאס מפסיק זיין.
סעקשאן עיט איז זייער א גוטע זאך, אבער טאמער ווילען זיי דאס סטאפען, געב איך זיי דעם פילען רעכט, סוף כל סוף ווערט צאלט דעפאר? אונז אליינס, דורך די שטייערען, איי וועט איינער טענה'ן איך צאל נישט קיין שטייערען! וועל איך אים זאגען די צאלסט יא, איעדער זאך וואס איינער קויפט איז טייערער צוליב די שטייערען, למשל איינער גייט קויפען א מאטראץ, דער פארקויפען רעכענט אריין אין פרייז וואס ער דארף צאלען פאר שטייערען, ממילא סוף כל סוף צאלען אונז אליין פאר די סעקשאן עיט, די בעסטע זאך איז ווי די רעפובליקאנער פירען, איך נעם נישט און געב נישט.
|
|