בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אונזער עקסטרעמע חינוך און אידישקייט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2004 01:11 לינק ישיר 
אונזער עקסטרעמע חינוך און אידישקייט

אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן, און פיל שפייעכץ פון מויל איז שוין אויסגערינען אין דעבאטעס איבער די טעמע:

וואס איז בעסער פאר חינוך, עקסטרעם אפצוזינדערן די קינדערלעך זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם בייזן וואס די היינטיגע טמא'נע גאסן האבן צו פארקויפן.

אדער; איז בעסער זיי זאלן נישט זיין גענצליך אפגעזינדערט, נאר ענדערש קאנטראלירט.

דהיינו;

איז א טובה צו וואינען אין א געטא שטעטל ווי די קינדער זען נישט קיין שלעכטס פאר די אויגן,
וואס ווען זיי קומען ארויס אין די גאס, עפענען זיך מיטאמאל זייערע אויגן ברייט, און זיי דערעזען זאכן רחמנא לצלן, וואס די שטאטישע קינדער זענען מער אימיונט דערצו און זיי באמערקן דאס שוין כמעט נישט....

אדער, ווי איך האב אמאל געזעהן א דיבעיט, אין א ארץ ישראל'דיגע צייטשריפט, איבער די חרדי'שע סידיס און ווידיאוס. איז כדאי דאס אריינצולאזו אין הויז אדער נישט

וואס איז ענדערש, געבן פאר די קינדער בהיתר וואס מען קען, כדי זיי זאלן זיין זאט,

אדער ניין, נאר קדש עצמך במותר לך, ווייל מן ההיתר יסיתנו אל האיסור!

דער שמועס קען גיין טיפער און ווייטער, אין צניעות הלבוש א.א.וו.
בקיצור דאס גאנצע אידישקייט

אונזערע קרייזן האבן אנגענומען די שיטה אז וואס מער אפגעזינדערט אלץ בעסער, און ווי די כלל פון קדש עצמך במותר לך!

אבער די מאדערנע קרייזן טוען ענדערש ווי די צווייטע וועג.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2004 22:09 לינק ישיר 

זיכער איז נישט קיין ספק, אז דאס איז די אמת'ע תורה וועג, אבער דאך איז דא פלאץ אויסצושמועסן די צדדים די מעלות פון פשרה'לאזער אידישקייט, און חסרונות פון מאדערנע אידישקייט

ווי אויך איז ליידער בי אונז אויך אריינגעדרינגן טיילווייז השפעות פון די מאדערנע

און ס'האט זיך געשאפן אזא וועלט פון "באקוועמע אידישקייט"

שבת הגדול אין האטעל
פיקס פארטיגע סוכות דעליווערד מיט די נוי סוכה
געפאקטע ד' מינים
רעדי צו צינדן חנוכה מנורות
געפאקטע צען ברעקלעך פאר בדיקת חמץ
א.א.וו.

שווער צו טרעפן די פארצייטישע חיות און התלהבות ביי א פלאג און שווייס פאר א מצוה.

האטעלס, רעסטוראנטען, פיצא סטארס, וואקעישאנס, א.א.וו. איז אמאל געווען א מיאוס ווארט ביי אונזערע קרייזן, היינט איז דאס א נארמאלע ערשיינונג, מען פארט, מען גייט ארויס עסן.

חרדי'ע סידיס און ווידיוס, קאנצערטן, רעבישע געשעענישן, כשר'ע מאוויס... (הלוואי נאר דאס) איז ליידער געווארן גאנץ א באקוועמע גאסט ביי אונז.

דער תירוץ... דארפסט פארשטיין, מ'קען נישט היינט... בלא בלא בלא

דאס הייסט אז מיר האבן זיך מאדערניזירט און אריבער צום צווייטן לאגער

און אויף דעם קלאגט דער נביא, אוי! מה היה לנו!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2004 17:46 לינק ישיר 

איך זעה נישט וואס די ספק איז, און נישט נאר די סאטמארער רבי האט אזוי געהאלטען, נאר יעדער רבי און ראש ישיבה, ביי די ליטווישע איז נישט געלונגען אין אמעריקא, משום סיבה, אבער אין א"י זענען זיי פונקט ווי די חסידים אין דעם געביט און אין אלע געביטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2004 03:34 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אין ארץ ישראל וויפיל דיפראצענט איז אבער אין אמעריקא האט מיר איינער פין די פירענדע אין די מכטפולסטע פיגורן אין אגודת ישראל געזאגט אז דער פראצענט ביים ערשטען דור איז פין אולטרא ארטהדאקס צו מאדערען איז דער פראצענט ארום8 % אין ביים צוויטען דור %%15
אין ביי מאדערען ארטהדאקס איז שער ערשטער דור שוין 10%



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2004 03:12 לינק ישיר 

און מ'זעהט די נפקא מינא צווישן אונזערע קרייזן און זייערע.

ביי אונזערע קרייזן פארן אפ ווייניגער ווי 1% און ווידער ביי די מער מאדערענע קרייזן פארן אפ צווישן 3% און 5% איך רעד וואס איך האב געהערט פון איינער פון זייערע ראשי ישיבות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2004 03:10 לינק ישיר 

מיר האבן באקומען קלארע הוראות פין רבינו הקדוש מסאטמער זי"ע וואס ער האט אויפגבויט אידעשקייט אין אמעריקע ווען עס איז געווען אסאך א גרעסרע ניסיון צו זיין א ערליכער איד אין אמעריקע
אין ער האט פינקטלעך פארשטאנען די נסיונות הדור אין אלע מוסדות פין אלע קרייזען האבן נאר נאכגעטאן ווי ער ארפגעשטעלט דעם אויסגעטרעטענעם וועג פין "אמאל " וואס דאס איז נישט נשתנה געוארען אין וועט נישט נשתנה ווערן
כלשון החת"ס חדש אסור מן התורה

קוק אריין אין חדושי תורה לדינערס פין רבינו הקדוש
ווי תורה נאך תורה באהאנדעלט ער יעדע פראבלעם מיטן היינטיגען אידישקייט וואס איז אין א געוויסעון זין געווען דעלאמץ נאכן חורבן אסאך ערגער ווי היינט ומשם תדרשנו

אין מען זעהט בחוש ווער עס זיך געזוכט א אנדרע סארט חינוך ווי ער איז אנגעקומען...



תוקן על ידי - ekstein - 06/07/2004 3:12:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אונזער עקסטרעמע חינוך און אידישקייט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext