* * * היימישע בילדער showcase * * *
לרגל וואס אונזער מנהל ר' דזשובוי נ"י האט אפגערייזט אויף א קורצע דאטשע צום הייליגן לאנד, ווי ער שטייט נישט ליידיג קיין סעקונדע, נאר ער איז עומד על משמרתו און בליצט בילדער איינס נאכ'ן צווייטן, אונז מהנה צו זיין מיט זיינע רייזע איינדרוקן און איבערלעבענישן.
איז פאסיג אצינד צו פראקלאמירן א נייער אשכול
ב י ל ד ע ר - פארמעסט
דער אשכול איז מיוחד פאר בילדער וואס מען האט אליין געכאפט, (נישט וואס מ'לאדענט אראפ פון ערגעץ וואו)
צ.ב.ש., אינטערסאנטע זאכן, נפלאות הבורא, רייזע איינדרוקן, טוריסטישע באזוכן פון א צווייטע מדינה, ביזנעס-שמחה רייזעס, מקומות הקדושים, א.א.וו.
ס'איז דא א אשכול "לאקאלע בילדער" ווי מ'דארף לייגן "לאקאלע" בילדער, אבער דא איז נישט דוקא לאקאל, נאר דער כלל איז "היימיש געכאפט".
ווייזט וואס איר קענט, צייגט אייערע פאטאגראפיע קענטעניסן, און לאזט יעדען הנאה האבן
לייגט ארויף א קורצע דעסקריפציע צו יעדן בילד, ווי ס'איז נישט זעלבסט פארשטענדליך.
אז ס'וועט געלונגן, קען מען שפעטער מאכן א פארמעסט און אויסקלויבן די בעסטע בילדער.
ס'איז איבריג צו זאגן, אז מ'זאל נאר לייגן בילדער וואס פאסן פאר היימישע פרומע אידן... און נישט קיין בילדער וואס טוען פארשעמן אדער שאדן מאכן פאר א יחיד אדער א ציבור, ווי אויך נישט סתם נארישקייטן, נאר וואס איז אינטערעסאנט אין די אויבנדערמאנטע קאטעגאריע
לאמיר זעהן, וואס איר קענט!
תוקן על ידי - אינגערמאן - 13/07/2004 5:40:50
 |
|
|