יידען זענען א פאלק פון מצוות מעשיות, אשר קדשנו במצוותיו. נישט ווי להבדיל ריפורמער און גויים אז אלעס איז דאס הארץ. (יא- אויך ציונים "אני יהודי בלב")
חזק
נשלח ב-16/7/2004 05:27
עס דא פארשידענע חסידות ווי די ברעסלאווער זענען מקפיד
דירעקט נישט צו גיין מיט א עטרה
אין עס איז דא ביי זיי א ווארט
אז מען דארף זיך אליינס מעטר זיין די נשמה אין נישטדעם חצוניות
געהערט פין מיין שוואגער א ברעסלאווער וואס איך האב עם געפרעגט פארוואס ער גייט נישט מיט קיין עטרה אין פארוואס דער שווער האט עם ע געגעבן ווייניגער פין זיינע אנדערע איידימער האט ער מיר געזאגט דעם ווארט
נשלח ב-16/7/2004 05:14
יוסי טייערער
שקויעך גדול
תנוח דעתך שהנחת את דעתי.
יעצט פארשטיי איך בעסער
נישט מוועט מיינען דער עיקר איז די עטרה נאר מוועט מיינען העיקר לכסות הראש.
אבער עדיין אנו צריכין להסבר. וואס ארט דעם לבוש אז מוועט אזוי מיינען. איז דען א כסוי הראש נישט חייב בציצית אויב סהאט ארבע כנפות?
ומה שנוגע לבנשקעס. זיי גייען אזוי ווייל
1) זיי קענען עס אפאדערן
2) דער חיצוניות מיינט ביי זיי מעהר ווי ביי נארמאלע אידען - וולפענ"ד הטעם כי הם בעצם לא משפיעים רק מקבלים כמו אשה, ולכן שמים דגש חזק על הכלים המקיפים וד"ל...
וועגן א פעלץ אין לעדערנע בוטסעס מיין איך אז ווען די באנשקעס האבן עס אנגעטוהן זומער האבן נארמאלע יידען עס אויס געטוהן אפילו ווינטער.
איך וויל נאר איין זאך אונמערקען אז דאס אז נישט נאר בנש"ק'לעך גייען אזוי, אין עס מיינט נישט אז דאס איז אללע מאהל אזוי געוועהן.
דער גאנצער סיסטעם פון די מלבושים איז א נייע.
למשל א פעלץ איז געוועהן א מלביש פאר אלע וואס עס איז זיי קאלט געוועהן. דאס אז היינט שעמט זיך א בעלאבוס צו גיין מיט א פעלץ אפילו אין די גרעסטע פרעסט איז א משוגעת שאין כדוגמתה..
דאס זעלבע וועגען שטיוועל איך גיי נישט אין ווייסע זאקען ממילא מיינע בני בית זענען שיר נישט אראפ פון זין ווען איך האב געמאלדן אז איך וויל קויפען שטיוועל.
נשלח ב-15/7/2004 06:49
יוסי718
יא היכר, נישט היכר
מעיק אפ יור מיינד
ווי איז דער מטה אפרים?
האסט מורא עס ארויס צו נעמען אינמיטן זומער?
ער וועט דיר פארשלאגן דעם אפעטיט פון וואקעישן?
JOEGREEN
1) עיקר טלית איז עטרה וואס איז פטור פון ציצית!
2)לייגט מען נאך איין עטרה איז עס חייב בציצית?
תלמוד בבלי מסכת סוכה דף לו:
מעשה באנשי ירושלים שהיו אוגדין את לולביהן בגימוניות של זהב וכו הרבה
טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף
הסבר דבריך
באראפארקער
ראה תשובת יויגרין הנ"ל הענין השיינע יידען שעיקר הטלית הוא בעבור הכסף, ותמצא מרגוע לנפשך
נשלח ב-15/7/2004 06:01
יוחי און גרין,
באטשי האט געפרעגט פארוואס "שיינע אידען" לייגען אן עטרה סמוך צום תחתון, פרעגט זיי פארוואס און קיינער וועט נישט וויסען צו זאגען ענקערע טעמים.
נשלח ב-15/7/2004 00:18
שמעתי הטעם כיװן דעיקר שװיות של הטלית היא העטרה וכדי שלא יהיה נחשב לבגד של הראש דפטור מן ציצת משימין עטרה גם על הגב שלא במקום הראש
נשלח ב-14/7/2004 23:32
באטשי
איך האב דיר נאר נאך געזאגט וואס איך געדענק פון דעם ספר מטה אפרים (איך האב נאך נישט געהאט די מעגליכקייט נאך צוקוקען)