ווען ער האט גערעדט פן די שטאטוטן אין מאנטרעאל, האט דער שופט אים געפרעגט צי די באורד אין מאנטרעאל איז נכנע אונטער די היגע באורד?
האט דער לאיער באז אנגעהויבן צו קעקעצען יא און ניין.
וואס איז ער נעבעך שולדיג אז זיינע משלחים האבן נישט געהעריג אויסגעארבעט אלע שקרים?
אויך ווען דער שופט האט אים געפרעגט צי די באורד האט אמאל ווידערשפעניגט דעם רבי'נס באפעל, האט ער נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.
ערשט נאכדעם וואס ער איז פארטיג געווארן מיט זיין קעיס און דער שופט האט געמאכט א ברעיק פון 15 מינוט, האבן זיינע משלחים אים "אויסגעזאגט דעם סוד", אז דאס איז געווען ביי די 26 אדאר קעיס (די הויז פון נחמן מיט די רביצין ע"ה) ווען די באורד האט נישט געפאלגט דעם רבי'ן.
שפעטער נאכדעם וואס דער לאיער פון קהל יטב לב סקאט מאלען האט געענדיגט זיין קעיס, האט באז זיך אנגערופן צום שופט אז עס איז געווען איין פאל ביי די פרשה מיט 26 אדאר.
אבער מאלען האט אים צוריקגעפרעגט: האסטו פרוף אז די באורד האט ווידערשפעניגט דעם רבי'ן דערמיט, אפשר האט דער רבי מסכים געווען דערצו?
און באז איז ווידעראמאל געבליבן דער לוזער אן קיין ענטפער...
אויך האט באז אינמיטן פארשטעלן זיין קעיס, בעת ער האט זיך באצויגן צו די וואלן פון קהל יטב לב און וועלנדיג אנוייזן אז די וואלן האבן נישט קיין ווערד האט ער צעפליקט א צעטל וואס ער האט געהאלטן אין די הענט, אנצייגענדיג אז דאס איז גענוי וואס די וואלן פון קהל יטב לב איז.
"די טענה פון די נתבעים אז דער רבי האט גענומען א שטעלונג קעגן בערל פרידמאן איז פשוט ליגענט. סיז נישט מער ווי א פרעכע פעולה פון די נתבעים אויסצוניצן דעם שוואכן געזונט צושטאנד פון אן עלטערע רעספעקטירטע רבי. כאטשיג די הדרכות און די פארלאנגן פונעם רבי'ן איז רעספעקטירט ביי אלע סאטמערע מעמבערס, איז פארט פונעם געזעץ שטאנדפונקט און לויט די קהלה'ס שטאטוטן, האט דער רבי קיין שום אוטאריטעט אויף די פינאנציעלע ווירטשאפט פון די קהלה. ווי מ'זעהט טאקע פונעם עדות'שאפט פון יונה האלפערט אז דער רבי איז אן איינגעשטעלטער דורך די ראשי הקהלה"
נשלח ב-20/7/2004 04:03
אין ענגליש:
Respondents' argument that the Grand Rabbi has taken a position against President Friedman is simply untrue. It is nothing more then a blatant effort by Respondents to take advantage of an elderly, revered Grand Rabbi. Although the teaching and statements of the Grand Rabbi are respected by all members of the Satmar community, as a matter of law, and consistant with Congregations' By-Laws, the Grand Rabbi has no authority over the Congregations' corporate affairs. In fact, as set forth in the Jenuary 2002 Reply affirmation of Zalman Alpert, a noted religious scholar, the historical traditions of the Satmar community provide for governance by an elected body composed of members, who the select, and employ a Rabbi for spiritual guiudance, [Exhibit B].
נשלח ב-20/7/2004 05:09
וואס האט די פינאנציעלע ווירטשאפט מיט'ן ארויסווארפן פון בערל פרידעמאן????
אויסער דעם, די אהרונים קענען זיך וויפיל מאל זיי ווילן באציען צום "שוואכן געזונט צושטאנד". זיי האבן אבער קיין שום "פרוף" אויפצואווייזן זייער באהויפטונג.
דאקעגן איז דא מעדיקעל רעקארדס וואס ווייזן יא קלאר דעם מצב פון רבי'ן שליט"א אין יענע תקופה!
נשלח ב-20/7/2004 05:15
מאלען האט ציניש געפרעגט באז בעת ער האט אפגעענטפערט זיינע טענות: זאגסט אז נישט דער רבי האט גערעדט ביי די אסיפת הקהלה אין בנין עסטרייכער אין וועלכן דער רבי האט ארויסגעווארפן בערל פריעדמאן - וואו איז די פרוף דערויף????
פארשטייט זיך אז דער ענטפער איז דערווייל נישט געקומען...
נשלח ב-20/7/2004 07:30
כעלמער נאר:
1) ברענג פרוף אז סאטמארער רבי האט נישט אלצהיימערס. און איך ווער שוין א זאלי...
2) באז האט געברענגט פרוף פון אן אויספארשער, אז די טעיפ איז נישט דער רבי. האט מאלען געזאגט, אנדערע אויספארשער זאגן אנדערש... (דער תירוץ שטינקט פון קאפ).