בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א ש"ץ וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2004 02:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 02:35 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 02:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 02:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ז

חמצי Put on your glasses



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 08:32 לינק ישיר 

איך האב [דערווייל] נישט אדארעך געליינט גרינטלעך וואס עס שטייט דא, און פון די ביסעל וואס איך האב יא געזען זע איך אז ער האט געגרייזט, פשוט ווייל חוקרים קומען אויף מיט כל מיני השערות וואס זענען נישט געשטויגען און מ'האט שוין א סיכום, לדוגמא: א ראיה אז אין פינסק זענען געווען אין די קהלה א חסידישע כח ווייל מ'האט אויפגענומען די בארדיצ'ובער רב אלס רב. ווער עס איז א 'מתחיל' אין היסטוריה פון חסידות ווייסט אז די בארדיצ'עבער רב'ס שווער האט אים ארלעדיגט דעם פאסטען.

עס האט ארויס געגעבען איינער א ביכל אויפ'ן גר"א מיט'ן נאמען 'הגאון' פאר א שטיק צייט צוריק, איך האב עס דארעך געליינט, און דארט דערקענט זיך קלאר אז די חוקרים האבען אים אזוי גוט פארדרייט אז ער ווייסט נישט פונקטלעך וואס די התנגדות איז געווען.

סיכום ביניים: די חוקרים ווי שמעון דובנוב און קלויזנר וכדוגמתם אמאל קען מען נעמען ראיות פון זיי אבער מער מאל זענען זייערע מסקנות בלויז שטותים. דעריבער וואס איין חוקר שרייבט קען מען נישט האבען קיין בילד, נאך דערצו אז ער צייכנט צו וואס א צווייטע חוקר שרייבט און ער נעמט שוין אן אז יענעם'ס ווערטער איז די שורש פון די אמת אליינס.

עס איז מיר שווער צו צוצייכענען מקורות וואו די זאלסט לערנען די היסטוריה ווייל עס איז זייער אסאך, וועגען דעם האב איך דיר מציע געווען זאלסט הערען וואס בערל וויין זאגט און דערנאך וועט מען זען ווייטער.

אפשר אן אנדערע מאל וועט מען מאכען דא אן אשכול מורחב מיט אלע פרטים, מיט דאקומענטען.

די ווילסט וויסען דריי זאכען א מקור: קהלה, בית קברות, שחיטה

אויב האסטו נישט געהערט וועגען 'סכינים מלוטשים' (וואס אגב, איז די גר"א נישט ארויס קעגען דעם ווייל ער האט אויך געהאלטען אז עס איז מער אויסגעהאלטען) דעמאלטס איז מיר שווער ממשיך צו זיין די דיסקאסיע ווייל דאס איז פון די אל"ף בי"ת.

וועגען די קהלה און חברה-קדישא/בית-הקברות וועל איך אי"ה ברענגען מקורות (אויב בערל וויין איז נישט גענוג)

תוקן על ידי - כורמיזא - 16/08/2004 9:04:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2004 16:08 לינק ישיר 

כורמיזא
דיין תגובה איז ממש א מחיה אהן גאווה אדער ליצנות נאר למען דעת.

לייען א דורך דעם גאנצען מאמר איך האב נאר געהאט צייט צו ברענגען די פאר בלעטער, דער בוך האט איבער 340 זייטן אלס איבער 'פינסק-קארלין' אין דאס איז נאר א קליינע חלק.

מיין צייט איז באגרענעצט איך האב כמעט נישט ליעב צו ליינען 'חרד'ישע היסטורי' כמו 'הגאון' וכדומה ווייל רוב זענען מסלפים מיר קענען נאך שמועסן איבער דער נושא ווי די זאגסט ועוד חזון למועד

ביי היסטורי' איז דא צוויי עלעמענטן 1) פאקטן 2)אנאליזום =סיכומים. פארשטייט זיך מיט 'סיכומים' קען מען זיך דינגען אבער מיט פאקטן איז שווער.

איך האלט אז דער מאמר איז שטארק פון ביידע בחינות אבער מיין ברענגען דא דעם מאמר איז דאך געווען איבער 'פאקטן'

1)איז פינסק-קארלין פיזיש נאנט? (ווי בארא פארק מיט קענזינגטון)
יא!

2)זענען געוועהן חסידים אין פינסק?
אוודאי זיי זענען דאך דערמאנט אין אלע חרמות! (אין ווי די האסט מעורר געוועהן מ'האט אלע חסידים גערופען 'קארלינער' לייען גוט דעם מאמר, אין דעם ספר איז אויך דא א לאנגע מאמר אויף ר' אביגדור פון פינסק מיט זיין מסירה אויף די 'קארלינער' אין 'פינסק' וואס האט גורם געוועהן דעם ארעסט פון בעל התניא)

3)האבען חסידים געגרונדט אן עקסטערע קהילה?
עס איז נישט דא קיין זכר פון א אזא עובדא נישט אין פינסק אדער ערגעץ אנדערש ווי. אדרבא ווייז אויף, פאר מיר איז א יעדע נייע הוכחה כמוצא שלל רב.



כורמיזא איבער די סכינים מלוטשים COME ON
ווער עס האט נאר געליינט א ברעקל פון בעל התניא ווייסט דאך פון דעם קאמפף.. אבל משם ראיה?? פונקט פארקערט! ער האט איבער געצייגט די שוחטים (א סאך זענען דאך געווארן 'פארכאפט' צום נייעם 'כת') צו נוצן די בעסערע חלפים. אבער געמאכט אן עקסטערע קהילה מיט שוחטים? מאן דכר שמי'??

איך האב געהאט בדעה נאך נעכטן צו SCAN
א אנדערע מאמר איבער שחיטה מיט די מלוטשים אבער צייט צייט ווי נעמט מען ציייט

בכל הכבוד כורמיזא! ביזט א מענטש!!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2004 23:31 לינק ישיר 

יוסי, שקויעך פאר די טיטלען, כל הכבוד!

איך האב אנגענומען דיין עצה און אדארעך געליינט דייני אטאטשמענטס.

עס זעט מיר אויס אז בעצם קריגען אונז זיך נישט.
קודם וויל איך אראפ ברענגען וואס כ'האב אויבן גשריבען וואס דא האט זיך אנגהויבען אונזערע דעות צו ציטיילען:
לויט ווי איך קען די היסטוריה איז עס געווען וועגען גאר אנדערע סיבות, פשוט ווייל זיי האבען געוואלט צוברעכען די מנופולי פון די מתנגדים און די קהילה.

מיין כוונה דא איז קלאר, אז די חסידים האבען אויסגענוצט די כח החוק פון די ממשלה פון רייסין און ליטא, וואהלין וואס האט זיך אין יענע צייט געטוישט (זעה ווייטער) אז עס איז נישטא מער קיין סמכות עליונה יחידה ביי קיין קרייז (יהדות ולהבדיל נצרות) נאר יעדע קהילה קען זיך אויסוועלען איין אייגינע קהלה וואס איז נישט אפהענגיק אין קיין אנדערע שטאט וואס דאס גייט מיט געהעריגע בחירות און לויט רוב.

די געזעץ ווערט דערמאנט אין די תשובה פונ'ם בעל התניא צום צאר וואס מ'האט לעצטענס (אפאר יאר צוריק) ארויס באקומען פונ'ם ארכיוו (איך בין איצטער אין דער פרעמד און איך האב נישט קיין קאפיס דא ווי איך בין, אפשר וועל איך עס קענען פארשאפען), די איינציגע זאך וואס איז געבליבען איז געווען אז גרעסערע זאכען פון ענייני דת קענען זיי דן זיין, דעריבער האבען זיי געטהנט אויף חסידות אז דאס איז א נייע דת, וואס די חוק אסרט צו עפענען נייע דתות.

די מושג קהלה האט באקומען אן אנדערע משמעות מיטן התייסדות החסידות, די קהלה האט נישט בוחר געווען מער קיין רבנים, זיי האבען נישט געשטעלט קיין שוחטים, זיי האבען שוין נישט געטארט ארויס געבען קיין חרמות (לויטן געזעץ), במילא האט אינגאנצען נישט אויסגעפעלט זיך אפצוטיילען פון די לעגאלע קהלה, ווייל די קהלה האט סייווי נישט געהאט מער קיין מנאפאלי.

אבער, דער מהלך האט גענומען עטליכע יאר ביז זיי האבען עס צובראכען אינגאנצען, ווייל אנהויב האבען זיי אינגאנצען נישט געקענט זיין פון די חברי הקהלה (קוק אין שבר פושעים די חרמות אז מ'טאר זיי נישט מצרף זיין צו די קהלה) האבען זיי קודם געגרינדעט אין טייל שטעט אייגענע קהילות וואס די מושג דערפון איז געווען קאנטראלירן די מסים, שחיטה, חברה קדישא, און שפעטער האט דאס שוין נישט אויסגעפעלט.

דאס וואס דו ברענגסט אויבען וועגען פינסק איז א גוטע הוכחה צו דעם אז די מנאפאלי איז געווארען געבראכען, און די קהלה פון ווילנא האט געדארפט בעטען און פאדערען פון פינסק אז זיי זאלען אננעמען די חרם, ווייל פארדעם וואלט די בית דין פון ווילנה אליינס דאס געקענט טוהן ווייל זיי זענען געווען די סמכות עליונה פון די ליטא.

סיכום ביניים: די מטרה פון עפענען די שטיבלעך איז געווען אראפ צו ווארפען די עול פון קהלה און מ'זאל זיך קענען פירען לויט די אנווייזונגען פון די צדיקים און די ראשי קהלה זאלען זיך נישט קענען מישען דערין. אשאד אז איך האב נישט מיט מיר די בריוו פון בעל התניא, איך מיין אז דארט שרייבט ער קלאר ארויס די נקודה.

[און נישט דווקא פיזיש געעפענט אן ארגאנאזירטע קהלה ווי אין אינגערען, נאר צו גענומען די סמכות פון די קהלה צו פירן זייער לעבען]

די קהלה האט דאך געהאט נאך זאכען מיט וואס אנצוהאלטען זייער יאך איבער זיי, ווי ארויף צווינגען שטייערען, העכערען די פרייזן פון די שחיטה (מ'האט געמוזט נוצען די שוחט אינטער די קהלה טאמער נישט איז עס געווען טריף), נישט באגראבען די מתים, און נאך זאכען. האבען די חסידים צוגעשטעלט א גאנצע פעקעדז דיעל מיט די הילף פון די ממשלה, א נייע שחיטה, א נייע חלקה אין בית הקברות און א אייגענע חברה קדישא, וכו'.

=

לויט דיינע ידיעות אין די היסטוריה, וואס האבען די חסידים/מתנגדים געטוהן ווען אין די שטאט זענען געווען א גרויס טייל פון ביידע, לגבי די שחיטה? לויט ווי איך ווייס איז געווען אן עקסטערע שחיטות ביז די חסידות האט איבער גענומען די שטאט (ליידער פארקערט איז כמעט נישט געווען ווייל שפעטער האט זיך די השכלה שטארק פארשפרייט ...)


נ.ב. איך מיין אז מ'דארף עפענען א מסודר'דיגע אשכול מיט א פאסיגען קעפעל, מסתם וואונדערען זיך טייל פון די ליינערס וואס קען שוין גורם זיין א ש"ץ וואס גאלט זיך, איבער 50 תגובות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א ש"ץ וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.