בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

"דער איד" אונטער אטאקע פון "די וועלט"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2004 19:12 לינק ישיר 
"דער איד" אונטער אטאקע פון "די וועלט"
מצורף קובץ

די וועלט וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך אלימלך לייפער פון ארץ ישראל/אמעריקע/בעלגיע האט די פאריגע וואך אנגעהויבן א מאסיווע אטאקע אויף "דער איד".

דער שאק איז גאר גרויס, וויסנדיג אז מיילעך לייפער איז פון משה פרידמאנ'ס בעסטע פריינד און פון די גרעסטע שטיצער פון "דער איד" אלעמאל געווען, און דא קומט ער ארויס מיט א העסליכע אטאקע, אז "דער איד" לייגט אריין שמוציגע אדווערטייזמענטס פון בעידינג סוטס און אז "דער איד" איז פול מיט לשון הרע און רכילות און מחלוקת.

איך ווייס נישט וויפיל מענטשן האבן געזען "די וועלט", דעריבער ברענג איך עס אראפ.

אינעם ערשטן זייט הייבט אן ער פליקן דעם
אומאפהענגיקן ארטאדאקסישן צייטונג
אויף מערערע פראנטן.

1) מחאה אויף בזיון כבוד התורה פון הגה"צ אב"ד ור"מ קרית יואל.

2) מחאה אויף בזיון פון די טויזנטער תושבים פון דעם עיר ואם בישראל וואס זענען נכנע אונטער דעם מרות און זענען סרים למשמעתו פון קרית יואל'ער רב.

3) מחאה אויף דעם חוצפה פון א צייטונגס שרייבערל אדער רעדאקטאר, וואס איז ביזי מיט טמא'נע גוי'אישע נייעסן און צייטונגען זאל קריקטירן א רב בישראל. א צייטונג שרייבער מעג און קען קריטקירן זיין קאלעגע אדער אפענעט פון אן אנדערע צייטונג אדער מאגאזין. צום ביישפיל קען מ.ל.דייטש קריטיקירן זיין קאנקורענט דעפ אפיקורס שטריגלער אדער באריס שניידער פון אפיקורסישן פארווערטס ווי דייטש איז א שרייבער אדער אנדערע שרייבערלעך פון דער איד, ווי מ. בינער אדער י.י. הערשקאוויטש אדער י. ווייס.

אינעם צווייטן עמוד צייגט מיילעך לייפער אן אויסשניט פון דער איד ווי זי האט אדווערטייזט בעידינג סוטס, וואס איז לויט אים אן אפנויג פון דעם דרך פון די רבי'ס און מנהיגים וואס האבן געגרינדעט דער איד.

אט איז די קאפ פון די וועלט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 21:23 לינק ישיר 

איך וויל צולייגן א תיקון טעות, צו מיין פריערידעג אנאליז אויף די וועלט.
די מעיק-אפ עד איז פון דער בלאט נישט פון די צייטונג, ער אטאקירט נישט די צייטונג, נאר דער בלאט און דער איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 20:41 לינק ישיר 

אוי ווי שטיל עס איז דא געווען פאר בלויז איין וואך.

איך זעה אז איך קען נישט גיין קיין וועיקעישאן אפילו איין וואך נישט.

קוים וואס איך הייב אן צו שרייבן נאך א וואך, און די אהרונים ווערן צעלאזט...

דער עיקר: פארגעסט נישט שטארק אנצוהאלטן דעם וועלט מיטן מלאך המושיע הרב לייפער...

בעסער עפעס ווי גארנישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 08:29 לינק ישיר 

כורמיזא!!! דו ביסט גוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2004 07:17 לינק ישיר 

יוסף90, איז דאס אמת אז יצחק ווייס שרייבט אין בקהלה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 07:14 לינק ישיר 

איך וואלט געשטעלט דעם קעפל פאר דעם אשכול ענדערש

"די 'וועלט' מלחמה"!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 07:11 לינק ישיר 

איך האב דאס געטראפן אין "פאליש" וואלגערן אויפ'ן טיש, און זיך צוגעכאפט דערצו, איך ווייס נישט צו ס'איז בכלל דא צו פארקויפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 06:33 לינק ישיר 

אינגערמאן ווי קויפסטו דעם צייטונג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2004 06:09 לינק ישיר 

די וועלט האט א עדיטאריעל

"איך בין איין סאטמארער"

ווי ער ציעט אן אינטערסאנטער פאראלעל צו די באקאנטע "איך בין איין בערלינער" רעדע פון רעיגן(?) אויף די בערלינער וואנט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 05:55 לינק ישיר 

קאנדאהאר, האסטו נאר געליינט איין בלעטעל פון די וועלט, און ביזט שוין געווארן זאט, אזש אז דו רעדסט גארנישט פון דאס אז ער אטאקירט אויך.....

... יא איר האט געטראפן אויך דער בלאט, ער צוקלויבט - צווישן אנדערע - זייער באשרייבונג מיט קעלבערנע התפעלות פון "די קעניגליכע באגרעבעניש צערמאניע פאר רעיגן, ווי זיי שרייבן צווישן די שורות אז נישט איין איד האט געלאזט א טרער נאכ'ן פרעדידענט",

און אויך די צייטונג פארשוינט ער נישט פאר'ן אדווערטייזן מעיק-אפ און ער חוזק'ט אפ פון די לאמיר זיך מחזק זיין ארטיקלן ווערן געדריקט נעבן די מעיק-אפ אדווערטייזמענט...

אלזא, וואס האסטו זיך אזוי דערפרייט און פאסמאקעוועט מיט זיין אטאקע אויפן' איד, ער איז אין קריג מיט "די וועלט", ד.ה. מיט יעדן איינעם, ספעציעל אלע א.ג. חרדישע צייטונגען וואס זענען לאנג פארקראכן פון די ליניע וואס דער קראסנער רב זי"ע האט אויסגעשטעלט פאר'ן מייסד זיין דער איד.

ס'איז גאנץ אינטערסאנט צו ליינען "די וועלט", צוליב וואס דער מחבר איז נאך אלע מעשה'ס א טאלאנטפולער שרייבער, ס'איז נאר א שאד אז ער נוצט דאס נישט בעסער אויס, אויך זיינע ארטיקלן אין איד פון פשעווארקסער זכרונות זענען אלץ געווען אינטערסאנט.

ער דעקלערט אויך קריג אויף די ערשטע זייט קעגן די א.ג. ספירה-בין המצרים טעיפס, שטעלענדיג א בילד פון די "חסידישע אוצרות" סי די..

וואס ער האט יא געטוהן מיט זיין יעצטיגע אויסגאבע אנדערש ווי די פריערדיגע. ווען "דער בלאט" האט זיך משוגע געמאכט מיט'ן איהם אראפרייסן אין א ליצנות'דיגן ארטיקל, מיט'ן אויפבלאזן וואס ער האט דאן געשריבן אז די איינציגע ערליכע טעיפס זענען ליבאוויטש און גור, האט די בלאט גאס צוקליבן כאילו ער אטיז פארקראכן פון די שיטה, ווייל ער טוט שטיצן ליבאוויטש און גור וואס זענען נישט אויסגעהאלטן לויט די שיטה הקדושה, וואס איז געווען א שטיק ליצנות, ווייל יעדער האט געוויסט וואס ס'קוועטשט פאר'ן בלאט, און למה שפך חמתו...

אלזא יעצט מיט'ן ווארפן א ביינדל אויך פארן בלאט, און ארויסצייגן אזא נייע סארט אומפארטייאישקייט מיט'ן אטאקירן דעם בלאט, און אויך דע איד, דערצו זיך אננעמן פאר'ן כבוד פון קרית יואל'ער רב, יעצט זענען די בלאט-יסטן שוין צופרידן, און מ'רעדט נאר פון דעם, און שלום על ישראל...

אין קורצן, קענט איר דאס רופן:
די(תורה)וועלט!!!

יא כ'האב שיעור פארגעסן ס'איז געדריקט מיט קאליר.... נוסח ארץ ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2004 01:11 לינק ישיר 

ווי באקומט מען די צייטונג ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2004 19:16 לינק ישיר 

מצורף קובץ

צווייטע עמוד
דא רעדט ער פון די אסור'ע בעידינג סוטס וואס דער איד אדווערטייזט.

לייפער פארגעסט צו שרייבן די ווערטער:
להחזיר עטרה ליושנה

זעט אויס אז לייפער ווייסט נישט אז דער רבי האט דעם שבת געזונגען צוויי מאל אודה מיט גרויס דביקות
און ביי אל-אדון איז ער אנטלאפן פון עמוד.

דאס איז ריכטיגע החזרת עטרה ליושנה!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > "דער איד" אונטער אטאקע פון "די וועלט"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext