בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נאדלער באקעמפט שניטען אויף סעקשאן8

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2004 23:55 לינק ישיר 

צבי

איך האב אויך נאך נישט נהנה געווען ב"ה כמלוא נימה פון די פראגראמען, און דאך בין איך א דעמאקראט.

א עוכר ישראל איז נישט נאדלער, נאר דער וואס קריכט ביי די גוים אין די קישקעס.

אין די קאטוילישע גוים האבען ווייניגער אידען געהארגעט?, די פרומע מולסומענער זענען מער נזהר מיט רציחה?

פופציג יאר פארן בעל שם האבען פרומע גוים געהארגעט הונדערטער טויזענטער אין אין אוקריינע.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2004 00:21 לינק ישיר 

boy are you predictable yeedel, live in the present not the past, we're not talking about Moslems, and the liberal-democrats are the cause of all assimilation in america. it may not affect your kids but it does affect hashem's children by the millions who are intermarrying.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2004 00:36 לינק ישיר 

דו ביסט נישט פרעדיקטעבל. צבי.

זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, און איך האב א פראבלעם דיך צו פארשטיין.

1) ווי קומט דא אהער אסימיליאציע.
2) איז די רעגירונג שולדיג דערויף.
3) דארף איך די רעגירונג זאל מיך אויף דעם אויך אפהאלטן? און אפשר אויך אז אונזערע פרויען זאל האלטן טהרת המשפחה (?)
4) אפשר זאגסטו פון וועלכע אידן דו רעדסט?
5) און פארוואס זענען אישו'ס וואס זענען נישט נוגע, און זאלן ווייטער אויך נישט אנגיין אידן שומרי תורה וויכטיגער ווי אישו'ס וואס זענען פיקוח נפש פאר רבבות אידן איבעראל אין גאנץ אמעריקע?
6) פארוואס זאל איך שטימען פאר א קאנדידאט ווי בוש וואס וועט פארבאטן STEM CELL RESEARCH צוליב זיינע רעיליגיעזע אנשויאונגען - און נישט שטיצן א קאנדידאט וואס וועט שטימען פאר מער הילף פאר נויטבאדערפטיגע, אידן און גוים צוגלייך מיט פוטער-און-ברויט אישוס.

7) איך האב נאך נישט גענאסן קיין איין פרוטה פן די רעגירונג. און איך בין א הייסער דעמאקראט. איך פלאן צו שטימען פאר קערי און אויך פאר דיין עוכר ישראל נאדלער!

הלואי וועלן די דעמאקראטן האבן א מערהייט אין סענאט און קאנגרעס, וועט זיין בעסער פאר אחינו בני ישראל.

8) זיי דו נישט ביזי מיט גוי'אישע אישו'ס. קוק נאר וויפיל היימישע אידן אחב"י שמאכטן אין טורמע. ווי סאמעט, האלענדער, בראנער, באכנער, ר' חיים יודל גאלדשטיין (שוין ארויס) ווייס ברידער, שלום ווייס, הערשקאוויטש, ווערצבערגער, דייטש, מענדלאוויטש ברידער, הרב מפאלטישאן, אן נאך הונדערטער און אפשר טויזענטער אידן וואס זיצן ליידער פאר גאר קליינע עבירות... זיי האבן קיינעם נישט גע'הרג'ט, קיינעם נישט געשאסן, נישט געהאט קיין דראגס... פאר קליינע חטאים האט זיי דיין רעפובליקאנער פארשטיקענע רעגירונג גע'שחט'ן זיי, און זייערע משפחות און קינדער...

שטיץ זיי, ביז ביז ביז...
איינער פון דיינע באקאנטע וועלן וויינען... אפשר דעמאלט וועסטו הערן זייער געוויין, און וועסט איינזען צי איז בעסער מיט זיי אדער מיט א מער מעסיגע רעגירונג!

וועק דיך אויף!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2004 01:27 לינק ישיר 

i'll answer one issue, these people were arrested for crimes they committed , under both administrations, and not because they're anti-semites you fool. and what's so hard to understand? since the liberals took over the schools, the media etc. the jews have assimilated terribly and have been becoming less and less instead of growing. If the democrats retake the senate and the house and the presidency, g-d forbid, they'll make laws that'll be worse for decent people and jews in particular



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2004 02:09 לינק ישיר 

צבי,

זיי נישט משוגע. ביידע זייטן זענען די זעלבע טריפהנע גוים. דער חילוק איז נאר אז די רעפובליקענס פרובירן איינצורעדן די וועלט אז זיי זענען פרומער. די שמוץ ביזנעסעס אין ניו יארק זענען שוין ביזי אפאר חדשים אריינצוברענגען שיקסעס פון אנדערע לענדער כדי צו האבן גענוג פאר די דעלעגאטן וועלכע גייען קומען קיין ניו יארק צו די רעפובליקען קאנווענשאן, א זאך וואס מען האט נישט געזען אין באסטאן ביי די דעמאקראטישע קאנווענשאן.

הלכה בידוע שעשיו שונא ליעקב איז שייך ביי ביידע זייטן. דער חילוק איז נאר אז די דעמאקראטן מאכן זיך כאטש ווי זיי האבן אונז מער ליב. אין מיין פאך פון שתדלנות דריי איך מיך אסאך צווישן דעמאקראטישע און רעפובליקאנער פאליטישאנס. ביי די רעפובליקאנער טריט מען מיך ווי גלייך מען דארף מיך צוליב מיין שטימע. ביי די דעמאקראטן טריט מען מיך ווי אן אייגענער. ס'איז א פאקט, זיי זענען מער פריינטליך און לאזן א צווייטן לעבן. ס'איז אויך א פאקט אז די אידישע שטעט וועלכע זענען אין רעפובליקאנער געגנטער (ווי למשל קרית יואל) ליידן מער פון רדיפות פון די שכנים ווי די אידישע שטעט וועלכע זענען אין דעמאקראטישע געגנטער.

אגב, אויב ביסטו א רעפובליקען דארפסטו שטיצן עבארשען. זאלן די דעמאקראטען זיך אויסהארגענען איינער דעם צווייטן וועלן זיי האבן ווייניגער וואוטערס.

און צו די דעמאקראטן, געטס גאנס פאר די רעפובליקענס, זאלן זיי זיך אויסהארגענען איינער דעם אנדערן...

און צו יושע, די סיבה פארוואס עס הערשט יעצט אזא בלינדע איינרעדעניש אין בוש אז ממש אויב איינער רעדט א ווארט קעגן אים וויל מען אים דורס זיין, איז וויבאלד היימישע אידן גייען ארויס פון די גלייזן ווען עס קומט צו א מלחמה. (דאס זעלבע איז אויך געווען אין 92'. ווער ס'האט געוואוט פאר קלינטאן איז געווען חייב מיתה...) זיי אליינס שיקן נישט די קינדער אין מיליטער אבער זיי זענען אלל די וועי פאר מלחמה. אויך האט דער היימישער ציבור א נייגונג צו גלייבן וואס די גאווערמענט רעדט זיי איין. וועסט נישט גלייבן אבער 80 פראצענט עולם האלט נאך היינט אז בוש איז געגאנגען קיין איראק ווייל סאדאם איז שולדיג געווען פאר 9/11 און וועגן דעם סופארטן זיי די מלחמה אזוי שטארק. איך פלעג אויך אמאל זיין אזוי משוגע פארגלייבט אין די רעגירונג, ביז כ'האב איינגעזען אז אלעס איז א דזשאוק. יעדער פאליטישאן מיינט זיך.

תוקן על ידי - ziskeit - 11/08/2004 2:19:07



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2004 06:12 לינק ישיר 

דער פראבלעם מיט די רעפובליקאנער וואס ווערן גוט מיר דיר פאר דיין שטימע איז אז די מינוט נאך ווען זיי דארפען דיך שוין נישט קענסטו גיין בארן קלאפען.

הייקינד האט געהאלפען פאר דשוליאני ארויפגיין אויפן בענקל, אבער שפעטער האט אים דשוליאני פרובירט צו באגראבען אן ערפאלג, FOR NO GOOD REASON.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2004 07:24 לינק ישיר 

דרך אגב בוש האלט אין איין זאגן אפילו ער ווייסט ווייסט וואס ער ווייסט היינט וואלט אויך אריין אין מלחמה פארוואס "ווייל ער קען מאכן וואפן אין ער קען געבען פאר טעראריסטן" ביי זיי איז ספק ספיקא איזאויך אסור אין ווען איך פרעג חבירים אין וואס איז מיט איראן וואס מען ווייסט וואס זיי האבן (אטאם) אין זיי לייקענען נישט אין זיי שטיצען טעראריסטן די מערסטע אויף די וועלט רוב פון דיזע וואס הארגענען אמעריקאנער אין איראק קומען פון איראן אין אויך ווייסט מען אז די 9.11 היידזעקערס זענען אדורך איראן אין פון די העכסטע פענסטער האט מען גימאלדן אז מען זאל נישט זיגלען די פאספארטן כדי זיי זאלן קענען אריינקומען אין אמעריקע אויף דעם זאגן זיי אז נעקסט קומט איראן מיר קענען אין אויך ליביע-מצרים-סודאן-סיריע-ירדן-סאדי אראביע וכו' עס קוקט אויס ווי אין ישיבה מען פרייט זיך עס ווערט לעבעדיג אין באמת ווייסט מען אז גלייך ווי בוש איז אריין האט ער זיך שוין גענומען פארקוקען איראק
אין באמת קען נאך אלץ זיין אז בוש איז בעסער לב מלכים ושרים ביד ה'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2004 05:29 לינק ישיר 

אינטערעסאנט וואס א אגענט פון אמעריקא האט גיזאגט אין לאנדאן אז די איראקע מלחמה האט גישטארקט די על קאידא אסאך נייע מעמבערס צובאקומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2004 08:15 לינק ישיר 

ווער עס פארשטייט ענגליש אין הערט זיך צו wabc 770 ספעשיל צו די john batchler show 10pm וועט מער נישט וואטען דעמעקראט

john kary האט היינט געזאגט אז לויט וואס ער ווייסט היינט וואלט ער אויך אריינגעגאנגען קיין איראק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2004 16:29 לינק ישיר 

חכם איינער, אויף 770 גייסטו זוכן אויפריכטיגע דעקונג?

כ'קען דאך פאר'ן זעלבן געלט גיין צו 1190 און באקומען פונקט פארקערטע אינפארמאציע און הערן וואספארא אונטערוועלטניק בוש איז.

אויב ווילסטו הערן אויפריכטיגע נייעס גיי עס נישט זוכן ביי איינע פון די פארטייאישע רעדיא שאוס.

770 איז פאר איינעם וואס האט שוין דיסיידעט צו שטימען רעפובליקען
1190 איז פאר איינעם וואס האט שוין דיסיידעט צו שטימען דעמאקראט

אויב ווילסטו מאכן אן אויפריכטיגע דעסיזשאן פאר וועמען צו וואוטן גיי צו די אלע נייטראלע וועבסייטס וואס עקספלארן ביידע קאנדידאטן און דעמאלטס באשליס צי דו ווילסט בוש אדער קערי, רעפובליקען אדער דעמאקראט.

ביידע האבן זיך זייערע מעלות און חסרונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2004 23:17 לינק ישיר 

אין די בלאט איז גיווען באריכטעט וועגען א אינטערוויו מיט נאדלער וואס אזויפיל אידן ליידן וועגען די פאטריאט עקט ווי אזוי האט יענער גיזאגט אז בין לאדען האט גיוואלט טעראריזירן די אמעריקאנער אין די אמעריקאנער גאווערמענט האט איבערגענומען די דזשאב
די אסאשיעטעד פרעס האט לעצטענס אויפגידעקט אז די דשאסטיס דעפארטמענט האט גישטטערט א גרויסע קעיס קעגען על קאידא ווייל זיי האבן גידארפט די אטענשאן אין דאסאלעס איז נכלל אין "קאמף קעגען טעראר"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נאדלער באקעמפט שניטען אויף סעקשאן8
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.