בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2004 16:23 לינק ישיר 
עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה

חמשה עשר באב
פון חמשה עשר באב, הייבן זיך שוין אהן די הייליגע טעג, ווייל כ"ה אלול האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, (לויט די שיטה אז א' בתשרי נברא העולם. זעה שפעטער ביי דעם קעפל "סליחות מוצאי שבת") און פון ט"ו אב ביז כ"ה אלול איז דא 40 טעג, און 40 טעג איידער א מענטש ווערט געבוירן רופט מען אויס וואס עס וועט זיין מיט דער קינד, אזוי אויך 40 טעג פאר'ן יום הבריאה רופט מען אויס ווי אזוי עס וועט זיין די יאהר. וועגן דעם קען מען זיך שוין אויסבעטן פון ט"ו אב, אז די קומענדיגע יאהר זאל זיין א גוט יאהר.
(בני יששכר)

דער מהרי"ל ברענגט א מנהג אז פון ראש חודש אלול, ווען מען שרייבט א בריוו, שרייבט מען ביים ענדע פונ'ם בריוו, א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה". און ווי פריער דערמאנט אז פון ט"ו אב הייבן זיך אהן די הייליגע טעג, וועגן דעם זענען דא וואס פירן זיך שוין צו שרייבן א "כְּתִיבָה וְחַתִימָה טוֹבָה" פון ט"ו אב.

ערב ראש חודש אלול
יעדער ערב ראש חודש איז א צייט פון תשובה, ווייל דאס איז דער לעצטער טאג פונ'ם חודש, וועגן דעם איז דאס א זמן תשובה צו טאהן אויפ'ן גאנצן חודש, ובפרט ערב ראש חודש אלול, כדי צוצוגרייטן דאס הארץ צו תשובה.
(מטה אפרים)

עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן "יום כיפור קטן" ערב ראש חודש אלול, אפילו די וואס זאגן נישט יעדען ערב ראש חודש. אויך זענען דא וואס פירן זיך צו פאסטן אין דעם טאג. אויב עס איז דא א מנין וואס פאסטן ליינט מען "ויחל". עס איז דא א מנהג אויסצוזאגן גאנץ ספר תהילים ערב ראש חודש אלול. אויב ראש חודש אלול געפאלט זונטאג טוט מען די אלע זאכען דעם דאנערשטאג פריער.

חודש אלול
חודש אלול רופט זיך אן דער חודש פון תשובה. ווייל חודש אלול איז דער לעצטער חודש פון דעם יאהר, דארף מען זיך דעמאלס איבערטראכטן ווי אזוי מען האט זיך אויפגעפירט א גאנץ יאהר און פארעכטן אויב מען טרעפט אזעלכע זאכן וואס מען האט נישט געדארפט טוהן, און מיט דעם גרייט מען זיך צום יום הדין, און דורך דעם וואס דער אייבערשטער זעהט אז דער מענטש האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים פון א גאנץ יאהר, משפט ער אים צום גוטן. דעריבער דארף מען זיך דעם חודש מער בארעכענען, און אריינטראכטן און תשובה טוהן און זוכן אלעס צו פארעכטן, וואס מען האט נישט ריכטיג געטוהן.

עס ווערט געברענגט אויפן פסוק, "ואשר לא צדה והאלוקים אנה לידו ושמתי לך מקום אשר ינוס שמה" (אויב איינער הרג'עט בשוגג זאל ער אנטלויפן צום ערי מקלט), די ווערטער "א'נה ל'ידו ו'שמתי ל'ך" זענען ראשי תיבות אלול, מרמז צו זיין אז חודש אלול איז א חודש וואס איז אן עת רצון מקבל צו זיין די תשובה אויף די עבירות וואס מען האט געטוהן א גאנץ יאהר, אויך איז דער פסוק מרמז אז אפילו אויף עבירות בשוגג דארף מען אויך תשובה טוהן.
(האר"י ז"ל)

עס ווערט געברענגט, א רמז פון שיר השירים אז חודש אלול איז דער חודש פון תשובה, ווייל א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י איז ראשי תיבות, "אלול". דאס איז טייטש אז די אידן זאגן, איך קוק כביכול אויף מיין פריינד דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט איך קוק נאר אויף די אידן, און דער וועג וואס מען ווערט נאנט צום רבונו של עולם איז נאר דורך תשובה.

אויך ווערט געברענגט א רמז, אז די טעג פון אלול, זענען טעג וואס מען דארף מתקן זיין, דארך תשובה תפלה און צדקה, ווייל עס שטייט "ומל ה' אלוקיך את לתתך ואת לבב זרעך און א'ת ל'בבך ו'את ל'בב" איז ראשי תיבות אלול. וואס איז א רמז אויף תשובה. דער פסוק א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י, איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף תפלה. דער פסוק "א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים" איז ראשי תיבות אלול, דאס איז א רמז אויף צדקה. אזוי ווי מיר זאגן דאך ראש השנה און יום כיפור ביים דאווענען, ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה.

תקיעת שופר ראש חודש אלול
מען האט מתקן געווען צו בלאזן שופר ראש חודש אלול ווייל נאכדעם וואס מען האט געזינדיגט אין דעם מדבר מיט'ן עגל, און משה רבינו האט גע'פועל'ט ביים אייבערשטן ער זאל מוחל זיין די אידן, האט דער אייבערשטער געזאגט צו משה רבינו ראש חודש אלול: "גיי ארויף אויף דעם בארג סיני, און איך וועל דיר געבן די צווייטע לוחות, אנשטאט דער ערשטע וואס דו האסט צובראכן". האט מען געבלאזן "שופר" אז אלע אידן זאלן וויסן אז משה רבינו איז ארויפגעגאנגן אויף דעם בארג פון וואו ער וועט נישט אראפקומען ביז פערציג טעג און פערציג נעכט, כדי מען זאל זיך מער נישט טועה זיין צו מאכן נאך אן עגל ח"ו. אלס זכר אויף דעם בלאזט מען יעדן ראש חודש אלול שופר.

תקיעת שופר כל החודש
מיר פירן זיך צו בלאזן שופר גאנץ חודש אלול צו דערמאנען אז מען דארף תשובה טוהן, ווייל די שופר האט אין זיך א כח אויפצוטרייסלן א מענטש, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו" (עמוס ג-ו) אויב מען בלאזט שופר אין שטאט וועט דען די פאלק נישט ציטערן?

נאך א טעם כדי צו פארמישן דעם שטן אז ער זאל נישט וויסן ווען עס איז ראש השנה.
(טור סי' תקפ"א)

דער ייטב פנים ברענגט פון הייליגן ישמח משה, נאך א טעם, ווייל דער בית יוסף שרייבט אין אורח חיים (סימן תכ"ב) אז די צוועלף לשונות פון הלל וועלכע שטייען אינם קאפיטל הללו קל בקדשו, זענען קעגן די צוועלף חדשים פונם יאהר, און דער זעקסטער לשון פון הלל, וואס דאס איז קעגן חודש אלול איז "הללוהו בתקע שופר".

די דרכי משה ברענגט א רמז בשם מה"ר אייזיק טירנא ז"ל, אז עס שטייט אין פסוק (תהילים פא-ד) "תקעו בחדש שופר" איז משמע אז מען זאל בלאזן שופר א גאנצע חודש.

בדיקת תפילין ומזוזות
אסאך ערליכע יודען פירן זיך חודש אלול בודק צו זיין זייערע תפילין און מזוזות. אויך זוכט מען נאך אנדערע מצוות וואס מען קען אריין כאפן אדער מתקן זיין, כדי מיט דעם צו קומען אנגעגרייט צום יום הדין.

תהלים בחודש אלול
עס זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן צען קאפיטלעך תהלים יעדען טאג פון חודש אלול, ווייל אז מען זאגט פון אנהייב חודש אלול צען קאפיטלעך יעדן טאג קומט אויס אז מען ענדיגט צוויי מאל תהלים ביז ראש השנה, וואס דאס איז 300 קאפיטלעך דאס באטרעפט אזוי פיל ווי דאס ווארט "כפר" לעמך ישראל (פארגעבן - מוחל זיין).
(מטה אפרים)

ביים הייליגן צאנזער רב זי"ע, האט מען זיך געפירט צו זאגן גאנץ חודש אלול יעדן טאג נאכן דאווענען אכטצן קאפיטלעך תהלים, און ערב שבת האט מען אויסגעזאגט גאנץ תהלים. אנדערע האבן א מנהג אויסצוזאגן יעדן טאג א ספר פון תהלים.

די ליקוטי מהרי"ח ברענגט א רמז אויף דעם, ווייל עס שטייט אין פסוק ויאמרו לאמר אשירה לה', און ו'יאמרו ל'אמר א'שירה ל'ה' איז ראשי תיבות "אלול" מרמז צו זיין אז מ'דארף לויבן דעם אייבערשטן מיט שירות ותשבחות אין חודש אלול, וועגן דעם איז מען מרבה בתהלים דעם חודש.

ארבעים יום לתשובה
מיר האבן באקומען 40 טעג תשובה צו טוהן פון ר"ח אלול ביז יום כיפור, ווייל ווען די אידן זענען געווען אין דער מדבר און מען האט געזינדיגט מיט'ן עגל איז דער אייבערשטער ברוגז געווארן אויף זיי, איז משה רבינו ע"ה ארויף געגאנגן אין הימל דאס דריטע מאל, "ראש חודש אלול", אין די פערציג טעג פון ראש חודש אלול ביז יום כיפור, האט דער אייבערשטער מוחל געווען די אידן, און האט געגעבן די צווייטע לוחות, דעריבער זענען געבליבן די 40 טעג, א צייט פון תשובה וואס דער אייבערשטער איז מוחל אויף עבירות.

נאך א טעם, כדי מען זאל תשובה טוהן אויך אויף די עבירה פון דעם עגל וואס מען האט געמאכט אין די מדבר, "פערציג טעג" נאכדעם וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה.
(כף החיים)
נאך א טעם, צו פארגעבן אויף די עבירה פון די מרגלים וואס זיי זענען געגאנגן "פערציג טעג" און דערנאך האבן זיי גערעדט שלעכטס אויף ארץ ישראל. דערפאר טוט מען תשובה "פערציג טעג".

די ווערטער אנ'י לדוד'י ודוד'י ל'י, וואס זענען ראשי תיבות "אלול" זענען אויך סופי תיבות בגימטריא 40 דאס איז מרמז אז די 40 טעג פון ר"ח אלול ביז יום כיפור זענען די טעג וואס מען קען ווערן נאנט צום אייבערשטן.

לדוד ה' אורי
פון ר"ח אלול ביז נאך שמיני עצרת, זענען דא וואס פירן זיך צו זאגן נאכ'ן דאווענען דעם קאפיטל תהלים "לדוד ה' אורי". עס זענען דא וואס זאגן דאס נאך שחרית און נאך מנחה. און אנדערע פירן זיך צו זאגן דעם קאפיטל נאך שחרית און נאך מעריב.

דער טעם דערפון איז, ווייל אין מדרש שטייט אז דער ווארט "אורי" איז מרמז אויף ראש השנה, "ישעי" איז מרמז אויף יום כיפור, דעמאלס העלפט אונז דער אייבערשטער ארויס פון די טענות פון די מקטריגים. אזוי אויך איז מרומז סוכות, ווי ס'שטייט "כי יצפנני בסכו".

אויך ווערט געברענגט א רמז אויפ'ן פסוק אין דעם קאפיטל "לולא האמנתי לראות בטוב ה'" "לולא" איז אותיות "אלול".

נאך א טעם, ווייל אין דעם קאפיטל ווערט דרייצן מאל דערמאנט דער הייליגער שם ה' וואס זענען א רמז קעגן די דרייצן מדות של רחמים, יעדע ה' קעגן איין מדה פון די שלש עשרה מדות של רחמים, וועלכע מיר ווילן דערוועקן אין די ימי רצון.




סליחות ד' ימים
אין שולחן ערוך ברענגט דער מחבר דעם מנהג צו זאגן סליחות גאנץ חודש אלול, מיר פירן זיך אבער ערשט אנצוהייבן די וואך פון ראש השנה.

אויב די ערשטע טאג ראש השנה געפאלט דאנערשטאג אדער שבת, הייבט מען אהן צו זאגן סליחות דער זונטאג פריער, און אויב עס געפאלט מאנטאג אדער דינסטאג, הייבט מען אהן סליחות א וואך פריער. כדי אז עס זאל זיין כאטש גאנצע פיהר טעג פאר ראש השנה וואס מען זאגט סליחות.

דער טעם דערפון איז, ווייל עס זענען דא מענטשן וואס פיהרן זיך צו פאסטן צעהן טעג אין די עשרת ימי תשובה. און אלעמאהל וועלן אינמיטן פעהלן פיהר טעג וואס מען טאר נישט פאסטן: צוויי טעג ראש השנה, שבת שובה, און ערב יום כיפור. דערפאר האט מען באשטימט מען זאל אנהייבן צו זאגן סליחות כאטש פיהר טעג פאר ראש השנה וואס אין זיי וועט מען צוענדיגן צו פאסטן.
(לבוש)

נאך א טעם כדי ס'זאל זיין פיהר טעג זיך צו בודק זיין פון עבירות אזוי ווי א קרבן דארף מען פיהר טעג איבער קוקן.
(אלי' רבה)

לכאורה וואלט מען נאר געדארפט אנהייבן צו זאגן סליחות 4 טעג פאר ראש השנה, אויב אזוי פארוואס הייבן מיר אייביג אהן אויף א "זונטאג"? כדי אז מען זאל זיך נישט טועה זיין וועלכע טאג מען הייבט אהן צו זאגן סליחות, האט מען געמאכט א באשטימטע טאג.

זמן סליחות
דער צייט פון זאגן סליחות, איז די לעצטע שעות פון די נאכט, וואס דאס איז פארטאגס. ווייל א גאנצע נאכט שוועבט דער אייבערשטער אין די 18 טויזענט וועלטן, און אין די לעצטע דריי שעה פון נאכט שוועבט ער אויף דער וועלט.
(לבוש)

סליחות מוצאי שבת
דער ר"ן ברענגט אז דאס וואס רבי אליעזר זאגט, אז די וועלט איז באשאפן געווארן תשרי, מיינט רבי אליעזר אז א' תשרי איז די וועלט פארטיג געווארן, אבער אנגעהויבן צו באשאפן די וועלט האט שוין דער אייבעשרטער אנגעהויבן כ"ה אלול. וויבאלד כ"ה אלול געפאלט נישט אייביג דער זעלבער טאג, הייבט מען אהן זונטאג וואס דאס איז געווען דער ערשטער טאג פון די בריאה. אין די שטאט ברצלונא האט מען זיך געפירט אנצוהייבן סליחות כ"ה אלול. און נישט דווקא מוצאי שבת.

פיוט
דער פרי מגדים אין די הקדמה פון די צווייטע אגרת אות פ' זאגט, אז וועגן דעם הייסט די סליחה "פזמון", ווייל פזמון איז פון לשון שרייען, אזוי ווי דער תרגום טייטשט דעם פסוק "ויען איוב" "ופזם איוב" איוב האט אויפגעהויבן זיין קול און האט געזאגט הויך, ווייל די סליחה זאגט גאנץ קהל מיט התעוררות און מיט א הויך קול.

ברכת השחר
מען זאגט ברכת התורה פאר סליחות. מען דארף געדענקן אז נאך סליחות ווען עס איז שוין זיכער טאג זאל מען נאכאמהאל וואשן די הענט אבער נישט מאכען נאכאמאהל א ברכה "על נטילת ידים".

בעל תפלה
דער בעל תפלה וואס דאווענט סליחות (און אזוי אויך אין די אלע הייליגע טעג,) זאל זיין איינער וואס איז א גדול בתורה, און אין מעשים טובים, אויך זאל ער שוין זיין 30 יאהר אלט אין ער זאל שוין האבן קינדער. דאס איז אלעס נאר לכתחלה, אבער אויב מען טרעפט נישט די אלע מעלות איז יעדער יוד כשר צו דאווענען פאר'ן עמוד, אבער ער מוז זיין "מרוצה לקהל" דאס הייסט אז יעדער איינער זאל זיין צופרידען אז ער דאווענט.

עס זענען דא וואס פירן זיך, אז דער בעל תפילה פון סליחות, דאווענט אויך פארן עמוד מעריב א נאכט פריער, און שחרית און מנחה נאך דעם, ווייל "המתחיל במצוה אומרים לו גמור".
(לבוש)

טלית
דער בעל תפילה טוהט זיך אהן מיט א טלית ביי סליחות, און וויבאלד מען זאגט דאך סליחות ווען עס איז נאך נאכט איז דא א שאלה צו מען מעג מאכען א ברכה אויף'ן טלית ביינאכט, וועגן דעם פירט מען זיך אז מען נעמט נישט די אייגענע טלית, און נישט א טלית פון קהל, נאר דוקה א געבארגטע טלית, ווייל אויף א געבארגטע טלית מאכט מען זיכער נישט קיין ברכה.

דער טעם פארוואס מען טוט אהן א טלית איז, ווייל מען זאגט די דרייצן מידות של רחמים, און די גמרא זאגט אין מסכת ראש השנה, אז דער אייבערשטער כביכול, האט זיך אנגעטוהן א טלית ווען ער האט געזאגט די דרייצעהן מידות פאר משה רבינו ע"ה, און ער האט געזאגט, אז ווען אידן וועלן טוהן אזוי ווי איך ווייז דיר יעצט, וועלן זיי געענטפערעט ווערן.
(מהרי"ל)

אשרי
מען הייבט אהן סליחות מיט "אשרי יושבי ביתך". וואס איז א לויב צום אייבערשטן. ווייל די גמרא זאגט אין מסכת ברכות, אז איידער מען בעט עפעס פון א קעניג, זאל מען איהם צום ערשט לויבן כדי דער קעניג זאל ערפולן דעם געבעט.
(לבוש)

אלוקינו ואלוקי אבותינו
דער מנהג איז, אז אלע שטיקלעך פון די פיוטים, הייבט מען אהן מיט "אלקינו ואלקי אבותינו", אויסער די שטיקלעך וואס הייבן זיך אהן מיט דעם אייבערשטענס נאמען.
(מגן אברהם)

וידוי
וידוי זאגט מען בלשון רבים: "אשמנו, בגדנו, וכו', ווייל אלע אידן זענען אזוי ווי איין גוף, און איינער איז שולדיג פאר דעם אנדערנס עבירות, ווייל "כל ישראל ערבים זה לזה".
(האר"י ז"ל)

ווען מען זאגט: "אשמנו, בגדנו וכו', קלאפט מען ביי יעדער ווארט אויפן הארץ. מיט דעם וויל מען זאגן, אז מיין הארץ האט מיר צוגעברענגט איך זאל זינדיגן.
(מטה אפרים)

טייל זענען זיך נוהג צו זאגן נאך סליחות דריי מאהל די ווידוי פון "אשמנו" ווייל זיי ווילן זאגן באזונדער ווידוי אויף דעם וואס מען האט חלילה געזינדיגט דורך א "מחשבה" און באזונדער אויף דעם וואס מען האט חלילה געזינדיגט דורכ'ן "דבור", און באזונדער אויף דעם וואס מען האט חלילה געטוהן אן עבירה "במעשה".

טייל פירן זיך צו זאגן נאר איין מאהל דעם ווידוי פון "אשמנו" נאך סליחות, נישט דריי מאהל ווייל אזוי ווערט געברענגט פון אריז"ל.

מכניסי רחמים
עס זענען דא וואס פירן זיך נישט צו זאגן דעם לעצטן תחנה וואס הייבט זיך אהן "מכניסי רחמים" ווייל אין די תפלה בעטן מיר פון די מלאכים אז זיי זאלן ארויף פירן די תפלות צום רבונו של עולם, און איינער פון די י"ג עיקרים איז, אז נאר צום אייבערשטן איז ווערט צו בעטן, און צו קיין שום אנדערע, איז נישט ווערט מתפלל צו זיין.

אויך שטייט אין ירושלמי (פרק הרואה דף נ"ו) רבי אידן האט געזאגט, אויב א מענטש דארף א טובה פון א קעניג א בשר ודם, גייט ער נישט אליין אריין צום קעניג, נאר ער רופט קודם זיין עבד און דער עבד גייט אריין און ער פרעגט דעם מלך צו יענער מענטש קען יעצט אריין קומען, אבער דער רבונו של עולם זאגט, אויב עס קומט אויף א מענטש א צרה, זאל ער נישט שרייען צו די מלאכים, נאר צו מיר זאל ער בעטן, און איך וועל איהם באלד ענטפערן.

אסאך פירן זיך אבער יא צו זאגן די תפלה, ווייל מיר בעטן נישט די מלאכים אז זיי זאלן זיין אזוי ווי אן "אמצעי" (א מיטלער) נאר מיר זאגן דאס צו ווייזן אז מיר שעמען זיך צו פארלאנגן פונ'ם קעניג אליין.

קדיש שלם
דער בעל תפלה זאגט גאנץ קדיש מיט תתקבל ווען ער ענדיגט זאגן סליחות, כאטש א גאנץ יאהר זאגט מען נישט דעם קדיש נאר נאך תפלת שמונה עשרה, ווייל אזוי איז דאס משמעות פון "תתקבל", ווי מיר בעטן דער אייבערשטער אז ער זאל אננעמען אונזער תפלה, און סתם תפלה מיינט געווענדליך די תפלה פון "שמונה עשרה", אבער וויבאלד דער סדר פון סליחות איז מתוקן געווארן אזוי ווי דער סדר פון שמונה עשרה, ווייל "אשרי" וואס מען זאגט פאר סליחות דאס איז גלייך אזוי ווי פסוקי דזמרה, וואס מען זאגט פאר שמונה עשרה, די "סליחות" מיט די "דרייצעהן מדות" וואס מען זאגט צווישן די סליחות, איז אנשטאט שמונה עשרה, דערנאך זאגט מען "תחנון" און "ואנחנו לא נדע" אזוי ווי מען זאגט נאך שמנה עשרה. דערפאר זאגט מען קדיש שלם מיט תתקבל, אזוי ווי נאך שמונה עשרה.
לבוש סי תקפ"א





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2005 17:47 לינק ישיר 

וואו איז פון סוכות שמ"ע שמח"ת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/10/2005 18:00 לינק ישיר 

א גוט יאהר פאר אלעמען מען זאל זיך האבען אלעס גיטס אויסגעבעטען!!!
לאז מיך אייך פרעגען א שאלה וואס איז פשט אז ביי ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה שרייט יעדער איינער מיט אזעלעכע בכיות עצומות, אויב איינער זאגט געהעריג און ער האט אונזוהן פירוש המילות און מיט אלע כוונות נאר ער שרייט נישט אז עפעס שלעכט, אדרבה זאגט אייער מיינוג איך וויל פארשטיין???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 18:02 לינק ישיר 

יישר כח רבי מאיר
איך האב שוין געווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 00:39 לינק ישיר 

דבר בעתו מה טוב

ואל המנהלים נא לעגן את האשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 07:52 לינק ישיר 

אמר ר' יצחק למה תוקעין ומריעין בראש השנה כשהן יושבים, כדי לערבב השטן, דהיינו שהשטן יתבלבל מהתקיעה הראשונה שלפני התפילה ולא יקטרג בשעת התיפילה, ורש"י אומר שהשטן יראה את החביבות של ישראל למצווה אזי יפחד לשטנם, נשאלת השאלה זה מה שיפריע לשטן לקטרג, וכי השטן נבהל מזה שישראל מחבבין את המצוות, ההיפך זה יכול לדרבן את השטן לעורר קטרוג ולהזכיר חטאי ישראל כדי שלא לקיים מצווה חביבה זו, ונראה לומר כי חז"ל אמרו העושה תשובה מיראה זדונות נעשו לו כשגגות, אך מי שעושה תשובה מאהבה הרי זדונות נעשו לו כזכויות, וזה כוונת רש"י כיוון שהשטן יראה שישראל מחבבין את המצוות וחוזרים בתשובה מאהבה ומחבבין את ה' ואת תורתו ומצוותו, הרי השטן יפחד להזכיר עוון ישראל שמא יהפוך בכך את העבירות לזכויות, ולכן השטן מתבלבל ושותק, ובעז"ה ניכתב בספר סליחה מחילה וכפרה, והעוונות ייעשו לזכויות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 22:50 לינק ישיר 

טעם יפה מדוע ר"ה יומיים גם בארץ ישראל, ואפילו בזמן שבית המקדש היה קיים היו עושים שני ימים ראש השנה, כי ראש השנה הוא יום הדין ובני מרון נידונים מי לחיים ומי למוות, ואיתא בסנדהרין שדיני נפשות דנין בו ביום וגומרין ביום שלאחריו, שיהיה הלנת הדין, לכן תקנו ב' ימי ראש השנה, דהיינו ביום הראשון הוא יום הדין יומא קשיא וביום השני נידון ונחתם דיננו לחיים ולשלום, אם כן אפשר לשאול מדוע יום כיפור אין שני ימים, כי יום כיפור הוא רק לכפרה ועיצומו של יום מכפר ולא לדון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 22:48 לינק ישיר 

מדוע מאחלים איש לרעהו "לשנה טובה תכתבו וכו'" רק בליל ראשון של חג, ולא למחרת ביום וגם לא בלילה השני, כי הקב"ה דן עולמו בתחילת היום תוך שלוש שעות הראשונות לכן אנו סמוכים ובטוחים שכל עם ישראל ייכתב בספר חיים ויחדש עלינו שנה טובה.

וזה גם הסיבה שביום א' דר"ה אומרים לאל עורך דין בשחרית וביום ב' דר"ה אומרים לאל עורך דין בתפילת מוסף, כי בעל הפייט לא ידע להכריע אי הקב"ה דן בשלש שעות הראשונות או שניות, לדיעה שאומרת כי דנים בשלוש הראשונות הרי אומרים בתפילת שחרית ולדיעה השניה שבשלוש שעות שניות הקב"ה דן, אומרים בתפילת מוסף, ואילו ביום כיפור אומרים בשחרית כי הקב"ה דן כל היום.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2004 22:24 לינק ישיר 

שכויח פארן מזכה זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2004 13:30 לינק ישיר 

א גרויסע'ן איישר כוח, איך בין מיך מחייה מיט די ווערטער, אויך דער שפארסטו מיר צו עפענען א ספר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2004 07:56 לינק ישיר 

שיינע זאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 07:27 לינק ישיר 

א הערצליכע דאנק

כה לחי
כורמיזא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/8/2004 02:25 לינק ישיר 

פארוואס האבן די חכמים ז"ל נישט מתקן געווען צו האלטן צוויי טעג יום כפור אין חוץ לארץ אזוי ווי אלע אנדערע ימים טובים? ווייל עס איז א סכנה צו פאסטן צוויי טעג דערפאר זאל מען אויך נישט מחמיר זיין אויף זיך און האלטן צוויי:

פארוואס איז פונקט דער טאג יום כפור באשטימט געווארן אז דער באשעפער זאל מוחל זיין די עבירות? ווייל ביים חטא העגל האט דער באשעפער געוואלט פארלענדען די אידן און משה האט געבעטן ביים הייליגן באשעפער אז ער זאל זיי מוחל זיין.און אין דעם טאג יום כפור איז משה אראפגעקומען פון בארג וואו דער הייליגערבאשעפער האט גערוהט, נאכדעם וואס משה איז שוין געווען די דריטע מאהל צו פערציג טעג צו מתפלל זיין אויף די אידישע קינדער און דער הייליגער באשעפער האט זיי מוחל געווען מיט א גוטן ווילן פארדעם איז דער טאג באשטימט געווארן אויף א טאג וואס דער הייליגער באשעפער איז מוחל אויף די עבירות.

דער טעמי המנהגים ברענגט נאך א טעם אז ווען אדם הראשון האט געזינדיגט האט דער הייליגער באשעפער אנגעהויבן צו רעדן מיט אים אין יום כפור.

נאך א טעם ואס ווערט געברענגט פון מדרשים אז די מעשה פון די עקידה איז געווען יום כפור דערפאר איז דער טאג הפארבליבן פאר א טאג וואס דער הייליגער באשעפער איז מוחל ווער ס'טוהט תשובה.

פארוואס האט דער הייליגער באשעפער באפוילן אז מ'זאהל אין דעם טאג זיך פייניגן ד.מ. פאסטן יום כפור אזוי ווי ס'שטייט ועינתם את נפשותיכם? ווייל דער הייליגער באשעפער האט געוואלט אז מ'זאל אין דעם טאג תשובה טוהן און ס'איז אסאך גרינגער תשובה צו טוהן ווען דער קערפער איז געפייניגט און צובראכן ביי זיך.

יום כפור איז אנדערש ווי תשעה באב ווייל תשעה באב פאסט מען וועגן טרויער און יום כפור איז א יום טוב נאר מ'פאסט צו זיין צובראכן מ'זאל קענען תשובה טוהן.

מ'דארף זאגן ווידוי אין דעם טאג ווייל תשובה האט אין זיך עטליכע חלקים אפטוהן פון זיך און פון זיין מחשבה די עבירה און אפמאכן ביי זיך נישט צו טוהן נאכאמאהל און חרטה האבן אויף דעם וואס ער האט דערצערנט דעם הייליגן באשעפער און מ'דארף זיך מתוודה זיין ארויס זאגן מיטן מויל וואס מ'האט געטוהן און טאקע חרטה האבן אויף דעם.

פאר יום כפור איז א מנהג צו שלאגן כפרות מ'בעט ביים הייליגן באשעפער אז אויב ס'איז באשערט חס ושלום שלעכט'ס פאר א מענט'שזאל די עוף זיין א כפרה א אויסלייזונג פאר'ן מענט'ש.

מ'פירט זיך צו נעמען ווייסע עופות א רמז צו וואס ס'שטייט אז מ'וועט ווייס מאכן אונזערע עבירות.


פארוואס זאגט מען פאר כל נדרי דעם פסוק אור זרוע לצדיק? ווייל ס'פלעגט זיין א מנהג ביי ערליכע אידן צו זאגן דעם פסוק ווען מ'האט אנגעצונדן די ליכט לכבוד יום כפור.

פארוואס זאגט מען כל נדרי דריי מאהל? ווייל דער סדר פון די חכמים איז צו זאגן יעדע זאך דריי מאהל כדי צו פארשטארקערן די זאך.

פון וואו שטאמט די התעוררות ניגון פון כל נדרי? פון די אנוסים פון שפאניע וואס זיי זענען געווען באהאלטן אין די קעלער'ס צו דאווענען אין יום כפור וועגן זיי האבן מורא געהאט פון די אינקעוויזיציע אז מ'זאל זיי נישט כאפן און זיי האבן דארט געזינגען דעם טרויעריגן ניגון מיט גרויס געוויין זיי האבן זיך מתיר נדר געווען אויף אלע שבועות וואס זיי האבן געדארפט שווערן צום שפאנישן געריכט צו האלטן די גוי'שע גלויבן פון דארט איז פארשפרייט געווארן דער התעוררות ניגון ביי אלע אידן.




הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטש'וב זי"ע האט געזאגט אז והסר שטן מלפנינו ומאחרינו גייט ארויף אויף ערב יום כפור און פורים וואס אין די טעג קומט דער שטן מיט א קטרוג אויף אידן, פורים זאגט ער קוק נאר ווי זיי שיכור'ן זיך און לאזן זיך וואיל גיין, ווייזט מען אים מלפנינו קוק אויפ'ן פריערדיגן טאג תענית אסתר ווי זיי האבן געפאסט אגאנצן טאג געגעבן צדקה, און ערב יום כפור טענה'עט ער אז זיי עסן און טרינקען אגאנצן טאג ווייזט מען אים מאחרינו קוק נאר וואס פאר א שווערן טאג ווארט זיי מארגן יום כפור.

יום כפור זאגט מען אנו מלאי עון אונז זענען פול מיט עבירות ואתה מלא רחמים און דו באשעפער ביזט פול מיט רחמנות פלעגט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע זאגן ווי גרויס איז שוין דער גאנצער לוי יצחק אפילו ווען ער איז פול מיט עבירות, אבער דו ביזט דאך פול מיט רחמים דו ביזט דאך אן א סוף איז דאך דיין רחמנות אויך אן א סוף.איז האב רחמנות און שרייב אונז אן א גוט יאהר.

הרה"ק ר' נפתלי מראפשיץ זי"ע פלעגט שטיין יום כפור ביים דאווענען שטארק איינגעבויגן מיט הכנעה פארן הייליגן באשעפער איינמאל איז אונטער אים געשטאנען א גביר און ער האט נישט געהאט וואו צו לייגן זיין גרויסן מחזור ווייל מיט איין האנט האט ער געדארפט קלאפן על חטא האט ער געלייגט דעם מחזור אויפ'ן ראפשיצער'ס רוקן נאכן דאווענען האט אים דער ראפשיצער געזאגט אזוי טוהט מען? דו אליין זינדיגסט און זאגסט אויף מיר.


דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע האט אמאל ערב יום כפור פאר כל נדרי ווען אלע זענען שוין געווען אין שול גענומען א ליכט און אנגעהויבן זוכן אונטער די בענק פרעגט מען אים וואס זוכט דער רבי האט ער גענטפערט איך זיך א שיכור'ער איד און איך קען בשום אופן נישט טרעפן, גלייך האט ער זיך אוועק געשטעלט אויסטענה'ן מיטן באשעפער זעה רבונו של עולם האסט געבעטן די אידן צו עסן און צו טרינקען ערב יום כפור און האסט זיי צוגעזאגט אז ווער ס'עסט אין דעם טאג איז גלייך אזוי ווי ער האט געפאסט ווען דו וואלסט אזא טאג געגעבן פאר די אנדערע פעלקער וויפל שיכורים פון זיי וואלטן זיך געוואלגערט אין די גאסן צובלוטיגטע און געהארגעטע איז געב א קוק אויף דיינע געטרייע אידן זיי האבן היינט געפראוועט צוויי סעודות און יעצט איז נאכנישט נאכט און אלע שטייען שוין דא אין שול אויף זייערע פיס געהייליגט און גערייניגט און זענען גרייט זיך צו פייניגן דורכ'ן פאסטן אזוי ווי דו האסט זיי געבעטן און זיי זענען זיך מתוודה און זיי טוהן תשובה מיטן גאנצן הארץ איז זאג דו אליין פארדינען זיי דען נישט אז דו זאלסט זיי מוחל זיין זייערע אלע עבירות און זיי חתמ'ענען א שנת גאולה וישועה?

איינמאל האט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע געזאגט כל נדרי מיט א געוואלדיגע התעוררות אינמיטן האט ער זיך געפילט זייער שוואך האט ער זיך אוועק געשטעלט און געזאגט רבונו של עולם איך האב שוין נישט קיין כח ווייטער צו זאגן, פון יעצט זאג דו ויאמר ה' סלחתי כדבריך.

דער חפץ חיים זי"ע האט אמאל געזאגט דער עיקר איז נישט זיך צו קלאפן אין הארץ אריין נאך יעדן על חטא, נאר פאר יעדן על חטא זאל דאס הארץ קלאפן און אפהאלטן פון די עבירה .

הרה"ג ר' מרדכי באנעט זי"ע האט געפרעגט דעם רבין ר' בונם זי"ע פארוואס האט מען מסדר געווען די על חטא לויטן א"ב ? האט אים דער רבי ר' בונם גענטפערט מיר האבן אזוי פיל עבירות אויף וואס מיר דארפן קלאפן און ווען ס'וואלט נישט געווען לויטן א"ב וואלט מען נישט געוואוסט ווען מ'זאל אויף הערן צו קלאפן.

מ'זאגט על חטא שחטאנו לפניך ביצר הרע מ'דארף פארשטיין וואס עפעס זאגט מען דא ביצר הרע איעדע עבירה איז דאך מיטן יצר הרע ווען נישט אים וואלט מען דאך נישט געטוהן די עבירה? דער תפארת שלמה זי"ע ענטפערט אז ווען דער יצר הרע רעדט צו אז מ'זאל טוהן א עבירה טוהט ער זיין ארבעט ווי ס'דארף צו זיין ווייל אויף דעם איז ער דאך באשאפן געווארן, אבער ס'איז דא אמאל וואס דער יצר הרע ווערט פרום און ער רעדט איין צו טוהן מצוות למשל ער רעדט איין ס'איז א מצוה יענעם צו שלאגן אדער יענעם צו פארשעמען ווייל ער האט געטוהן א שלעכטע זאך דעמאלט אדער ווען דער טאטע הייסט גיין אויספאסטן יום כפור הייסט דער יצר הרע ניין בעט דיין טאטן אז דו ווילסט פאסטן לענגער ווייל ס'איז א מצווה צו פאסטן איז מיט דעם טוהט דער יצר הרע נישט זיין ארבעט ווייל ער דארף נישט צו רעדן מצוות ווייל אויף דעם איז שוין דא א צווייטער מלאך, איז אויף אזעלכע מצוות וואס ער רעדט צו באגייט ער אליין אויך א עבירה ווייל ער טוהט נישט זיין ארבעט איז דאס זאגט מען דא על חטא שחטאנו לפניך די זינד וואס אונז האבן געזינדיגט פאר דיר מיר האבן אנגענומען דאס וואס ער האט אונז איינגערעדט אז זיי זענען מצוות ביצר הרע בשותפות מיטן יצר הרע ווייל ער אליין האט דאך דא אויך א עבירה.

נאך כל נדרי האט דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע געגעבן א קלאפ אויפן טיש און דער עולם איז שטיל געווארן און ער האט זיך אנגערופן רבותי די הייליגע חז"ל זאגן כל האומר דבר יעדער וואס זאגט נאך אזאך בשם אומרו אין דעם נאמען פון דעם וואס האט געזאגט די זאך מביא גאולה לעולם ברענגט ער א גאולה אויף דער וועלט, איז אויב אזוי טייערע ליבע אידן זאג איך בשם אומרו ויאמר ה' סלחתי כדבריך.

הרה"ק ר' נפתלי מראפשיץ זי"ע האט געזאגט אויב א איד וויל זוכה זיין בדין האב איך פאר אים א עצה ער זאל זעהן צום ווייניגסטנס דריי טעג פאר יום כפור נישט צו זינדיגן, ווייל די גמרא זאגט רשעים יצר הרע שופטן אז די רשעים ווערן גע'משפט דורכן יצר הרע אליין און ס'איז דא א דין אז שונא אסור לדין אז א שונא טאר נישט זיין קיין דיין צו דעם וואס ער האט פיינט און די חז"ל זאגן איזהו שונא וואס מיינט א שונא כל שלא דבר עמו שלשה ימים דער וואס רעדט נישט מיט'ן חבר (וועגן פיינטשאפט)דריי טעג איז וויבאלד ער וועט זיך אכטונג געבן דריי טעג נישט צו זינדיגן וועט ער נישט האבן קיין שייכות מיטן יצר הרע ווערט שוין דער יצר הרע זיין שונא און ער קען אים נישט פאסקענען ווייל שונא אסור לדין.

א איד איז אמאל געקומען אין די עשרת ימי
תשובה צום הייליגן ריזשינער זי"ע און ער האט זיך געבעטן רבי איך וויל תשובה טוהן אויף מיינע זינד האט אים דער ריזשינער געפרעגט נו פארוואס טוהסטו נישט תשובה זאגט ער ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי פרעגט אים דער ריזשינער צוריק און זינדיגן האסטו יא געוואוסט ווי אזוי האט ער גענטפערט איך האב קודם געטוהן און דערנאך האב איך זיך דערוואוסט אז איך האב געזינדיגט אויב אזוי זאגט אים דער ריזשינער טוה יעצט אויך די זעלבע האב חרטה און דער חשבון וועט שוין פון זיך אליין קומען.

דער הייליגער בעל שם טוב איז געקומען אין א שטאט פאר ראש השנה און ער האט געהערט אז דער רב איז דארט דער בעל תפלה און ער זינגט ביי די ווידויים ביי אשמנו און ביי על חטא פרייליכע און לעבעדיגע ניגונים האט אים דער בעל שם טוב געפרעגט פארוואס ער פירט זיך אזוי האט אים דער רב גענטפערט אז דער קנעכט וואס רייניגט די שמוץ ביים קעניגס פאלאץ זינגט זיך אגאנצע צייט אונטער פרייליכע ניגונים ווייל ער ווייסט אז דער קעניג האט א נחת רוח פון זיין ארבעט וואס ער רייניגט אים גוט אויס זיין פאלאץ פון יעדן שטיקל שמוץ און דער קעניג אליין פרייט זיך אויך איז די זעלבע איז דא איך בין אזוי ווי יענער וואס רייניגט ביים קעניג אונז זענען זיך מטהר פון יעדן שטיקל שמוץ פון יעדע עבירה איז וועגן דעם זינג איך פרייליכע און לעבעדיגע ניגונים ווייל איך ווייס אז איך טוה א נחת רוח פארן מלך מלכי המלכים.

דער רבי ר' שמעלקע פון ניקלשבורג זי"ע האט אמאל געזאגט א משל אז א זוהן פון א קעניג האט געזינדיגט צו זיין טאטן און איינער פון דעם קעניגס שרים האט אייביג גערעדט שלעכט'ס אויפן זוהן און דער זוהן האט נישט געקענט צוקומען צום טאטן, אמאל איז דער הער אוועק געפארן איז דער זוהן געלאפן צום טאטן און זיך צעוויינט אז ער וויל זיך צוריק קערן צו אים און ער האט חרטה אויף זיינע אלע זאכן וואס ער האט געטוהן ביז היינט פארשטייט זיך אז דער טאטע האט גלייך רחמנות באקומען אויפן זוהן און אים צוריק גענומען צו זיך, די זעלבע איז ביי אונז דער יצר הרע איז דער שר וואס רעדט אייביג אן שלעכט'ס אויף אונז און יום כפור איז ער נישט דא קענען מיר גרינגער אנקומען צום טאטן אין הימל און זיך אויסבעטן א גוט יאהר און ער זאל אונז צוריק קערן צו אים.

הרה"ק ר' דוד פורקס זי"ע האט אמאל געהערט יום כפור דעם חזן הרה"ק ר' מרדכי מזאסלב זי"ע זאגן דעם ווידוי אשמנו מיט א אוסטערלישן שיינעם ניגון האט ער זיך גלייך אנגערופן רבונו של עולם ווען די אידן וואלטן נישט געזינדיגט פון וואו וואלסטו גענומען אזא שיינעם זיסן אשמנו.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 02:04 לינק ישיר 

שאלות לחידודא

1) וועלכע זאך טוהט מען יום כפור אנדערש ווי אלע ימים טובים און שבתים אויסער תפילות און נישט עסן און אויסטוהן די שיך?
2) וועלכע באוואוסטע תפילה וואס מ'זאגט אגאנץ יאהר זאגט מען יום כפור נאר צוויי מאהל?
3) וואס באגעגנט מען דריי מאהל א טאג און מ'מאכט זיך כמעט נישט וויסענדיג דערפון, און דריי מאהל א יאהר מאכט מען א גאנצע עסק דערפון?
4) איך בין איינציג, מיט נאך פינעף בין איך אינדרויסן מיט זיבן, מיט נאך עלעף וועט מען איבער זאגן וואס מ'האט ביי מיר גענדיגט, נאך פיר זענען אזוי ווי מיר אבער נישט פונקטליך און איינער איז יא פונקטליך אבער אויך נישט ממש אינגאנצן, ווער בין איך?




די ענטפער אויף יום כפור איז
א) אלע טוהען אן א טלית יום כפור ביינאכט נישט נאר דער חזן!
ב) עלינו זאגט מען אגאנץ יאהר דריי מאהל א טאג און יום כפור זאגט מען דאס נאר צוויי מאהל ביינאכט ביי מעריב און אינמיטן שמונה עשרה ביי מוסף !
ג) עלינו באגעגנט מען דריי מאהל א טאג און מ'מאכט זיך כמעט נישט וויסנדיג דערפון מ'פליהט דאס אפ און דריי מאהל א יאהר צוויי טעג ראש השנה און יום כפור זאגט מען דאס אינמיטן שמונה עשרה און דער חזן בוקט זיך מ'מאכט פון דעם אגאנצן עסק !
ד) איינציג מיינט יום כפור איז דא נאר איין טאג נאך פינעף בין איך אידרויסן מיט נאך זיבן ד.מ. סוכות איז אין פינעף טעג ארום מיט די שבעה רועים, מיט נאך עלעף וועט מען איבער זאגן וואס מ'האט ביי מיר גענדיגט דאס איז שיר המעלות ממעמקים ענדיגט מען יום כפור צו זאגן און אין עלעף טעג ארום הושענא רבה זאגט מען דאס נאכאמאהל, נאך פיר זענען ווי מיר אבער נישט פונקטליך דאס איז צום גדלי', עשרה בטבת, תענית אסתר, שבעה עשר בתמוז, פאסט מען אבער נישט פון אנפאנג נאכט, און איינער איז יא פונקטליך אבער אויך נישט ממש אינגאנצן דאס איז תשעה באב ווייל מ'פאסט טאקע פון ביינאכט אבער וועגן טרויער און יום כפור איז א יום טוב !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:58 לינק ישיר 


מעשה פון יונה הנביא



דעם באשעפערס שליח קיין נינוה אין מיטן ים
דער חשובסטע'ר פון די תלמידים פון אלישע הנביא, איז געווען יונה, עם האט אלישע געשיקט ער זאל זאל זאלבן יהוא אלץ קעניג פון די יודן, יהוא בן חנני איז געווען דער איינציגער מלך צווישן די קעניגן פון די יודן וואס האט נישט געזינדיגט און נישט געמאכט זינדיגן, ווען יונה האט אים געזאלבט אלץ מלך, האט אים אלישע געזאגט,"אזוי זאלסטו זאגן צו די יודן, דער באשעפער האט מיך געשיקט אז עטץ זאלטץ תשובה טון, לאזט אפ ענקערע האלצערנע און שטיינערדיגע אפגעטער און דינט נאר דעם באשעפער אליין , און אויב עטץ וועט זיך נישט צוהערן און עטץ וועטץ נישט תשובה טון דעמאלט וועט חלילה שלעכט און ביטער זיין ענקער גורל, די הייליגע שטאט ירושלים וועט חרוב ווערן און עטץ וועטץ גיין אין גלות!"
די יודן האבן זיך צוגעהערט צו די נבואה פון יונה'ן אן האבן תשובה געטון, דער באשעפער האט דאס געזעהן און האט זיי נישט געשטראפט, ס'איז אריבער א צייט און די אידן וואס האבן געלעבט מיט שלו' אין רואיגקייט אין זייער לאנד, זענען געקומען צו יונה'ן און אים געזאגט אז "די ביזט א פאלשער נביא, דו האסט דאך געזאגט אז ירושלים וועט חרוב ווערן און מיר וועלן פארטריבן ווערן פון אונזער לאנד, און דערווייל פעלט אונז גארנישט, דער באשעפער האט נישט גערעדט צו דיר, דו האסט אליין אויסגעטראכט די אלע ווערטער פון דיין הארץ!" אזוי האבן זיי עם פארגעווארפן און די ווערטער האבן זייער אויפגערעגט און באליידיגט דעם נביא,
א קארצע צייט נאכדעם האט דער באשעפער ווידער גערעדט צו יונה הנביא "שטיי אויף און גיי צו די גרויסע שטאט נינוה וואס איז און אשור, און זאג צו אירע מענטשן, אויב עטץ וועט נישט אפלאזן ענקער שלעכטע וועג, אויב עטץ וועט נישט אויפהערן צו גנב'ענען און צו גזל'ען וועט דער באשעפער ענק פארניכטן ח"ו,
ווען יונה האט געהערט די ווערטער פונעם באשעפער, האט ער געטראכט ביי זיך אין הארץ, " איך ווייס אז די מענטשן פון נינוה וועלן תשובה טון און דער באשעפער וועט פאר זיי נישט טון קיין שלעכטס און דעמאלטס וועלן זיי קומען צו מיר און וועלן זאגן אז איך בין א פאלשער נביא ווייל מיינע ווערטער זענען נישט מקוים געווארן, איז דען מיר נישט גענוג אז די אידן רופן מיך א פאלשער נביא? איך וועל נישט גיין קיין נינוה זאגן די נבואה, איך וויל נישט אז די פעלקער זאלן מיך פארשעמען, איך וועל אנטלויפן אין א פרעמד לאנד, אין טמא'דיגע לאנד, אין דארט וועט דער באשעפער זיכער נישט רעדן צו מיר, און ער וועט מיר נישט הייסן נבואה זאגן פאר די שטאט נינוה,
אן רשות פון באשעפער איז יונה געגאנגען קיין יפו די פארט שטאט און האט געפרעגט ווען עס פארט אפ א שיף צו די שטאט "תרשיש" "צוריק מיט צוויי טעג איז די שיף אפגעפארן , און ערשט נאך א לאנגע צייט וועט זי צוריקקומען", האבן די ארבייטער פונעם פארט געענטפערט פאר יונה'ן,
שטייענדיג אזוי און קלערענדיג וואס צו טון האט מען דערזעהן אז די שיף קומט צוריק צום ברעג, דער באשעפער האט געוואלט אויספראבירן יונה'ן צו ער וועט טאקע אנטלויפן, איבערדעם האט ער ארומגעשליידערט די שיף און די מאטראזן האבן געמוזט צוריקברענגען די שיף, ווען יונה האט דאס געזען האט געטראכט ביי זיך אז דאס איז זיכער א צייכן פון הימל אז דער באשעפער איז מסכים אז איך זאל גיין קיין תרשיש, ער האט תיכף ארויסגענומען געלט און ער גוט באצאלט פאר דעם שיפסקאפיטאן כדי ער זאל זיך נישט אויפהאלטן און גלייך ארויס אויפ וועג,
א טאג נאכן אפפארן האבן די כוואליעס פון ים ארום די שיף אנגעהויבן זייער שטארק צו ווארפן און שליידערן די שיף א שטורעם ווינט האט געבלאזן און די שיף איז כמעט צובראכן געווארן ,
די פאסאזשירן פון די שיף זענען זייער פארוואונדערט געווארן ווען זיי האבן געזעהן אז די אנדערע שיפן ארום און ארום שווימען זיך זייער רואיג און פארן זיך געמיטלעך, ווי עס וואלט גארנישט פאסירט, האבן זיי געטראכט ביי זיך אז עפעס איז נישט אין ארדענונג ביי זיי, האבן זיי אנגעהויבן צו בעטן צו זייערע אפגעטער, און זיי האבן אפגעמאכט ציווישן זיך" אז דער גאט וואס וועט זיי מציל זיין פון דערטראנקען ווערן דער וועט זיין אונזער גאט, און נאר אים וועלן מיר דינען",
מיט שרעק און מיט האפענונג האבן אלע אנגעהויבן צו בעטען פון זייערע געטשקעס, שעה'ן זענען אריבער און דער ים האט זיך נישט בארואיגט, די שטורעמס זענען אלץ שטערקער געווארן, און דער שרעק פון דעם טויט איז אלץ גרעסער געווארן,
פלוצלינג האט זיך דער שיפסקאפיטאן דערמאנט אז ער זעט נישט דעם מענטש וואס ארויפגעקומען אויף די שיף אין די שטאט "יפו" און ער האט אים אנגעהויבן צו זיכן ביז ער האט אין דעם קעלער פון די שיף דערזעהן יונה'ן שלאפנדיג און ער האט גארנישט געוויסט וואס עס האט פאסירט אויפן ים,
דער שיפסקאפיטאן האט אים אויפגעוועקט און האט געשריגן צו עם וואס שלאפסטו די ווייסט נישט אין וואס א סכנה די שיף געפינט זיך, די פילסט גאר נישט ווי די שיף ווארפט זיך ארויפ און אראפ, שטיי אויף און בעט און דאווען צו דיין גאט,
האט יונה געזאגט פאר עם אז ער איז א איד און ער דינט דעם באשעפער פון די אידן און פאר אים האט ער מורא, האט זיך דער שיפסקאפיטאן זייער געפרייט, און ער האט עם געזאגט, איך האב שוין אסאך געהערט פון דעם באשעפער פון די אידן און פון זיין גרויסקייט, בעט פון עם ער זאל טון נסים, אזוי ווי ער האט געטון צו דיין פאלק אויפן ים סוף,
יונה הנביא האט געוואוסט אז דער גאנצער שטארעם איז נאר וועגן אים, און אז ער האט דאס גורם געווען, ווייל ער וויל אנטלויפן פון די שליחות וואס דער באשעפער האט עם געשיקט, האט ער געזאגט פאר דעם שיפסקאפיטאן, איך ווייס אז דער גאנצער שטארעם איז געקומען נאר צוליב מיר, איז אויב די ווילסט ראטעווען די שיף מיט אירע מענטשן, ווארף מיך אריין אין ים וועט זיך דער שטארעם אויפהערן,
דער שיפסקאפיטאן מיט די מענטשן וואס האבן זיך געפינען אויף די שיף זענען געווען זייער גוטע מענטשן, האבן זיי נישט געוואלט אריינווארפן יונה'ן אין ים, און האבן נישט געוואלט גלייבן וואס יונה זאגט צו זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, האבן זיי געווארפן גורל, אויף אלע מענטשן פון די שיף, און דער גורל איז אויסגעפאלן אויף יונה'ן, דעמאלטס האבן זיי געגלייבט אז ער זאגט אמת, דאך האבן זיי רחמנות געהאט אויף יונה'ן און זיי האבן עם נישט געוואלט אריין ווארפן און ים, זיי האבן אריינגעוואפן אלע זייערע זאכן אין ים , כדי די שיף זאל גרינגער ווערן און זיי האבן פראבירט צו צי שווימען צום ברעג פון דעם ים אבער עס איז נישט געגאנגען, האבן זיי נישט געהאט קיין אנדערן אויסוועג און זיי האבן אויפגעהויבן יונה'ן און זיי האבן צוביסלעך אריינגעליינגט אין וואסער אריין, אזוי ווי זיינע פיס האבן נאר אנגערירט דאס וואסער, האט זיך דער שטארעם פונעם ים אפגעשטעלט, האבן זיי אים צוריק אריינגענומען אין די שיף, האט דער ים זיך נאך אמאל אנגעהויבן צו שטארעמען, האבן זיי אים נאכאמאל אריינגעלייגט אין וואסער, האט זיך דער ים ווידער בארואיגט, האבן זיי עם נאכאמאל צוריק געברענגט אין די שיף, האט דער ים ווידער געשטארעמט,
צום דריטן מאל, האבן זיי עם אריינגעלאזט אין וואסער ביז צום האלז, האט דער ים ווידער אויפגעהערט צו שטארעמען, האבן זיי שוין געוואוסט זיכער אז דער גאנצער שטארעם איז נאר צוליב אים, אנהאלטענדיג יונה'ן אין וואסער,האבן זיי געבעטן דעם באשעפער און געזאגט, באשעפער פון די וועלט, מיר ווילן נישט טויטן דעם מענטש, מיר קענען אים נישט און מיר ווייסן נישט וואס עס זענען זיינע זינד, און פארוואס עס איז אויף אים נגזר געווארן אז ער זאל שטארבן, ער אליין פאדערט פון אונז אז מיר זאלן אים אריין ווארפן אין ים, וועגן דעם ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע עצה,ניצל צו ווערן טוען מיר זיין ווילן און מיר ווארפן עם אריין אין וואסער מיט א שווער הארץ, אין זיי האבן אים אויסגעלאזט, און אזוי ווי ער איז אריינגעפאלן אין וואסער איז דער ים שטיל געווארן אין די שיף איז געפארן ווייטער ראויגערהייט.

יונה אין די געדערעם פון די פיש
אזוי ווי יונה איז אריין געפאלן אין דעם ים האט דער באשעפער אגעגערייט א גרויסן פיש און דער פיש האט אים אריינגענומען אין זיך, דער פיש איז געווען זייער גרויס אין יונה האט אין דעם פיש געקענט געהעריג ארום שפאצירן, אזוי ווי אין א גרויסע זאל, א דיימאנט שטיין האט געהאנגען אינעווייניג אין די פיש, און פון דעם שטיין האט ארויס געשיינט א שטארקע ליכטיגקייט, אזוי ווי די זון אין מיטן טאג, די צוויי אויגן פון די פיש איז געווען פאר יונה'ן אזוי ווי צוויי ליכטיגע פענסטער, און דורך זיי האט דער נביא געקענט זען אלעס וואס עס קומט פאר און די טיפענישן פונעם ים,
גלייך נאך דעם וואס דער פיש האט איינגעשלינגען יונה'ן האט דער פיש געזאגט צו אים, "וויסן זאלסטו אז דער לויתן איז דער קעניג פון אלע פיש, יעדן טאג מוז איין גרויסע פיש צושטעלן זיך צו עם און ער עסט אים אויף, היינט איז געקומען מיין רייע און איך שווים יעצט צו עם, כדי ער זאל מיך אויפעסן, האט יונה עם געזאגט "האב נישט קיין מורא און זארג נישט, נעם מיך צום לויתן און איך וועל דיך מציל זיין".
ווען דער פיש איז שוין געשטאנען פארן לויתן, האט יונה געזאגט צו אים, "וויסן זאלסטו אז דורך דיר בין איך אראפ אין די טיפענישן פונעם ים, ווייל איך האב געוואלט זעהן דעם פלאץ וואו די וואוינסט", האט דער לויתן געפרעגט מיט וואונדער יונה'ן פארוואס האסטו דאס געטון?" , האט אים יונה געענטפערט, " איך האב געוואלט זעהן דעם פיש וואס איז גרייט פאר די צדיקים ווען משיח וועט קומען, דעמאלט וועל איך דיך שלעפן מיט א שטריק צו די טריקעניש, דיך צו שחט'ן פאר די גרויסע סעודה וואס דער אייבירשטער וועט מאכן פאר די צדיקים", אזוי ווי דער לויתן האט דאס געהערט האט ער זיך זייער דערשראקן, און ער איז אנטלאפן און דער פיש וואס יונה איז אין אים געווען , איז ניצל געווארן,
ווען די סכנה איז אריבער, האט יונה געזאגט צום פיש " איך האב דיך געראטעוועט דיין לעבן דארפסטו מיר באצאלן דערפאר, איבערדעם פארלאנג איך פון דיר די זאלסט מיר ווייזן אלעס וואס עס איז פארהאנען אין ים, אלע אוצרות און אלע וואונדערליכע זאכן פון די טיפענישן פון ים", זייער גערען האט דער פיש גענומען ארום פירן יונה הנביא אים די טיפענישן פונעם ים, און ער האט עם אלעס געוויזן,
אינעם וואסער האט יונה געזען טיפע גרובער, האט אים דער פיש געזאגט, פון דא טרינקט דער לויתן ווען ער איז דארשטיג, פלוצלינג האט יונה געפיליט אז עס בלאזט זייער א הייסער ווינט, האט עם דער פיש געזאגט "דאס מאכט אויך דער לויתן מיט זיין אטעם זייט ער א דורך דאס ים וואסעם",
אין די טיפענישן פון דעם ים האט יונה געזען דעם גיהינום, פון דארט האט דער פיש עם געפירט צום היכל ה' און האט עם געוויזן די פראכט פונעם באשעפער,אונטער'ן היכל ה' האט ער געזעהען דעם אבן השתיה אן ארום דעם שטייען מענטשן און בעטן זיך ביים באשעפער, האט יונה געפרעגט דעם פיש, ווער זענען די מענטשן?, האט דער פיש געענטפערט, "דאס זענען די בני קרח וואס די ערד האט זיי איינגעשלינגען און פון דעמאלטס שטייען זיי און בעטן רחמים אויף זייער טאטען",
דער פיש האט ווייטער געפירט יונה'ן ביז צום ים סוף און ער האט עם געוויזן דאס פלאץ וואו די אידן זענען אריבערגעגאנגען אין טריקעניש ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, דריי טעג און דריי נעכט איז דער פיש ארומגעשווימען מיט יונה'ן, אין די גאנצע צייט האט יונה הנאה געהאט פון אלעם וואס ער האט געזען, ביז ער האט פארגעסן וואו ער געפינט זיך און האט נישט מתפלל געווען צו השי"ת אז ער זאל אים ארויסנעמען פון דעם פיש. דער אייבירשטער האט געווארט אויף די תפילה פון דעם נביא, און ווייל ער האט נישט אזוי געטון איז דער אייבירשטער אויף אים ברוגז געווען, און ער האט אים אזוי געזאגט, "איך האב עם אריינגעברענגט אין א גרויסן פיש, אין א באקוועם פלאץ האב איך אים אריינגעברענגט כדי ער זאל נישט ליידן קיין צער, און ער האט פאר מיר נישט מתפלל געווען אפילו נישט איין מאל, וועגן דעם וועל איך עם אריינטון אין א פיש וואס איז פיל מיט קליינע פישעלעך, דארט וועט עם שוין נישט זיין באקוועם, עס וועט עם זיין ענג, און ווען עס וועט עם זיין שלעכט וועט ער מיך געדענקען און ער וועט צו מתפלל זיין צו מיר",
באלד איז אקעגענגעקומען א אנדערע גרויסע פיש, און האט געזאגט פאר די פיש וואס יונה איז אין איר געווען, "איך בין געשיקט געווארן אויפן באפעל פונעם הייליגן באשעפער איינצושלינגען אין מיר דעם נביא, וואס געפינט זיך אין דיר, שפיי אים אויס און איך וועל מיר גיין מיין וועג, אין אויב די פאלגסט מיך נישט, וועל איך איינשלינגן דיך צוזאמען מיט דעם נביא וואס איז אין דיר",
האט דער פיש פון יונה'ן געזאגט פאר דעם אנדערען פיש, ווער זאגט אז די זאגט אמת, אז דער באשעפער האט דיך געשיקט, האט דער פיש געענטפערט, "דער לויתן דער קעניג פון די פיש וועט עדות זאגן אויף דעם,אז איך זאג אמת, און זיי זענען ביידע געשווימען צום לויתן, האט דער לויתן געזאגט, "אויך איך האב געהערט אז דער באשעפער פון די וועלט האט איר באפוילן איינצושלינגען דעם נביא,לאז איר מקיים זיין דעם באפעל פון באשעפער", אזוי ווי די פיש האט דאס געהערט האט זי תיכף געפאלגט און האט אויסגעשפיגען יונה'ן, און די אנדערע פיש האט געעפענט איר מויל, און האט איינגעשלינגען יונה'ן ,
אינעווייניג אין די נייע פיש איז דאס פלאץ פאר יונה'ן זייער ענג געווען, די טויזענטער פישלעך וואס זענען דארט געווען האבן אים זייער ענג געמאכט דאס פלאץ, ער האט זיך נישט געקענט רירן, אזוי ער געווען אין א צרה, האט ער אנגעהויבן מתפלל צו זיין צום אייבירשטן,"העלף מיר און נעם מיך ארויס פון דעם פלאץ, יעצט ווייס איך שוין אז ס'איז אוממעגליך זיך צו באהאלטן פון דיר און עס איז אוממעגליך צו אנטלופן פון דיר, ווייל די גאנצע וועלט איז פיל פון דיין כבוד", דער באשעפער האט צו געהערט צו יונה'ס תפילה, אבער ער האט אים נישט ארויס גענומען פון דעם פיש, ביז יונה האט צוגעזאט אז ער וועט גיין און טון וואס דער אייבירשטער האט עם געהייסן,און ער וועט גיין דארט ווי דער באשעפער האט אים געשיקט, ערשט נאכדעם האט דער באשעפער באפוילן פאר די פיש אז זי זאל אים אויסשפייען, ווייט פון די טריקעניש האט אים די פיש אויסגעשפיגן, אויף דעם פלאץ ווי וואו עס האבן זיך געפונען די מענטשן מיט די שיף וואס פון איר האט מען אים אריינגעווארפן אין ים אריין,
זעענדיג פלוצלינג יונה'ן פאר זייערע אויגן, האבן זיי זיך זייער דערשראקן פון אים, זיינע קליידער און האר פון קאפ זענען געווען פארברענט, פון די גרויסע היץ וואס עס איז געווען אינעווייניג אין די פיש וואו ער איז געווען, זיי האבן נישט געגעלייבט אז ער איז געבליבן לעבן, נאכדעם וואס זיי האבן אים ארייגעווארפן אין וואסער.
נאכדעם וואו ער האט פאר זיי דערציילט זיינע וואונדעליכע פאסירונגען וואס ער האט מיטגעמאכט, האבן זיי אלע ארייגעווארפן זייערע אפגעטער אין ים אריין און זיי האבן געזאגט,"מיר דארפן שוין מער נישט אנקומען צו זיי, יעצט האבן מיר געזען ווער עס איז דער גרויסער באשעפער, מיר האבן געזען דאס גרויסקייט פון דעם באשעפער פון די אידן,און מיר זעען שוין דאס אומווערדיגקייט פון אלע אפגעטער, און ווי הילפלאז זיי זענען",אלע מענטשן פון די שיף זענען ארויף קיין ירושלים, און זיי האבן זיך מגייר געווען און זיי זענען געווארן אידן.

די מענטשן פון נינוה טוען תשובה
נאכדעם ווי יונה איז ניצל געווארן, איז ער געגאנגען קיין נינוה אזוי ווי ער האט צוגעזאגט פאר'ן אייבירשטן, און ער האט פאר זיי איבערגעגעבן די נבואה פון דעם באשעפער.
נינוה איז געווען זייער א גרויסע שטאט, עס האבן דארט געוואוינט פינף הונדערט טויזענט מענטשן, אין דעם גרויסן מארק האט זיך יונה אוועק געשטעלט, און האט אויסגערופן מיט א הויעך קול, "נאך פערציג טעג וועט די שטאט נינוה, ווערן איבערגעדרייט,אויב איר וועט נישט תשובה טון, און אויב איר וועט נישט און אויפהערן צו טון שלעכטס", די ווערטער פון דעם נביא זענען געהערט געווארן אין אלע עקן פון די שטאט, ווען דער קעניג פון די שטאט האט געהערט וואס דער נביא זאגט, איז ער זייער דערשראקן געווארן, און ער האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין קעניגליכע שטיהל, און ער האט אראפגענומען זיין קרוין פון זיין קאפ, און האט אויסגעטון זיינע קעניגליכע קליידער, און ער האט געלאזט אויסרופען אין דעם גאנצן לאנד,"הערט זיך צו צי מיינע רייד, אלע מענטשן פון מיין לאנד,פון היינט אן זאלט איר נישט עסן און נישט טרינקען דריי טעג און דריי נעכט, ביז דער באשעפער וועט רחמנות האבן אויף אונז און ער וועט מבטל זיין די שלעכטע גזירה",
די מענטשן פון נינוה האבן געגלייבט וואס יונה הנביא האט געזאגט, און זיי האבן אנגעטון זעק און געקלאגט און געוויינט און געפאסט און זיי האבן אמת'דיג תשובה געטון, יעדער האט צוריק געגעבן וואס ער האט ג'עגנב'ט, און ג'עגזל'ט, זיי האבן צווארפן זייערע הייזער און צוריק געגעבן אפילו די העלצער וואס זיי האבן שוין אריינגעבויט אין זייערע הייזער.
דער באשעפער האט געזען זייערע מעשים טובים, ווי שטארק זיי האבן תשובה געטון האט ער רחמנות באקומען אויף זיי און ער האט מבטל געווען די שלעכטע גזירה פון זיי.

קקיון דיונה
ווען יונה הנביא האט געזען אז דער באשעפער האט זיך מרחם געווען אויף די שטאט נינוה, און ער האט מקבל געווען זייער תשובה, האט ער זיך אראפגעווארפן אויף די ערד און ער האט געזאגט, "רבונו של עולם איך ווייס אז איך האב געזינדיגט פאר דיר ווען איך בין פון דיר אנטלאפן צום ים , בעט איך דיך אז די זאלסט מיר מוחל זיין ,האט אים דער באשעפער געענטפערט, איך האב דיר שוין מוחל געווען, און ווען מען האט דיך אריינגעווארפן אין ים אריין האב איך געשיקט א פיש זאל דיך אריין נעמען אין איר,די זאלסט נישט דערטראנקען ווערן, און ווען עס איז דיר געווארן ענג אינעווייניג אין די פיש האב איך דיך פון איר ארויסגענומען פון איר.
ווען יונה הנביא איז ארויס פון די שטאט נינוה,איז געווען זייער א שטארקע היץ און די זין האט זייער געברענט אויף יונה'ס קאפ, און ער דערפון זייער שוואך געווארן, און ער האט אראפגעזעצט אפרוען, און ער איז איינגעשלאפן, און עס האבן אנגעהויבן צוקריכן אויף עם פארשידענע קריכערס און מארישקעס, און האבן אים שרעקליך געביסן, דער באשעפער האט דאס צוגעזען, האט געמאכט אז עס זאל ארויסוואקסן העכער דעם פלאץ ווי יונה הנביא איז געשלאפן א בוים וואס הייסט "קקיון", עס האט זייער ברייטע בלעטער,און דאס האט עם באשיצט פון די ברענעדיגע זין, און אויך זענען די אלע קריכעדיגע פארשווינדן געווארן.
ווען יונה האט זיך אויפגעוועקט פון שלאף און ער האט געזען דעם בוים וואס באשיצט אים, האט ער זיך זייער געפרייט,און ער האט געדאנקט דעם באשעפער דערפאר, אבער עס איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט, און דער באשעפער האט געשיקט א קליין ווערעמל-אין עס האט אויפגעגעסן דאס ווארצל פון בוים און דער בוים איז פארטרינקעט געווארן, און די זין האט נאכאמאל אנגעהויבן צו ברענען אויף יונה'ס קאפ, און אלע קריכעדיגע זענען צוריק געקומען, און האבן אים ווייטער געפייניגט אזוי שטארק אז יונה האט דאס שוין נישט געקענט אויסהאלטן,און ער האט געבעטן דעם באשעפער אז ער זאל עם שוין אוועקנעמען פון די וועלט,ווען דער באשעפער האט געהערט זיין געוויין, האט ער אים געפרעגט, פארוואס וויינסטו?, האט ער געענטפערט, ווייל עס טוט מיר וויי אויף דעם בוים וואס איז פארטריקענט געווארן, האט עם דער באשעפער געזאגט, "די וויינסט און עס טוט דיר וויי און די האסט רחמנות אויף א בוים וואס דו האסט נישט אנגעפלאנצט, נאר עס איז איבערנאכט ארויס געשפראצט, און איך זאל נישט רחמנות האבן אויף די גרויסע שטאט נינוה און אויף אירע איינוואוינער וועלעכע איך האב באשאפן",
ווען יונה הנביא האט געהערט די ווערטער פון השי"ת, האט ער איינגעזען אז רבש"ע איז גערעכט ,און ער האט חרטה געהאט אויף דעם וואס ער האט געטון, און ער האט זיך אנגערופן, "רבש"ע איך בעט דיך פיר ווייטער דיין וועלט מיט רחמים".

דער סוף פון די מענטשן פון נינוה
פערציג יאר זענען די מענטשן פון נינוה געגאנגען אין דעם גוטן וועג, נאכדעם זענען זיי צוריק געגאנגען צו זייערע שלעכטע מעשים וואס זיי האבן געטון בעפאר, און זיי האבן אינגאנצן פארגעסן די שטראפ-רייד וואס יונה הנביא האט פאר זיי געזאגט, ווען דער באשעפער האט דאס געזען האט ער געזאגט פאר יונה'ן, גיי קער איבער די שטאט נינוה אויף אלע אירע איינוואוינער, און יונה האט תיכף געפאלגט השי"ת, און ער האט איבערגעקערט די שטאט נינוה .










.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2004 01:56 לינק ישיר 

עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר


עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר פִירְט זִיךְ אוֹיפְצוּשְׂטֵיין גַאנְץ פְרִי פַארְטָאגְס אוּן שְׂלָאגְן כַּפָּרוֹת
אַ גַאנְצֶע וָואךְ פוּן עַשֶׁרֶת יְמֵי תְּשׂוּבָה קֶען מֶען אוֹיךְ כַּפָּרוֹת שְׂלָאגְן
עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר גֶעט מֶען אַ סַאךְ צְדָקָה
עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר אִיז זֵיֶיער אַ גְרוֹיסֶע מִצְוָה צוּ עֶסְן אוּן עֶס וֶוערְט גֶערֶעכֶנְט אֲזוֹי וִוי מֶען וָואלְט גֶעפַאסְט.
אוֹיפְ'ן טִישׂ פִירְט מֶען זִיךְ אַרוֹיפְצוּלֵייגְן וֵוייסֶע טִישְׂטִיכֶער אֲזֹוי וִוי יֶעדְן שַׂבָּת.
מֶען עֶסְט צְוֵויי סְעוּדוֹת אִין דֶעם טָאג, אֵיין סְעוּדָה עֶסְט מֶען פְרִי פַאר מִנְחָה, אוּן דִי צְוֵוייטֶע סְעוּדָה עֶסְט מֶען נָאךְ מִנְחָה, דִי צְוֵוייטֶע סְעוּדָה וָוערְט אָנְגֶערוּפְן "סְעוּדָה הַמַפְסֶקֶת", דָאס מֵיינְט דִי לֶעצְטֶע סְעוּדָה מִיט וָואס מֶען הֶערְט אוֹיף צוּ עֶסְן.
אוֹיךְ פִירְט מֶען זִיךְ צוּ עֶסְן רִינְדִיגֶע חַלוֹת אוּן מֶען הֵייבְּט אָן אַ גַאנְצֶע חַלָה לְכָּבוֹד דֶעם טָאג וָואס וֶוערְט גֶערֶעכֶנְט אַלְס יוֹם טוֹב,
אוֹיךְ פִירְט מֶען זִיך אֵיינְצוּטִינְקֶען דִי מוֹצִיא אִין הָאנִיג
בֵּיי דִי עֶרְשְׂטֶע סְעוּדָה אִיז אַ מִצְוָה צוּ עֶסְן פִישׂ אוּן פְלֵיישׂ
בֵּיי דִי צְוֵוייטֶע סְעוּדָה עֶסְט מֶען נִישְׂט קֵיין פִישׂ
מֶען פִירְט זִיךְ צוּ עֶסְן קְרֶעפְּלֶעךְ בֵּיי דִי סְעוּדָה
עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגט אִין דִי סְפָרִים אַז מֶען זָאל אֵיינְלַאדֶענֶען אָרֶעמֶעלֵייט צוּ דִי סְעוּדָה עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר
מֶען פִירְט זִיךְ אָנְצוּטָאן שַׂבָּת'דִיגֶע מַלְבּוּשִׂים בֵּיי דִי בֵּיידֶע סְעוּדוֹת
מֶען פִירְט זִיךְ אוֹיסְצוּלֵייגְן טֶעלֶערְס אוֹיף צְדָקָה צְוֶועקְן אִין בֵּית הַמֶדְרָשׂ פַארְן דַאוֶוענֶען מִנְחָה אוּן מֶען וַוארְפט אִין דֶעם אַרֵיין גֶעלְט פַאר צְדָקָה , דָאס אֶיז זֵייֶער אַ חָשׂוּבֶע זַאךְ אוּן עֶס הֶעלְפְט אַז דִי תְּפִילוֹת זָאלְן אָנְגֶענוּמֶען וֶוערְן.
אוֹיךְ פִירְט מֶען זִיךְ אַז דֶער טַאטֶע בֶּענְטשְׂט דִי קִינְדֶער עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר פַארְנַאכְטְס בֶּעפָאר מֶען גֵייט אִין בֵּית הַמֶדְרָשׂ, עֶר לֵייגְט אַרוֹיף דִי הֶענְט אוֹיף דֶעם קָאפּ פוּן דֶעם קִינְד אוּן עֶר בֶּענְטשְׂט זֵיי אוּן עֶר בֶּעט דֶעם בּאשֶׂעפֶער אַז זֵיי זָאלְן אוֹיסְוַואקְסְן תַּלְמִידֵי חַכָמִים אוּן עֶרְלִיכֶע יוּדְן אוּן מֶען זָאל זֶען פוּן זֵיי אַ סַאךְ נַחַת.
מֶען דַארְף זִיךְ אָפְּשֶׂערְן דִי נֶעגְל, אוּן זִיךְ אָפְּוַואשְׂן לְכָּבוֹד יוֹם טוֹב
מֶען דַארְף אִיבֶּערְצוּבֶּעטְן יֶעדְן וָואס מֶען הָאט וֵויי גֶעטָאן אוּן גֶעטְשֶׂעפֶּעט
וֵוייל אוֹיף אַלֶע עַבֵירוֹת אִיז דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער מוֹחֵל, אוֹיסֶער דָאס וָואס מֶען טוּט קֶעגְן אַ חַבֶר, אִיז דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער נִישְׂט מוֹחֵל נָאר אוֹיבּ מֶען בֶּעט אִיבֶּער דֶעם חַבֶר.
אוּן מֶען דַארְף אוֹיךְ מוֹחֵל זֵיין פַאר יֶעדְן , דֶעמָאלְט אִיז דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער אוֹיךְ מוֹחֵל

פַארְוָואס עֶסְט מֶען פִישׂ עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר ?

דֶער טוֹר בְּרֶענְגְט אַ אִינְטְרֶעסַאנְטֶע מַעֲשֶׁה, אַז אַמָאל הָאט אֵיינֶער פוּן דִי פְּרִיצִים, גֶעוֶועלְטִיגֶערְס פוּן שְׂטָאט בַּאפוֹילְן זֵיין קְנֶעכְט עֶר זָאל גֵיין קוֹיפְן פִישׂ, דֶעמָאלְט אִיז גֶעוֶוען אַ מַאנְגְל אִין פִישׂ, עֶס אִיז נִישְׂט גֶעוֶוען צוּ בַּאקוּמֶען קֵיין פִישׂ, אוּן נָאר אֵיין גְרוֹיסֶער פִישׂ הָאט זִיךְ גֶעפוּנֶען אוֹיפְ'ן מַארְק, דֶערִיבֶּער הָאט מֶען גֶעבֶּעטְן דֶערְפַאר אֵיין גָאלְדֶענֶע רֶענְדְל, דָאס אִיז גֶעוֶוען זֵיֶיער אַסַאךְ גֶעלְט אִין יֶענֶע צֵייט, אוּן דֶער קְנֶעכְט הָאט צוּ גֶעזָאגְט צוּ גֶעבְּן דָאס גָאלְדֶענֶע רֶענְדְל,דָארְט אִיז אוֹיך גֶעוֶוען אַ יוּד וָואס הָאט גֶעאַרְבֶּעט בֵּיי שְׂנֵיידֶערֵיי, עֶר אִיז נִישְׂט גֶעוֶוען קֵיין רֵייכֶער מֶענְטְשׂ אָבֶּער אַזוֹי וִוי עֶר הָאט אוֹיך גֶעוָואלְט קוֹיפְן דֶעם פִישׂ הָאט עֶר אַרוֹיפְגֶעצוֹיגְן דִי פְּרֵייז בִּיז פִינֶעף גִילְדְן, אוּן דֶער שְׂנֵיידֶער הָאט בַּאקוּמֶען דִי פִישׂ.
דֶער קְנֶעכְט פוּן פָּרִיץ אִיז אַהֵיימְגֶעגַאנְגֶען מִיט לֵיידִיגֶע הֶענְט אוּן עֶר הָאט דֶערְצֵיילְט פַאר זֵיין הֶער, דֶעם הֶערְשֶׂער פוּן דִי שְׂטָאט דִי חוּצְפֶּה פוּן אַן אָרֶעם אִידְל וָואס הָאט אִים אוֹיסְגֶעכַאפְּט דֶעם פִישׂ,

דֶער פּרִיץ אִיז גֶעוָוארְן זֵייֶער אוֹיפְגֶערֶעגְט, אוּן עֶר הָאט גֶעלָאזְט רוּפְן דֶעם אִיד אוּן עֶר פְרֶעגְט עֶם, בֵּיי וָואס אַרְבֶּעטְסְטוּ? עֶנְטְפֶערְט עֶר, אִיךְ בִּין אַ פָּשׂוּטֶער שְׂנֵיידֶער,
אוֹיבּ אַזוֹי פַארְוָואס הָאסְטוּ גֶעהַאט דִי חוּצְפֶּה דָאס אוֹיסְצוּכַאפְּן פוּן מֵיין קְנֶעכְט?
עֶנְטְפֶערְט דֶער אִיד, "דֶער הֵיינְטִיגֶער טָאג, עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר, הָאט בֵּיי אוּנז אַ בַּאזוּנְדֶער חַשִׂיבוֹת, דֶער אֵייבִּירְשְׂטֶער הָאט אוּנְז בַּאפוֹילְן צוּ עֶסְן אוּן צוּ טְרִינְקֶען צוּ וֵוייזְן אַז אַז מִיר הָאפְן צוּ אוּנְזֶער בַּאשֶׂעפֶער אוּן מִיר גְלֵייבְּן, אַז דֶער דֶערְבַּארֶעמְדִיגֶער בַּאשֶׂעפֶער, וֶועט אוּנְז זִיכֶער מוֹחֵל זֵיין אוֹיף אוּנְזֶערֶע עַבֵירוֹת, דֶערְפַאר הָאבּ אִיךְ בַּאצָאלְט אַזַא טֵייֶערְן פְּרֵייז פַאר דֶעם פִישׂ, אִיךְ וָואלְט בַּאצָאלְט אַפִילוּ דָאפְּלְט אוֹיבּ מֶען וָואלְט גֶעבֶּעטְן פוּן מִיר.

וֶוען דֶער פָּרִיץ הָאט דָאס גֶעהֶערְט אִיז עֶר זֵייֶער גֶערִירְט גֶעוָוארְן פוּן דֶעם טְרֶעפְלִיכְן עֶנְטְפִער פוּן אַ פָּשׂוּטְ'ן אִיד, וָואס אִיז אֲזוֹי פִיל מִיט בִּטָחוֹן אוּן אֶמוּנָה צוּם בַּאשֶׂעפֶער פוּן דֶער וֶועלְט, אוּן עֶר הָאט גֶעזָאגְט פַאר דֶעם אִיד, זֵייֶער גוּט הָאסְטוּ גֶעטָאן, אוּן עֶר הָאט עֶם אַהֵיימְגֶעשִׂיקְט בְּשָׂלוֹ', פוּן דִי מַעֲשֶׁה זֶעֶען מִיר אַז עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ חַשׂוּבוֹת צוּ עֶסְן פִישׂ אִין דֶעם טָאג פוּן עֶרֶב יוֹם כִּיפּוּר.

דִי מִצְוֹות פוּן יוֹם טוֹב

מֶען דַארְף זִיךְ פֵּיינִיגְן מִיט עֶטְלִיכֶע זַאכְן וָואס דֶער מֶענְטְשׂ וֶוערְט דוֹרְךְ דֶעם צוּבְּרָאכְן דוֹרְךְ דֶעם
מֶען טָאר נִישְׂט עֶסְן אָדֶער טְרִינְקֶען
מֶען טָאר נִישְׂט זִיךְ נִישְׂט וַואשְׂן (דִי הֶענְט מֶעג זִיךְ אָפְּגִיסְן נָאר בִּיז צוּם צְוֵוייטְן בֵּיין פוּן דִי פִינְגֶער)
מֶען טָאר זִיךְ נִישְׂט שְׂמִירְן
מֶען טָאר נִישְׂט אָנְטָאן קֵיין לֶעדֶערְנֶע שִׂיךְ
מֶען טָאר נִישְׂט אַרְבֶּעטְן

דֶער סֵדֶר פוּן דַאוֶוענֶען

אִין דֶעם הֵיילִיגְן טָאג יוֹם כִּיפּוּר דַאוְונְט מֶען פִינֶעף תְּפִילוֹת
מַעֲרִיב שַׂחֲרִית מוּסַף מִנְחָה נְעִילָה
בֵּיינַאכְט דַאוֶוענְט מֶען מַעֲרִיב, אוּן צוּפְרִי דַאוֶוענְט מֶען ,שַׂחֲרִית אוּן נָאךְ דֶעם מוּסַף, אוּן נָאכְדֶעם מִנְחָה, אוּן דֶערְנָאךְ דַאוֶוענְט מֶען נְעִילָה.
בֵּיי דִי אַלֶע שְׂמוֹנָה עֶשְׁרֵה'ס פוּן יוֹם כִּיפּוּר צוּפְרִי זָאגְט מֶען כֶּתֶר
מֶען דַאוֶוענְט זֵייעֶר עֶרְלִיךְ אוּן מֶען בֶּעט דֶעם בַּאשֶׂעפֶער אַז עֶר זָאל מוֹחֵל זֵיין אוֹיף אַלֶע עַבֵירוֹת אוּן עֶר זָאל אוֹיפְשְׂרֵייבְּן אַ גוּט גֶעבֶּענְטשְׂט יָאר פַאר אַלֶע יוּדִישֶׂע קִינְדֶער אוּן אַז מָשִׂיחַ זָאל שׂוֹין קוּמֶען אָמֵן





מחזור לילדים קטנים

כל נדרי

כָּל נִדְרֵי. וֶאֱסָרֵי. וּשְׁבוּעֵי. וַחֲרָמֵי. וְקוֹנָמֵי. וְקִנּוּסֵי. וְכִנּוּיֵי. דְּאִנְדַּרְנָא. וּדְאִשְׁתַּבַּעְנָא. וּדְאַחֲרִימְנָא. וּדְאָסַרְנָא עַל נַפְשָׁתָנָא:מִיּוֹם כִּפּוּרִים זֶה. עַד יוֹם כִּפּוּרִים הַבָּא עָלֵינוּ לְטוֹבָה. בְּכֻלְּהוֹן אִיחֲרַטְנָא בְהוֹן. כֻּלְּהוֹן יְהוֹן שָׁרָן. שְׁבִיקִין. שְׁבִיתִין. בְּטֵלִין וּמְבֻטָּלִין. לָא שְׁרִירִין וְלָא קַיָּמִין:נִדְרָנָא לָא נִדְרֵי. וֶאֱסָרָנָא לָא אֱסָרֵי. וּשְׁבוּעָתָנָא לָא שְׁבוּעוֹת:

וְנִסְלַח לְכָל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל. וְלַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם. כִּי לְכָל הָעָם בִּשְׁגָגָה:

סְלַח נָא לַעֲוֹן הָעָם הַזֶּה כְּגֹדֶל חַסְדֶּךָ וְכַאֲשֶׁר נָשָׂאתָה לָעָם הַזֶּה מִמִּצְרַיִם וְעַד הֵנָּה. וְשָׁם נֶאֱמַר:

וַיֹּאמֶר יְהֹוָה סָלַחְתִּי כִּדְבָרֶךָ:

בָּרוּךְ אַתָּה יְהֹוָה אֱלֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם שֶׁהֶחֱיָנוּ וְקִיְּמָנוּ וְהִגִּיעָנוּ לַזְּמַן הַזֶּה:
מעריב ליל יום כפור
אֵל מֶלֶךְ נֶאֱמָן:
שְׁמַע יִשְׂרָאֵל יְהֹוָה אֱלֹהֵינוּ יְהֹוָה אֶחָד:
בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד:
וְאָהַבְתָּ אֵת יְהֹוָה אֱלֹהֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ:וְהָיוּ הַדְּבָרִים הָאֵלֶּה אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוְּךָ הַיּוֹם עַל לְבָבֶךָ:וְשִׁנַּנְתָּם לְבָנֶיךָ וְדִבַּרְתָּ בָּם בְּשִׁבְתְּךָ בְּבֵיתֶךָ וּבְלֶכְתְּךָ בַדֶּרֶךְ וּבְשָׁכְבְּךָ וּבְקוּמֶךָ:וּקְשַׁרְתָּם לְאוֹת עַל יָדֶךָ וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ:וּכְתַבְתָּם עַל מְזֻזוֹת בֵּיתֶךָ וּבִשְׁעָרֶיךָ:
וְהָיָה אִם שָׁמֹעַ תִּשְׁמְעוּ אֶל מִצְוֹתַי אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּה אֶתְכֶם הַיּוֹם לְאַהֲבָה אֶת יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם וּלְעָבְדוֹ בְּכָל לְבַבְכֶם וּבְכָל נַפְשְׁכֶם:וְנָתַתִּי מְטַר אַרְצְכֶם בְּעִתּוֹ יוֹרֶה וּמַלְקוֹשׁ וְאָסַפְתָּ דְגָנֶךָ וְתִירשְׁךָ וְיִצְהָרֶךָ:וְנָתַתִּי עֵשֶׂב בְּשָׂדְךָ לִבְהֶמְתֶּךָ וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ:הִשָּׁמְרוּ לָכֶם פֶּן יִפְתֶּה לְבַבְכֶם וְסַרְתֶּם וַעֲבַדְתֶּם אֱלֹהִים אֲחֵרִים וְהִשְׁתַּחֲוִיתֶם לָהֶם:וְחָרָה אַף יְהֹוָה בָּכֶם וְעָצַר אֶת הַשָּׁמַיִם וְלֹא יִהְיֶה מָטָר וְהָאֲדָמָה לֹא תִתֵּן אֶת יְבוּלָהּ וַאֲבַדְתֶּם מְהֵרָה מֵעַל הָאָרֶץ הַטֹּבָה אֲשֶׁר יְהֹוָה נֹתֵן לָכֶם:וְשַׂמְתֶּם אֶת דְּבָרַי אֵלֶּה עַל לְבַבְכֶם וְעַל נַפְשְׁכֶם וּקְשַׁרְתֶּם אֹתָם לְאוֹת עַל יֶדְכֶם וְהָיוּ לְטוֹטָפֹת בֵּין עֵינֵיכֶם:וְלִמַּדְתֶּם אֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם לְדַבֵּר בָּם בְּשִׁבְתְּךָ בְּבֵיתֶךָ בְלֶכְתְּךָ בַדֶּרֶךְ וּבְשָׁכְבְּךָ וּבְקוּמֶךָ:וּכְתַבְתָּם עַל מְזוּזוֹת בֵּיתֶךָ וּבִשְׁעָרֶיךָ:
לְמַעַן יִרְבּוּ יְמֵיכֶם וִימֵי בְנֵיכֶם עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר נִשְׁבַּע יְהֹוָה לַאֲבֹלָתֵת לָהֶם כִּימֵי הַשָּׁמַיִם עַל הָאָרֶץ:
וַיֹּאמֶר יְהֹוָה אֶל משֶׁה לֵּאמֹר:דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם וְעָשֹוּ לָהֶם צִיצִת עַל כַּנְפֵי בִגְדֵיהֶם לְדֹרֹתָם וְנָתְנוּ עַל צִיצִת הַכָּנָף פְּתִיל תְּכֵלֶת:וְהָיָה לָכֶם לְצִיצִת וּרְאִיתֶם אֹתוֹ וּזְכַרְתֶּם אֶת כָּל מִצְוֹת יְהֹוָה וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם:לְמַעַן תִּזְכְּרוּ וַעֲשִׂיתֶם אֶת כָּל מִצְוֹתָי וִהְיִיתֶם קְדשִׁים לֵאלֹהֵיכֶם:אֲנִי יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אֶתְכֶם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם לִהְיוֹת לָכֶם לֵאלֹהִים אֲנִי יְהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם. אֱמֶת:

אַל נָא תָשֵׁת עָלֵינוּ חַטָּאת אֲשֶׁר נוֹאַלְנוּ וַאֲשֶׁר חָטָאנוּ:
חָטָאנוּ צוּרֵנוּ סְלַח לָנוּ יוֹצְרֵנוּ

שִׁמְךָ מֵעוֹלָם עוֹבֵר עַל פֶּשַׁע. שַׁוְעָתֵנוּ תַאֲזִין בְּעָמְדֵנוּ לְפָנֶיךָ בִּתְפִלָּה:תַּעֲבֹר עַל פֶּשַׁע לְעַם שָׁבֵי פֶשַׁע. תִּמְחֶה פְשָׁעֵינוּ מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ:

לְדָוִד מִזְמוֹר, לַיהֹוָה הָאָרֶץ וּמְלוֹאָהּ תֵּבֵל וְישְׁבֵי בָהּ:כִּי הוּא עַל יַמִּים יְסָדָהּ, וְעַל נְהָרוֹת יְכוֹנְנֶהָ:מִי יַעֲלֶה בְּהַר יְהֹוָה, וּמִי יָקוּם בִּמְקוֹם קָדְשׁוֹ:נְקִי כַפַּיִם וּבַר לֵבָב, אֲשֶׁר לֹא נָשָׂא לַשָּׁוְא נַפְשִׁי, וְלֹא נִשְׁבַּע לְמִרְמָה:יִשָּׂא בְרָכָה מֵאֵת יְהֹוָה, וּצְדָקָה מֵאֱלֹהֵי יִשְׁעוֹ:זֶה דּוֹר דֹּרְשָׁו, מְבַקְשֵׁי פָנֶיךָ, יַעֲקֹב סֶלָה:שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם, וְהִנָּשְׂאוּ פִּתְחֵי עוֹלָם וְיָבוֹא מֶלֶךְ הַכָּבוֹד:מִי זֶה מֶלֶךְ הַכָּבוֹד, יְהֹוָה עִזּוּז וְגִבּוֹר, יְהֹוָה גִּבּוֹר מִלְחָמָה:שְׂאוּ שְׁעָרִים רָאשֵׁיכֶם וּשְׂאוּ פִּתְחֵי עוֹלָם, וְיָבֹא מֶלֶךְ הַכָּבוֹד:מִי הוּא זֶה מֶלֶךְ הַכָּבוֹד, יְהֹוָה צְבָאוֹת הוּא מֶלֶךְ הַכָּבוֹד סֶלָה
אֲדֹנָי שְׁפָתַי תִּפְתָּח וּפִי יַגִּיד תְּהִלָּתֶךָ:

בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ, אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ, אֱלֹהֵי אַבְרָהָם, אֱלֹהֵי יִצְחָק, וֵאלֹהֵי יַעֲקֹב, הָאֵל הַגָּדוֹל הַגִּבּוֹר וְהַנּוֹרָא, אֵל עֶלְיוֹן, גּוֹמֵל חֲסָדִים טוֹבִים, וְקוֹנֵה הַכֹּל, וְזוֹכֵר חַסְדֵּי אָבוֹת, וּמֵבִיא גוֹאֵל, לִבְנֵי בְנֵיהֶם לְמַעַן שְׂמוֹ, בְּאַהֲבָה:
זָכְרֵנוּ לְחַיִּים, מֶלֶךְ חָפֵץ בַּחַיִּים, וְכָתְבֵנוּ בְּסֵפֶר הַחַיִּים, לְמַעַנְךָ אֱלֹהִים חַיִּים:
מֶלֶךְ עוֹזֵר וּמוֹשִׂיעַ וּמָגֵן:בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מָגֵן אַבְרָהָם:

אַתָּה גִבּוֹר לְעוֹלָם אֲדֹנָי, מְחַיֵּה מֵתִים אַתָּה רַב לְהוֹשִׂיעַ:מוֹרִיד הַטָּל:
מְכַלְכֵּל חַיִּים בְּחֶסֶד, מְחַיֵּה מֵתִים בְּרַחֲמִים רַבִּים, סוֹמֵךְ נוֹפְלִים, וְרוֹפֵא חוֹלִים, וּמַתִּיר אֲסוּרִים, וּמְקַיֵּם אֱמוּנָתוֹ לִישֵׂנֵי עָפָר. מִי כָמוֹךָ בַּעַל גְּבוּרוֹת, וּמִי דּוֹמֶה לָּךְ, מֶלֶךְ מֵמִית וּמְחַיֶּה וּמַצְמִיחַ יְשׂוּעָה: מִי כָמוֹךָ אָב הָרַחֲמִים, זוֹכֵר יְצוּרָיו לְחַיִּים בְּרַחֲמִים:
וְנֶאֱמָן אַתָּה לְהַחֲיוֹת מֵתִים. בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מְחַיֵּה הַמֵּתִים:

אַתָּה קָדוֹשׂ וְשִׂמְךָ קָדוֹשׂ וּקְדוֹשִׂים בְּכָל יוֹם יְהַלְלוּךָ סֶּלָה. כִּי אֵל מֶלֶךְ גָּדוֹל וְקָדוֹשׂ אָתָּה:

לְדוֹר וָדוֹר הַמְלִיכוּ לָאֵל כִּי הוּא לְבַדּוֹ מָרוֹם וְקָדוֹשׂ:
וּבְכֵן יִתְקַדֵּשׂ שִׂמְךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ עַל יִשְׁרָאֵל עַמֶּךָ וְעַל יְרוּשָׂלַיִם עִירֶךָ וְעַל צִיּוֹן מִשְׂכַּן כְּבוֹדֶךָ וְעַל מַלְכוּת בֵּית דָּוִד מְשִׂיחֶךָ וְעַל מְכוֹנָךְ וְהֵיכָלָךְ:

וּבְכֵן תֵּן פַּחְדְּךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ עַל כָּל מַעֲשֶׁיךָ, וְאֵימָתְךָ עַל כָּל מַה שֶׂבָּרָאתָ, וְיִירָאוּךָ כָּל הַמַּעֲשִׁים, וְיִשְׂתַּחֲווּ לְפָנֶיךָ כָּל הַבְּרוּאִים, וְיֵעָשׁוּ כֻלָּם אֲגֻדָּה אֶחָת, לַעֲשׁוֹת רְצוֹנְךָ בְּלֵבָב שָׂלֵם. כְּמוֹ שֶׂיָּדַעְנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ, שֶׂהַשָׂלְטָן לְפָנֶיךָ, עֹז בְּיָדְךָ, וּגְבוּרָה בִּימִינֶךָ, וְשִׂמְךָ נוֹרָא עַל כָּל מַה שֶׂבָּרָאתָ:

וּבְכֵן תֵּן כָּבוֹד יְיָ לְעַמֶּךָ, תְּהִלָּה לִירֵאֶיךָ, וְתִקְוָה טוֹבָה לְדוֹרְשֶׂיךָ, וּפִתְחוֹן פֶּה לַמְיַחֲלִים לָךְ, שִׁמְחָה לְאַרְצֶךָ, וְשָׁשׁוֹן לְעִירֶךָ, וּצְמִיחַת קֶרֶן לְדָוִד עַבְדֶּךָ, וַעֲרִיכַת נֵר לְבֶן יִשַׂי מְשִׂיחֶךָ, בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ:

וּבְכֵן צַדִּיקִים יִרְאוּ וְיִשְׁמָחוּ, וִישָׂרִים יַעֲלֹזוּ. וַחֲסִידִים בְּרִנָּה יָגִילוּ. וְעוֹלָתָה תִּקְפָּץ פִּיהָ, וְכָל הָרִשְׂעָה כֻּלָּהּ כֶּעָשָׂן תִּכְלֶה. כִּי תַעֲבִיר מֶמְשֶׂלֶת זָדוֹן מִן הָאָרֶץ:

וְתִמְלוֹךְ אַתָּה הוּא יְיָ אֱלֹהֵינוּ מְהֵרָה לְבַדֶּךָ, עַל כָּל מַעֲשֶׁיךָ, בְּהַר צִיּוֹן מִשְׂכַּן כְּבוֹדֶךָ, וּבִירוּשָׂלַיִם עִיר קָדְשֶׂךָ, כַּכָּתוּב בְּדִבְרֵי קָדְשֶׂךָ, יִמְלוֹךְ יְיָ לְעוֹלָם אֱלֹהַיִךְ צִיּוֹן לְדֹר וָדֹר הַלְלוּיָהּ:
קָדוֹשׂ אַתָּה וְנוֹרָא שְׂמֶךָ, וְאֵין אֱלוֹהַּ מִבַּלְעָדֶיךָ, כַּכָּתוּב, וַיִּגְבַּהּ יְיָ צְבָאוֹת בַּמִּשְׂפָּט, וְהָאֵל הַקָּדוֹשׂ נִקְדַּשׂ בִּצְדָקָה. בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ, הַמֶּלֶךְ הַקָּדוֹשׂ:
אַתָּה בְחַרְתָּנוּ מִכָּל הָעַמִּים, אָהַבְתָּ אוֹתָנוּ וְרָצִיתָ בָּנוּ, וְרוֹמַמְתָּנוּ מִכָּל הַלְּשׂוֹנוֹת, וְקִדַּשְׂתָּנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ, וְקֵרַבְתָּנוּ מַלְכֵּנוּ לַעֲבוֹדָתֶךָ, וְשִׂמְךָ הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׂ עָלֵינוּ קָרָאתָ:

וַתִּתֶּן לָנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה אֶת יוֹם (לשבת הַשַּׁבָּת הַזֶּה לִקְדֻשָּׁה וְלִמְנוּחָה וְאֶת יוֹם) הַכִּפּוּרִים הַזֶּה לִמְחִילָה וְלִסְלִיחָה וּלְכַפָּרָה וְלִמְחָל בּוֹ אֶת כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ (לשבת בְּאַהֲבָה ) מִקְרָא קֹדֶשׁ זֵכֶר לִיצִיאַת מִצְרָיִם:

אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ יַעֲלֶה וְיָבוֹא וְיַגִּיעַ וְיֵרָאֶה וְיֵרָצֶה וְיִשָׂמַע וְיִפָּקֵד וְיִזָּכֵר זִכְרוֹנֵנוּ וּפִקְּדוֹנֵנוּ וְזִכְרוֹן אֲבוֹתֵינוּ וְזִכְרוֹן מָשִׂיחַ בֶּן דָּוִד עַבְדֶּךָ וְזִכְרוֹן יְרוּשָׂלַיִם עִיר קָדְשֶׂךָ וְזִכְרוֹן כָּל עַמְּךָ בֵּית יִשְׁרָאֵל לְפָנֶיךָ. לִפְלֵיטָה לְטוֹבָה לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׂלוֹם בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים הַזֶּה: זָכְרֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בּוֹ לְטוֹבָה. וּפָקְדֵנוּ בוֹ לִבְרָכָה. וְהוֹשִׂיעֵנוּ בוֹ לְחַיִּים טוֹבִים:וּבִדְבַר יְשׂוּעָה וְרַחֲמִים חוּס וְחָנֵּנוּ. וְרַחֵם עָלֵינוּ וְהוֹשִׂיעֵנוּ. כִּי אֵלֶיךָ עֵינֵינוּ. כִּי אֵל מֶלֶךְ חַנּוּן וְרַחוּם אָתָּה:

אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ מְחֹל לַעֲוֹנוֹתֵינוּ בְּיוֹם (לשבת הַשַּׁבָּת הַזֶּה וּבְיוֹם) הַכִּפּוּרִים הַזֶּה. מְחֵה וְהַעֲבֵר פְּשָׂעֵינוּ וְחַטֹּאתֵינוּ מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ. כָּאָמוּר אָנֹכִי אָנֹכִי הוּא מוֹחֶה פְשָׂעֶיךָ לְמַעֲנִי וְחַטֹּאתֶיךָ לֹא אֶזְכֹּר:וְנֶאֱמַר מָחִיתִי כָעָב פְּשָׂעֶיךָ וְכֶעָנָן חַטֹּאתֶיךָ שׂוּבָה אֵלַי כִּי גְאַלְתִּיךָ:וְנֶאֱמַר כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יְיָ תִּטְהָרוּ:(לשבת אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ רְצֵה נָא בִמְנוּחָתֵנוּ) קַדְּשֵׂנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. שַׁבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ וְשַׁמְּחֵנוּ בִּישׂוּעָתֶךָ. (לשבת וְהַנְחִילֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה וּבְרָצוֹן שַׂבַּת קָדְשֶׂךָ וְיָנוּחוּ בוֹ כָּל יִשְׁרָאֵל מְקַדְּשֵׁי שְׂמֶךָ) וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת. כִּי אַתָּה סָלְחָן לְיִשְׁרָאֵל וּמָחֳלָן לְשִׂבְטֵי יְשֻׂרוּן בְּכָל דּוֹר וָדוֹר וּמִבַּלְעָדֶיךָ אֵין לָנוּ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ (אֶלָּא אָתָּה):
בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ לַעֲוֹנוֹתֵינוּ וְלַעֲוֹנוֹת עַמּוֹ בֵּית יִשְׁרָאֵל וּמַעֲבִיר אַשְׂמוֹתֵינוּ בְּכָל שָׂנָה וְשָׂנָה, מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ מְקַדֵּשׂ (לשבת הַשַּׁבָּת וְ) יִשְׁרָאֵל וְיוֹם הַכִּפּוּרִים:

אֶת לַחֲשִׂי עֲנֵה נָא. זַעֲקִי רְצֵה נָא. הָאֵל קָדוֹשׂ
אָדוֹן לְקוֹל עַמֶּךָ. זְכֹר רַחֲמֶיךָ. נוֹרָא וְקָדוֹשׂ:
עַד יוֹם מוֹתוֹ תְּחַכֶּה לּוֹ לִתְשׁוּבָה. לְהַנְטוֹתוֹ לִתְחִיָּה:
אָנָּא סְלַח נָא. פֶּשַׁע וְעָוֹן שָׂא נָא. וְכֹחֲךָ יִגְדַּל נָא. קָדוֹשׁ:
אָנָּא רַחוּם כַּפֵּר. עֲוֹן צָגִים תְּהִלָּתְךָ לְסַפֵּר. וְיֻחַקּוּ לְחַיִּים טוֹבִים בַּסֵּפֶר. קָדוֹשׁ:
מֶלֶךְ שֹׁכֵן עַד. לְבַדְּךָ מְלֹךְ עֲדֵי עַד. הָאֵל קָדוֹשׁ:
מֶלֶךְ מַאֲזִין שַׁוְעָה. לְעַמּוֹ מֵחִישׁ יְשׁוּעָה. נוֹרָא וְקָדוֹשׁ:


הַיּוֹם יִכָּתֵב בְּסֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת. הַחַיִּים וְהַמָּוֶת. אָנָּא כַּנָּה. עוּרִי נָא. הִתְעוֹרְרִי נָא. עִמְדִי נָא. הִתְיַצְּבִי נָא. קוּמִי נָא. חַלִּי נָא. בְּעַד הַנֶּפֶשׁ חֲנִי נָא. פְּנֵי דַּר עֶלְיוֹן:

יִמְלֹךְ יְיָ לְעוֹלָם אֱלֹהַיִךְ צִיּוֹן לְדֹר וָדֹר הַלְלוּיָהּ:
וְאַתָּה קָדוֹשׁ יוֹשֵׁב תְּהִלּוֹת יִשְׂרָאֵל, אֵל נָא:

*נֵחָשֵׁב כְּצָג בְּאִיתוֹן. דְּחוֹת בְּפִלּוּלִי עֲקַלָּתוֹן. וְנַקְדִּישְׁךָ בְּשַׁבַּת שַׁבָּתוֹן. קָדוֹשׁ:
הַיּוֹם בְּפָתְחֲךָ סְפָרִים חוֹן אֹם שִׁמְךָ מְפָאֲרִים. וְנַקְדִּשְׁךָ בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים. קָדוֹשׁ:
מַשְׂטִין בְּכֶבֶל אֱסֹר. וְתִקְוַת אֲסִירַי בְּשֹר. וְנַקְדִּישְׁךָ בְּצוֹם הֶעָשֹוֹר. קָדוֹשׁ:

וּמִפְּנֵי חֲטָאֵינוּ גָּלִינוּ מֵאַרְצֵנוּ וְנִתְרַחַקְנוּ מֵעַל אַדְמָתֵנוּ וְאֵין אֲנַחְנוּ יְכוֹלִים לַעֲשׂוֹת חוֹבוֹתֵינוּ בְּבֵית בְּחִירָתֶךָ בַּבַּיִת הַגָּדוֹל וְהַקָּדוֹשׁ שֶׁנִּקְרָא שִׁמְךָ עָלָיו מִפְּנֵי הַיָּד שֶׁנִּשְׁתַּלְּחָה בְּמִקְדָּשֶׁךָ:יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ יְיָ אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ מֶלֶךְ רַחֲמָן שֶׁתָּשׁוּב וּתְרַחֵם עָלֵינוּ וְעַל מִקְדָּשְׁךָ בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים. וְתִבְנֵהוּ מְהֵרָה וּתְגַדֵּל כְּבוֹדוֹ:אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ, גַלֵּה כְּבוֹד מַלְכוּתְךָ עָלֵינוּ מְהֵרָה וְהוֹפַע וְהִנָּשֵׂא עָלֵינוּ לְעֵינֵי כָּל חָי וְקָרֵב פְּזוּרֵינוּ מִבֵּין הַגּוֹיִם וּנְפוּצוֹתֵינוּ כַּנֵּס מִיַּרְכְּתֵי אָרֶץ:וַהֲבִיאֵנוּ לְצִיּוֹן עִירְךָ בְּרִנָּה וְלִירוּשָׁלַיִם בֵּית מִקְדָּשְׁךָ בְּשִׂמְחַת עוֹלָם וְשָׁם נַעֲשֶׂה לְפָנֶיךָ אֶת קָרְבְּנוֹת חוֹבוֹתֵינוּ תְּמִידִים כְּסִדְרָם וּמוּסָפִים כְּהִלְכָתָם:
וְאֶת מוּסַף (לשבת וְאֶת מוּסְפֵי יוֹם הַשַּׁבָּת הַזֶּה וְ) יוֹם הַכִּפּוּרִים הַזֶּה נַעֲשֶׂה וְנַקְרִיב לְפָנֶיךָ בְּאַהֲבָה כְּמִצְוַת רְצוֹנֶךָ כְּמוֹ שֶׁכָּתַבְתָּ עָלֵינוּ בְּתוֹרָתֶךָ עַל יְדֵי משֶׁה עַבְדֶּךָ מִפִּי כְבוֹדֶךָ כָּאָמוּר:
לשבת וּבְיוֹם הַשַּׁבָּת שְׁנֵי כְבָשִׂים בְּנֵי שָׁנָה תְּמִימִם, וּשְׁנֵי עֶשְׂרֹנִים סֹלֶת מִנְחָה בְּלוּלָה בַשֶּׁמֶן וְנִסְכּוֹ:עֹלַת שַׁבַּת בְּשַׁבַּתּוֹ עַל עֹלַת הַתָּמִיד וְנִסְכָּהּ:

אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ מְחֹל לַעֲוֹנוֹתֵינוּ בְּיוֹם (לשבת הַשַּׁבָּת הַזֶּה וּבְיוֹם) הַכִּפּוּרִים הַזֶּה. מְחֵה וְהַעֲבֵר פְּשָׁעֵינוּ וְחַטֹּאתֵינוּ מִנֶּגֶד עֵינֶיךָ. כָּאָמוּר אָנֹכִי אָנֹכִי הוּא מוֹחֶה פְשָׁעֶיךָ לְמַעֲנִי וְחַטֹּאתֶיךָ לֹא אֶזְכֹּר:וְנֶאֱמַר מָחִיתִי כָעָב פְּשָׁעֶיךָ וְכֶעָנָן חַטֹּאתֶיךָ שׁוּבָה אֵלַי כִּי גְאַלְתִּיךָ:וְנֶאֱמַר כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם, מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי יְיָ תִּטְהָרוּ:
(לשבת אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ רְצֵה נָא בִמְנוּחָתֵנוּ) קַדְּשֵׁנוּ בְּמִצְוֹתֶיךָ וְתֵן חֶלְקֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. שַׂבְּעֵנוּ מִטּוּבֶךָ וְשַׂמְּחֵנוּ בִּישׁוּעָתֶךָ. (לשבת וְהַנְחִילֵנוּ יְיָ אֱלֹהֵינוּ בְּאַהֲבָה וּבְרָצוֹן שַׁבַּת קָדְשֶׁךָ וְיָנוּחוּ בוֹ כָּל יִשְׂרָאֵל מְקַדְּשֵׁי שְׁמֶךָ) וְטַהֵר לִבֵּנוּ לְעָבְדְּךָ בֶּאֱמֶת. כִּי אַתָּה סָלְחָן לְיִשְׂרָאֵל וּמָחֳלָן לְשִׁבְטֵי יְשֻׁרוּן בְּכָל דּוֹר וָדוֹר וּמִבַּלְעָדֶיךָ אֵין לָנוּ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ (אֶלָּא אָתָּה):
בָּרוּךְ אַתָּה יְיָ מֶלֶךְ מוֹחֵל וְסוֹלֵחַ לַעֲוֹנוֹתֵינוּ וְלַעֲוֹנוֹת עַמּוֹ בֵּית יִשְׂרָאֵל וּמַעֲבִיר אַשְׁמוֹתֵינוּ בְּכָל שָׁנָה וְשָׁנָה, מֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ מְקַדֵּשׁ (לשבת הַשַּׁבָּת וְ) יִשְׂרָאֵל וְיוֹם הַכִּפּוּרִים:










דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > עניני ר' השנה_יוה"ק_סוכות_שמ"ע_שמחת תורה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext