די טאהש רבי שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין ניו יארק, און היינט נאכט קומט פאר א גרויסע דינער אין ניו דזערסי פאר עשירים.
פרטים ווער האט?
נשלח ב-24/8/2004 21:01
אינגערמאן,
איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיט די גמרא.
אבער אבי די לערענסט א שטיקל גמרע
אגוט געבענטשט יאר פאר "גאנץ" כלל ישראל
נשלח ב-24/8/2004 20:25
דער בלאט איז געווען די ערשטער צו מעלדען מיט א פאר וואכן צוריק אז כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט"א גייט זיין אין ניו יארק, אין דער איד האט דאס ערשט געמאלדען די ערשטע מאל די וואך און אויך אן א באשרייבעונג.
ווי איז טאהש רבי געוווען דעם שבת איז ער שוין אהיים געפארן?
נשלח ב-23/8/2004 20:51
ידידי היקר נייטעראל שיחי', שטאטס סתם אנברענגן די צייט מיט טענה'ן, קום לאמיר לערנען א שטיקעלע גמרא.
ואמר רבי אילעא משום ר' אלעזר בר' שמעון
כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע
רבי אבא אומר חובה שנאמר
אל תוכח לץ פן ישנאך הוכח לחכם ויאהבך
(יבמות דף סה/ב)
נו, ס'איז שוין פארענטפערט דיין קשיא?
נשלח ב-23/8/2004 20:30
איך האב נישט געזאגט אז מ' מעג אים באשמוצן, פארקערט איך האב געזאגט אלס מעלה אז ער שיקט דארט זיין טאכטער.
דא אויף הייד פארק האלט מען אין איין באשמוצן 2 רבנים "פובליק פיגורס" ר"א און רז"ל און איך האב קיינמאל דיך נישט געזען מוחה זיין.
פאסט נישט פאר אזא חשובער "אינגערמאן" ווי די
אגוט געבענטשט יאר פאר "גאנץ" כלל ישראל
נשלח ב-23/8/2004 19:59
דאס אז א רב איז א פובליק פיגור און ביי איהם גייט נישט אן קיין ךלשה"ר רכילות הלבנת פנים און פרייוועסי, דאס איז א מפורש'ש פסק הלכה פון די גואישע רכילות זשורנאליסטן
און פאסט נישט פאר א היימישן "נייטעראלן" יונגערמאן אזוי צו זאגן
און נער-בלייבט-נער תמים, ס'אהרט מיך בכלל נישט אז דו באשטעטיגסט מיך פאר אן אהרוני. אבער כ'האב בסך הכל געוואלט זעהן נאך בילדער, ווער ס'ליינט דא ווייסט אז איך האב ליעב צו זעהן בילדער פון אלע היימישע געשעענישן.
אלענספאלס שכוח פאר די טירחא פון ארויפלייגן די איד-בילדער, כ'וועל זיי יעצט קענען סעיווען אין מיין רבי'שע בילדער קאלעקאשן.
נשלח ב-20/8/2004 21:00
שיע
וועלעכע פריוואטע מענטשן?
וועלעכע פאליטיק?
טיפושדיג
נשלח ב-20/8/2004 20:28
נייטראל
פארוואס מישטו אריין פריוואטע מענטשען אין פאליטיק?
עקלדיג.
נשלח ב-20/8/2004 19:48
צו ווייסט איינער פארוואס הגה"צ אבד"ק טאהש שליט"א האט געשיקט היי יאר זיין טאכטער צו מחנה בית רחל קרית יואל?