בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הגה"צ דומ"ץ מאנטריאל צו גאסט אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/8/2004 21:08 לינק ישיר 
הגה"צ דומ"ץ מאנטריאל צו גאסט אין ק"י

הרהגה"צ דומ"ץ מאנטריאל הרב ר' משה מנחם טירנויער שליט"א איז געווען צי גאסט אויף שבת אין קרית יואל, צוליב א שמחה בבית בנו, אין א שבע ברכות בבית משפחתו.

דער חשובער דיין שליט"א האט געדאווענט שחרית פארן עמוד אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל, אין האט באקומען אן עלי' (אחרון), די ראשי הקהלה האט געהאט מכבד געווען דעם דיין שליט"א נאך אינמיטן די וואך פארצולערנען פרק, אבער מחמת גרויס לחץ אין טעראר פין די אזוי גערופענע נועם המדות פארטיי האט ער עס בלית ברירה געמוזט אפזאגען.

גרויס אויפברויז הערשט אין די רייען פין די נועם המדות פארטיי, היתכן אז דער דיין שליט"א איז בכלל געגאנגען דאווענען אין דעם גרויסען (למען הפונקטליכקייט דעם ווייסן) שול אין האט אנגענומען דעם כיבוד פין שחרית, אין האט עולה געווען ווען מען האט אים אויף גערופען.

די זאליס זענען שרעקליך אנטוישט זיי האלטן אז דאס איז א פארראט אין די זאלי קא. אבער עס איז שוין די העכסטע צייט פאר זיי צי איינערקענען אז די גאנצע וועלט שפייט אויף זיי מיט א פולן מויל, קיינער וויל נישט האבן א שייכות מיט אט די הולכי בערכאות ומסרבי לדין קליקע, אינקלאדינג די דיינים וואס זיי האבן זיך איינגערעדט אז זיי האלטן מיט זיי.

היינט זונטאג אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית מילה פונעם אייניקעל פין דיין שליט"א, ווי כ"ק הגאב"ד קרית יואל שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2004 12:36 לינק ישיר 

יוסף 90
דאס מיינט אז אין 5 יאהר ארים קען זיך עס טוישען ער קען צירוק ווערען א אהרוני...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2004 19:33 לינק ישיר 

ווען נישט זאלי וואלט ער געזיצן היינט אין ירושלים אלס חבר הבדי"צ אין די עדה החרדית.

ועכשיו איז ער געבליבן זיצן אין מאנטריאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2004 17:29 לינק ישיר 

ר' משה מנחם שליט"א איז א שטארקער סאטמארער פאטריאט, און ווען ער האלט אויף עפעס אז דאס איז סאטמאר ווערט ער בלינד פארטייאיש לאותו דבר, והיינו טעמא ד'סקול דיסטריקט, והיינו טעמא אז ער איז א זאלי.

פארשטייט זיך אז דאס נעמט גארנישט אוועק פון זיין גדלות און צדקות וואס איז באקאנט פאר יעדען.

קיינער איז נישט מסופק אז ער איז א זאלי, איך וויל נאר וויסן צו ס' וואלט געקענט פאסירן אזא זאך פארקערט, אז למשל ר' משה פר"מ דער מו"צ אין ב"פ זאל באקומען שחרית אין ראדני מיט א עליה, און נאכדעם פארלערנען פרק אין 13 הופער.

אגוט געבענטשט יאר פאר "גאנץ" כלל ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2004 15:10 לינק ישיר 

מ'רעדט פון היינט און נישט פון אמאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2004 12:18 לינק ישיר 

יוסף 90
דער מאן דיך ביי די מעשה מיט די סקול דיסטריקט האט ער זיך גיט אנגענומען פאר ר' אהרן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2004 12:08 לינק ישיר 

ער האלט אז אהרן ט"ב איז א צדיק יסוד עולם רבן של כל בני הגולה.

נאר מרדכי קאהן וחבורותו האבן אים מסית געווען קעגן אהרן ט"ב.


אויך ר' משה מנחם געפונט זיך ליידער אין די בחינה פון "מלך אסיר ברהיטים", אין אהרן קען ליידער נישט צוקומען צו אים.

אין די שקצים האבן אים ליידער פארשלעפט קיין סאסמאן'ס שול.

אוי וויי !

וואס וועט זיין עס איז שוין באלד דא א גאנצע קהלה וואס גייען אריין אין כלל פון די בחינת פון "מלך אסיר ברהיטים".

הבו עצה הלום!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2004 08:25 לינק ישיר 

אדרבא קרן התורה, זיי זשע אונז אויך מגלה וואס ער האלט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2004 02:57 לינק ישיר 

אלס מאנטרעאלער תלמיד פארשטיי איך נישט וויאזוי יונגעלייט דעבאטירן נאך אויף וועלכע זייט דער דיין שליט"א שטייט.

קען זיין אים חלום און כ'לעב אין דמיון. אבער אין מציאות האט ער מיר פריוואט צענדליגער מאל געזאגט וואס ער האלט. כ'פארשטיי נישט וויאזוי ס'איז שייך אויף דעם מפלפל צו זיין מיט נארישע פשעטעלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/8/2004 17:52 לינק ישיר 

פארפאלן געזעגענען די ביסט אן עקספערט אין פארדרייען שמועסן (פארשטייט זיך ווען מען האט נישט וואס צי ענטפערן) , קוק איבער מיין תגובה אין ענטפער מיר קודם אויף מיינע קשיות, אין נאך דעם זאג קאמענטארן.

אין לאמיך צי לייגן נאך א קשיא:
די שרייבסט: "אבער אויסער דעם האט ער נישט געוואלט אננעמען קיין שום כיבוד וואס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די שמחה"

אפשר זאגסטו מיר וואס פאר א שייכות האט דאווענען שחרית פארן עמוד מיט די שמחה, אוודאי , די מנהג איז אז פאר א בעל שמחה געט מען א ברעטעל, אבער ער איז דאך נישט די בעל שמחה אליינס ער איז זיך נאר געקומען משתתף זיין אין א משפחה שמחה, אין צווייטענס לויט דיר וואלט ער געמעגט האבן א ביסעל מסירת נפש אין נישט אנעמען א כיבוד פין די הולכי בערכאות.

אין פארדריי נישט דעם ענין קודם ענטעפר צי דער זאך, אז יעדער זאל קלאר ווערן אין די קאפלעצירטע הלכות ווען מען מעג יא אקצעפטירן כיבודים אין ווען נישט.

מיין תירוץ איז , אזוי ווי איינער האט שוין געשריבן פריער, אז פרק פארלערנען האט מען אים מכבד געווען אין מיטן די וואך האט ער באקומען אפאר טעראריסטישע טעלעפאן קאלס אז השמר והזהר, טאמער וועט ער פארלערנען פרק וועט זיין אחת דתו, אבער די כיבוד פין שחרית האט ער הערשט באקומען שבת צופרי , די טעראריסטן האבן נישט געוויסט דערפון, האט מען אים נישט געקענט טעראזירן, במילא האט ער געקענט אנעמען דעם כיבוד.

איך פארשטיי אז עס שמעקט ענק נישט אבער פארפאלן

אין ענגליש זאגט מען "פעס די פעקט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2004 01:11 לינק ישיר 

הא הא הא

יעדער וואס רעדט נישט לויט ענקער געשמאק ברויזט...

פאקטיש איז דער דיין שליט"א געגאנגען דאווענען אין ווייסן שוהל (און יא... ער האט געדאווענט שחרית און באקומען אן עלי' - גראדע אויך אלעס צו פארדאנקען דאס רבנות אין וומס"ב וד"ל) צוליב א שמחה נישט ווייל ער איז זיך געגאנגען מסתופף זיין בצילו פון חורינער.

אבער אויסער דעם האט ער נישט געוואלט אננעמען קיין שום כיבוד וואס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די שמחה.

אדרבה, ער איז נישטאמאל געגאנגען צום שלש סעודות צו חורינער נאר געפראוועט אין ביהמ"ד קומץ המנחה.

און יא! איך זע ווי עס ברענט דיר אז ער האט געהאט א גרויסן עולם ביים פרק!!! איך שטעל מיר פאר אז דו ביסט דארט געווען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2004 23:15 לינק ישיר 

געזעגענען, וואס ביסטו אזוי צישרויפט געווארן ?? קענטיג אז דער מאנטרעאלער דיין שליט"א האט ענק גוט מסדר געווען

די שרייבסט "שבת צופרי האט ער געדאווענט ביי חורינער אין שוהל צוליב שבע ברכות"
פאר וואס דערמאנסטו נישט אז ער געדאווענט שחרית פארן עמוד, אין אז ער האט באקומען אן עלי'???????

די שרייבסט "אבער פאקטיש האט ער אפגעזאגט אויפ'ן פארלאנג פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר קרית יואל שליט"א צו לערנען פרק שבת נאכמיטאג ביי חורינער אין ווייסן שוהל"
אפשר ביסטו מסביר וואס די מיינסט דא ארויס ציברענגען וויילל מען פארשטייט נישט וואס די זאגסט דא, אויף וועמעס פארלאנג??, פין וועלכע דיין רעדסטו דא??

די שרייבסט " דער מאנטרעאלער דיין שליט"א האט געזאגט אז ער וועט נישט פארלערנען ביי הולכי בערכאות"
די ווערטער האסטו טאקע אליינס געהערט?? אדער די פראבירסט דיך צי בארואיגען, אין צווייטענס אויב אזוי פאר וואס בעל תפילה מעג מען יא זיין פאר די הולכי בערכאות. אין עולה זיין מעג מען יא אין א שוהל וואס פירט זיך דורך הולכי בערכאות.
אלא מאי זעהט מען עטץ זענטס א באנדע דערמאלאזירטע לוזערס, אין עטץ פראבירטס ענק צי בארואיגען מיט קייען וואסער אין שטרוי.

דרך אגב האב איך געהערט פין א סאסמאניק ווי ער ברויזט פאר אן אנדערען סאסמאניק, זאגענדיג, "זאל ער דארט בלייבן ווער דארף אים דא", מיינענדיג צי זאגען אז אויב גייט ער דאווענען אין ביהמ"ד הגדול ביים רב שליט"א, דעמאלטס ברויכען זיי אים מער נישט.

אין לכבוד דעם איז טאקע געווען זייער א קליינער עולם ביים פרק פארלערנען אין סאסמאן, קוים 50 שטריימלעך, ווייל זיי האבן מיט דעם געוואלט אויסדריקען זייער פראטעסט קעגען דעם דיין שליט"א.

אבער עס וועט ענק גארנישט העלפען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2004 23:04 לינק ישיר 

געזעגענען

זאלי קען זיך נאך פארמעסטן מיט איידעלע צדיקים וואס פילן זיך באקוועם ארום איהם און ער קלעבט צו זיי און זיי צו איהם אויב ווילסטו קען איך אנהויבן א קאנטעסט.

הרב עמרם טירנויער איז נאך אזא צדיק ווי די הויז בחור ר. וואס טוט ביי זאלי אין שטוב דברים אשר אי אפשר להעלותן...... וואס ווי באקאנט האט מען איהם געמוזט באזייטיגען פאר א שטיק צייט, ער גלייבט נישט אמאל אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2004 22:50 לינק ישיר 

די מעשה גייט אזוי:

הגה"צ דומ"ץ סאטמאר מאנטרעאל שליט"א איז געווען צוגאסט אין ק"י צוליב 2 משפחה שמחות: די שבע ברכות ביי זיין שוואגער ר' מ. א. ניימאן נ"י און א ברית ביי זיין זון (דער באקאנטער תכשיט) ע. טירנויער (באקאנט אלס פירער פון די "סאטמארער אינטערנעט") וועלכער געפינט זיך זייער באקוועם ביי חורינער...

שבת צופרי האט ער געדאווענט ביי חורינער אין שוהל צוליב שבע ברכות. אבער פאקטיש האט ער אפגעזאגט אויפ'ן פארלאנג פון הגה"צ דומ"ץ סאטמאר קרית יואל שליט"א צו לערנען פרק שבת נאכמיטאג ביי חורינער אין ווייסן שוהל. דער מאנטרעאלער דיין שליט"א האט געזאגט אז ער וועט נישט פארלערנען ביי הולכי בערכאות!

דער מאנטרעאלער דיין שליט"א האט אבער יא אנגענומען די איינלאדונג פון די ראשי הקהילה דקהל ויאול משה ד'סאטמאר אין קרית יואל, און האט געלערענט פרק פאר א ריזיגן ציבור אין ביהמ"ד הגדול דקהל ויואל משה אין ק"י!!!

היינט זונטאג איז געווען דער ברית פון זיין אייניקל, וואו חורינער איז געווען סנדק.

תוקן על ידי - jewboy - 23/08/2004 8:27:56



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2004 22:49 לינק ישיר 

איך ווייס נישט אויב עס איז אמת איך האב נישט געהערט.

אין אפילו אויב יא, דארפסטו פארשטיין אז די זעלבע "נועם המידות" וואס האבן אים טעראזירט אז ער זאל נישט פארלערנען פרק אין ביהמ"ד הגדול, האבן אים טעראזירט אז ער זאל גיין קיין סאסמאן'ס, אין דארט יא פארלערנען.די זאלי טעראר קא. האבן שוין מער ווי ג' שני חזקה צי טעראזירן יעדן ערליכען וואס גייט נישט מיט זיי אין שפאן.

אלענספאל דער כבוד פין מאנטרעיאלער דיין שליט"א בלייבט ביי אונז געשעצט סיי ווי אזוי, טאקע ווייל מיר ווייסען דעם אמת אין מיר ווייסען וואס פאר א טעראר ער גייט אדורך, במילא אפילו אויב איז ער יא געווען ביי סאסמאן'ס בלייבט ער ביי אונז נאך אלס חשוב אין געשעצט, אזוי ווי מען האט געזעהן שבת צופרי אין ביהמ"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2004 22:41 לינק ישיר 

איך הער דאך אבער אז ער האט פארגעלערנט פרק אין די סאסמאן שול, איז דאס אמת ??????????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הגה"צ דומ"ץ מאנטריאל צו גאסט אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext