הייזער אין דירות הייבען אהן צו פַאלען
ב''ה מען דערקענט שוין די סימנים פון פאלענדיגע פרייזען פאר דירות אין הייזער אין שטאט בכלליות, למשל מען זעהט מער עדס פאר הייזער צו פארקופען וואס פאריאהר האט מען דאס נישט געברויכט אדווערטייזען.
אין וויליאמסבארג האט מען געברויכט אמאל אדורטייזען א דירה?
פאהרטס ארום אין ברוקלין אין זעהטס וויפול סיינס for sale איז אין פראנט פון הייזער
אין מאנהעטען זענען קאנדאס שטארק אראפף געקימען לויט וואס די סטאטיסטיק ווייזט
סטאָרס אין געשעפטן מאכען זיך צו ווייל ווען די ליעס לויפט אפ מוז דער נייער אדער דער אלטער בעה''ב הייבען די רענט לויט די הויעכע מארטגעטש פעימענטס וואס מען מיז צאהלען ווייל מען האט דאך געצאהלט א געפעפערטע פרייז אדער ארויס גענימען א עקוויטי לאָהן וחוזר חלילה,
אין דאס איז דאך זיכער אז מארטגעדש רעיטס וועלן זיך הייבען וה׳ ירחם וואס דא גייט זיין ווען די יונגעלייטליך וואס האבען נישט אפילו געהאט פאר down payment אין זיך דאס אויך געבארגט אין מען בליטגט צוריק צאהלען פאר די קרובים אין ידידום אוי עס איז א פחד אין א שרעק
אמת אז עס איז אין די לעצטע 4-3יאר ב''ה געווארען צעהנדליגער
היימישע מענטשען מיליאנערען אבער 90% פונם אלגעמיינער עולם פלאגט זיך מער פון ווי אמאל מיט צאהלען רענט אין מארטגעדש
וואס וועט זיין ווען מוועט שניידען section 8 אוי א פחד
פון ווי וועט א ניי פארפאלק קענען באצאהלען די הויעכע רענט וואס א חלק פון דעם איז שולדיג די section 8 מציאה אין פאר זיי איז עס אפגעשפארט אוי א שרעק
וויפול וועלען די מוסדות התורה ליידען ווען דער אלגעמיינער בעה''ב וועט זיך פלאגען נאר אויף צי מפרנס זיין זיין משפחה אין מיט זיין בעסטען ווילען וועט ער נישט קענען געבען מער שכר לימוד אדער צום דינער
אויב די נייע אויפגעקימענע מאלטי מיליאנערען וועלן האבען שכל אין נישט לעווערעדשין זיך (דאס מיינט ארויס צו נעמען נאך מארטגעדש ווען עס איז ווערט מער) וואס דאס איז געווען די בראָך פאר 15-10 יאר צוריק בבחנת ה׳ נתן וה׳ לקח וועלען זיי זיין בעזה''ש די מצולי מוסדות התורה ומנהגיה
 |
|
|