בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שרעקליכע מכשול בשגגה מתחת ידי "דער בלאט"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/9/2004 17:31 לינק ישיר 
שרעקליכע מכשול בשגגה מתחת ידי "דער בלאט"

א שרעקליכע מכשול איז ארויס בשגגה מתחת ידי די רעדאקציע פון דער בלאט, וואס איז פארזעהן געווארן, אבער ס'איז שומו שמים, און מוז ארויסגעברענגט ווערן כדי זיי זאלן מער נזהר זיין אין עתיד.

אין עדיטאריעל פון פארגאנגענעם פרייטאג פ' עקב, דאכט זיך ס'איז געווען די "הנהגת התורה אייכם" ארטיקל, איז געשטאנען דערמאנט דער פסוק "תועבת ה' גם שניהם", מיט'ן שם ארויסגעשריבן מיט די ד' אותיות, השם ישמרינו, וואס האט ליידער גורם געווען צו א בזיון ה', ווען מענטשן ווארפן דאס אין מיסט.

איך האב באמערקט היינט אנדערפרי, אין פאליש פון ביהמ"ד האט זיך געוואלגערט א צעקנייטשטע אלטע בלאט, און ס'האט זיך ארויסגעריסן פון מיר א ספאנטאנע "השם ישמרינו" אז אלע ארומיגע האבן געמיינט ח"ו נאר א טראגעדיע האט פאסירט, ביז כ'האב זיי דאס אנגעוויזן, האבן זייך אויך געזאגט דאס זעלבע.

מאנכע - געשטימט קעגן דער בלאט - זענען שוין באלד געקומען צו מסקנות, יא... דאס פאסירט ווען מען רייסט אראפ רבנים דיינים תלמידי חכמים......!!!!!!

אבער ווי אלע ווייסן דאס דא, נעם איך 'נישט' קיין שטעלונג אין די פאליטיק.
איך טייל נאר מיט די שוידערליכע מכשול בשגגה, און רוף צו די בלאט רעדאקציע און אלע אנדערע חרדישע צייטונגן צו מאכן זיכער עס פאסירט נישט נאכמאמאל!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2004 22:02 לינק ישיר 

עט'ס גייסט שוין צו ווייט, קיינער באמערקט אפילו נישט אז עס איז א בילד פון א פרוי! סאיז נאר ווייל מ'וויל זוכען מיט מיקרסקאפ און מ'וויל טרעפען טרעפט מען, בעצם איז עס נישט שלעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2004 16:27 לינק ישיר 


פאר די וואס קוקןו בילדער מיט "עיון"!

ס'איז לעצטענס געווארן א נארמאלע זאך צו אריינשטעלן בילדער - אומדירעקט - מיט נשים רח"ל, ביי די וועלטכליע נייעס בילדער, און דאס קען פאסירן אין אלע חרדישע צייטשריפטן איד-בלאט-צייטונג-בליק-פלאם-שטערן.

כ'געדעקנט נישט אויף די מינוט גענוי ווי אבער כ'האב דאס שוין געזעהן אין כמעט אלע פון די דערמאנטע

איך קלער אז מ'דארף זיין מער פארזיכטיג,
אדער בין איך צוריק געבליבן און ס'איז שוין נישט קיין פראבלעם היינט, ווער ווייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/9/2004 12:30 לינק ישיר 

ווען איך בין די וואך אהן געקומען צו די ארטיקלען "פון פענע צום בלאט" האב איך געמוזט איינאלטן איינהאלטן מיט אייזערנע כוחות נישט אויסציפלאצן פון די פראסטע עם-הארצות וואס דארט איז געשטאנען.
איינער איז דארט מעורר: אז מען זאל נישט קויפן געשניטענע מעלאנע ביי א גוי, הערט אויס א לומדות פארוואס:
די 'מעלאנע' איז "טריפה" - ווייל די 'מעסער' איז "נישט געטויבלט"
ווי פלעגט מיין רבי אין חדר זאגן ווען איינער איז געקומען שפעט אין חדר מיט א תירוץ:
האסט טאקע א גיטע תירוץ, וויסט וואס וועט זיין די סוף, וועסט אויפוואקסען אן עם-הארץ מיט א תירוץ

ס'איז אביטערע גילעכטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2004 22:53 לינק ישיר 

מצורף קובץ

וועגן מכשולות ביי די חרדישע צייטונגען האב איך אויפגעפאסט נאך א שרעקליכע מכשול

לעצטענס איז שוין געווען עטליכע מאל בילדער פון פרויען רח"ל ביי די נייעס בילדער סיי אין איד און סיי אין בלאט

איך ברענג א קליפ פון די וואך אבער עס איז שוין געווען עטליכע מאל

די אויסשניט איז פון די וואך אין איד

עס איז א שרעקליכע פירצה - מן הסתם אויך בשוגג - וואס טאר נישט פארשוויגן ווערן!





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2004 22:46 לינק ישיר 

wow שרעקליך

מן הסתם האט דער רעדאקטאר גענומען דעם פסוק פון א תורה-סי די, און דאס אריינגעפעיסט בטעות מיט'ן שם

אבער פארוואס ליינסטו פאריעריגע צייטונגן
באקומסט דאס פאר ביליגער (אויף איבעי?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שרעקליכע מכשול בשגגה מתחת ידי "דער בלאט"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext