בקיצור פון וואס מ'האט מיר געבעטן אויבן...
איך בין געווען היבש אפאר מאל אין אומן, די ערשטע מאל בין איך נישט געהאלפן געווארן מיט וואס כ'האב געבעטן דארט, מ'האט געבעטן צדקה ביי מיר דארט די וועד, כ'האב זיי געגעבן 500 דאלער קעש מאָני און זיי האבן מיר צוגעזאגט בזכות און בזכות וועסטו זעהן וועסט געהאלפן ווערן, און מיינט עטס ס'איז געווארן עפעס? א מכה.
ס'איז אריבער א יאר כ'זאג פאר מיין חבר, געב א קוק איך בין געווען לעצטע יאר אין אומן כ'האב געבעטן און געבעטן און מ'האט מיר אויסגעהערט דארט ווי ס'אינטרעסירט די פאריעריגע שניי, אפשר פאר די אפשר וועסט געהאלפן ווערן, מיין חבר זאגט מיר אליינס פאר איך נישט, אוקיי כ'פאר מיט, מיט דיר. (אבער די טיקעט צאלסטו אליין), קיי זעמער געפארן קיין אומן מתפלל געווען און וואט עבער.
נאך סוכות מיין חבר קאלט מיר J. ס'קומט מיר א מזל טוב כ'בין געהאלפן געווארן און דיין זכות, כ'פרעג וואס הייסט אין מיין זכות? זאגט ער ווייל די האסט מיר געשלעפט קיין אומן, וואווה כ'האב מיר געפרייט, באט פון די צווייטע זייט האב יעך געטראכט צו מיר געב א קוק איך פאר שוין דאס צווייטע מאל און גארנישט א לאך אין קאפ. איך זאג נישט איך ענג'וי זייער שטארק אהין פארן כ'טרעף חבירים פון די יונגע בחורישע יארן ווען כ'האב געלערנט אין ישראל, ס'איז גוט זיך אויך אויסצוטשאכענען איינמאל א יאר.
פיין כ'בין געפארן נאכאמאל פארשטייט זיך מתפלל געווען און מתפלל געווען, אבער דאס דריטע מאל האב איך שוין אויך מיטגענומען א קעמקארדער כדאי אלצדינג אויפכאפן אויף ווידאו (די געאסרטע כלי), אז כ'פאר שוין יא פארוואס נישט, נישט אזוי? ס'איז אריבער נאך א יאר און ווייטער א לאך אין קאפ גאַרנישט מיט נישט.
פיין, כ'האב געטראכט צו מיר יעצט (די פערטע מאל) איז די לעצטע מאל וואס כ'פאר יא יא, נישט נישט, און וואס מיינט עטץ? ווייטער עודך א לך אין קאפ נישט נאר אין קאפ נאר אויך אין וואטעבער....
==========
די שיינקייט פון אומן.
מ'קומט אן דארט ווארטן אייך אפ די יונגווארג פון די אוקריינישע קהילה (גוים) מיט וועגעלך און אפפערן אייך ארויפצושלעפן די געפעק זיי בעטן א דאלער, ביים דריטן מאל פארן האבן זיי שוין געבעטן דאלער, (אויפן וועג האט מיר דער גוי געבעטן 2 ציגערעטלעך פיין כ'האב עם געגעבן, באט ווען ער האט גענדיגט שלפען דאס געפעק האב איך עם געגעבן נאר א קוואדער פרעגט ער הייתכן? זאג איך עם די האצן יאנץ כ'האב דיר שוין געגעבן 2 ציגערעטלעך וואס נאך ווילסטו?), עניוועי מ'קומט אן אויבן שטייען די נשי אוקריינע און אפפערן אייך מיט שלאפן, פיין, מ'דינגט זיך מיט די פרייזן ארויף אראפ אהער אהין ביז מ'קומט זיך אויס מיט עפעס מ'גייט קוקון איין אפארטמענט און נאך איינס ביז מ'טרעפט עפעס צו דער זאך, ס'איז דא אסאך וואס טראגן אייך אן א ווילא, וואס הייסט א ווילה? ס'זעהט טאקע אויס אינדרויסן ווי א ווילא באט ווען מ'קומט אריין אינסייד זעהט עס אויס ערגער ווי חורבת ר' יהודה החסיד, און נישט נאר דאס, די טוילעט איז אינדרויסן, אמאל ממש "נאר" ארויס צו גיין א טריט צוויי, און אמאל דארף מען וואקן היבש, נא יעצט, שטעלט אייך פאר איר דארפט גיין הכנות אינמיטן די נאכט? משה זוכמיר, ס'איז טונקל דארט חושך מצרים, און מיינט איר אז דאס איז א נארמאלע טוילעט? אבסולוטלי ניין! ס'איז ג'אסט א לאך מיט א שטיקל האלץ (אזוי ווי די אלטע בית כיסא'ס אין שטיבלעך מא"ש ווער ס'דענקט), ס'איז דא אזוינע וואס איז שוין בעסער און ס'האט א בענקל אויסגעשניטן א לאך.
טיפ:
טאמער פארט איר, דאן דינגט אן אפארטמענט אין די הויכע בילדינג'ס.
א טאג צוויי פאר ראש השנה (ווענט זיך ווען איר קומט אן) ס'איז טוט זיך לעבעדיג דארט אזוי ל"ג בעומר אין מירון נאר אסאך מער און די מעלה אין אומן אז ס'איז נישטא קיין תערובות ס'איז נאר מענער, די נ נח'ס מיט זייערע באסטות, און אזוי אויך איז דא פלעין באסטות, א צוויי מינוט ארויס פון יידישע קווארטל (ציון געגנט) איז דא די אוקריינישע באסטות יעדער מיט זיינע געצייג, איינער פארקויפט שפילערייען, קוטשמע'ס, אנטיק, היים זאכן, בוך העפטן, קליידער, דראמער'ס, מיליטערישע אנצונגען פון די קינדער, ביבי גאנס, און וכו'.
סופיה פארק:
ר' נחמן האט געזאגט יעדער וואס קומט קיין אומן זאל גיין צו סופיה פארק.
סופיה פארק קאסט אריינצוגיין צוויי דאלער די ערשטע יאר, די צווייטע יאר ווייסט מען שוין אריינצוגיין פון די אנדערע זייט (נישט יעדער) ווי קיינער וואטשט נישט, מ'קומט אן איז ווייטער דא באסטות פון די אוקריינישע גוים, רוב חבר'ה פארקויפן העלצער וואס מ'קען זיך גוט אויסרייבן די ביינער, (מאסאג'ס) הענט מעיד, זייער שיין און ס'האלט זיך אויך היבש לאנג, זיי האבן דארט אזוינע מיני העלצער פאר יעדע פארט פון די באדי זיך אריינצורייבן.
שוין מ'קומט שוין ענדליך אן צו די שיינע וואסער דארט ס'איז ביוטעפאל, ס'האט שיינע ווייסע פאול'ס ווען מ'קומט אריין דארט, אינמיטן איז דא א ווארעפאל מיט שניי ווייסע קאטשקעלעך, מ'גייט ווייטער זעהט מען כל מיני ביימער מיט שיינע בלומען, און בעיקר איז דארט שיינע אויסגעשניטענע שטיינער מיט ביימער מיט בלומען, נאך א האלבע שעה גיין קומט מען אן צו א וואסער מיט שיפלעך, א שיפל צו דינגען די ערשטע יאר קאסט עס א דאלער, די צווייטע יאר גייט מען צו די אנדערע עק פון די וואסער און מ'נעמט די שיפל וואס דער עולם לאזט איבער דארט און מ'זעצט זיך אריין און מ'מאכט א לעבן. :-)
סליחות ערב ראש השנה:
איז דא א געפאקטע עולם ממש מ'קען זיך נישט רירן דארט אזא מין התעוררת וואסיזייער שווער אראפ צו לייגן, מ'שפירט ממש אין גן עדן אונעם עולם העליון א רוחניתדיגע געפיהל.
די מקוה:
די ערשטע יאר ווען כ'בין געווען איז געווען אויך די ערשטע מאל וואסיגעווען א געבויטע מקווה דארט, כ'בין געגאנגען פארשטייט זיך, באט. די פייפס זענען געווען נאך אויפן פלאר, ס'איז געווען אזוינע פייפס וואס די פייער לעשער נוצט איינס מחובר צום צווייטן, און צו מיין מזל האב איך מיר אנגעשטויסן פונקט ביי א קאנעקשן צווישן צוויי פייפס און ס'האט זיך געגאסן יידיש בלוט, די צווייטע יאר בין איך שוין נישט געגאנגען אין די מקווה דארט אויסמורא אפשר וועט זיך גיסן יידיש בלוט נאכאמאל. הייס וואסער איז נך יעמאלט נישט געווען, ס'איז געקומען מיט א טראק אפאר מאל מיט הייס וואסער (א טראק אזוי ווי א געז טראק) און שטעלט אייך פאר יעדעס מאל האט מען אנגעפיהלט די בורות מיט הייס וואסער וואס האט געשמעקט פון געזעלין, די שאוערס די ערשטע יאר האט געהאט יענע טעם, ס'איז קוים גערינען עפעס (ס'האט געטראפט אזוי ר' עקיבא האט געזעהן די טראפנס וואסער פאלן אויפן שטיין) א גאנצע וועג פון די מקווה בורות ביזן זיך אנטוהן פלאץ איז געווען פיהל מיט וואסער, באט ס'איז זיייער גוט געווען.
די תפילות ראש השנה:
ראש השנה ביינאכט פאר די שקיעה זעהט מען מאסן מענטשן גיען צום דיירעקנשס פונעם קלויז (ביהמ"ד) ס'הערט נישט אויף צו גיין פאר נייגער האב איך מיר ארויף געשטעלט ערגעץ און געקוקט און געקוקט ביז מיינע אויגן האבן אנגעהויבן שווינדלען, דאס דאווענען איז געווען אזא מין התעוררת אז כ'ווייס נישט וואס, אסאך אסאך מער ווי ביי סליחות, נאכן דאווענען האט זיך דער עולם געוואונטשן לשנה טובה וכו' מיט א שמייכל איינער צום אנדערן און נישטאמאל קענסטו דער מענטש וואס זאגט אייך לשנה טובה, ממש אהבת ישראל דארט.
שבת צופרי הייבט מען דאווענען זייער פרי כ'גלייב נישט אז ס'איז דא זייער א גרויסער עולם ביי הודו, די ביהמ"ד ווערט פולער און פולער ביים דאווענען, נאכדעם איז דא די חסידים (בד"כ וויליאמסבורגער) וואס קומען שפעט אין דאווענען אינדרויסן ס'איז דא קליינע, גרויסע מינינים ביז ליינען פון כל מיני, די אלע קליינע מינינים שחרת קען מען אנפיהלן די גרויסע בעלזא'ר סאטמאר בתי מדרשים, אזוי פיל קליינע מינינים איז דא דארט בל"ע, נאכן ליינען איז דא א קידוש אינעם עס זאל, ביי די תקיעות מיט דעם אלעם וואס ס'איז דע א משוגענע גרויסע עולם קען מען הערן א פליג אריבער פליעהן אויב סידא....
(המשך יבוא בל"נ)
 |
|
|