בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2004 19:43 לינק ישיר 
ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי

אראפגענומען פונעם וואוט אשכול.

http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1096977

Ziskeit שרייבט
ווען די רעפובליקענס וואלטן גענומען דזשאן מעקעין, רודי דזשוליאני, דזשארדזש פאטאקי אדער ארנאלד שווארצענעגער פאר זייער קאנדידאט וואלט איך געוואוט פאר דעם רעפובליקאנער קאנדידאט.

ווען די דעמאקראטן וואלטן גענומען דזשאן עדווארדס, ביל קלינטאן אדער הילערי קלינטאן וואלט איך זיכער געוואוט פאר דעם דעמאקראטישן קאנדידאט.

אזוי האבן מיר יעצט אן אויסוואל צווישן דעם אידיאט בוש און דעם אומבאחנטן קערי, און דעריבער בין איך שטארק אנדעסיידעט.

איין זאך קען איך ענק זאגן אז ווען איך ליין די אויסלענדישע פעיפערס און איך זע וויאזוי זיי לאכן פון אונז אמעריקאנער אז מיר זענען נישט קלוג, ווייל מיר האבן אויסגעפיקט א נארישן מענטש אלס אונזער פרעזידענט, ווער איך מער נוטה צו וואוטן פאר דעם ערשטן מענטש וואס קען אים ארויסזען פון די ווייט האוז, אויב יענער איז נאר א קאפיטשקע קלוגער פון אים.
==
געזען אויף א באמפער סטיקער:

!!!Somewhere in Texas, A Village is Missing its Idiot

קוקטס נאר וויאזוי דער אידיאט קען נישט האלטן זיין שירעם גראד


=====

געזעגענען שרייבט
מיט'ן גאנצן רעספעקט פאר אונזער פרעזידענט בוש, איז אבער מיין מיינונג אז פאר די אינטערעסן פון חרדי'שע אידן איז וויכטיג צו שטימען פאר קערי.

פרעזידענט בוש האט זיך ארויסגעשטעלט אלס איינער וואס האט אינזין די קעשענע פון די מיליאנערן, און קימערט זיך גאנץ ווייניג צי די ארימעלייט וועלן נישט האבן וואס צו עסן אדער א דאך איבער'ן קאפ.

איך וועל נישט אריינגיין אין די אויסלענדישע פאליטיק, וואס איז שוין באקאנט אז ער האט אנגעמאכט א "מעס" מיט די מלחמה אין איראק. אבער אונז אידן איז דאס וויכטיגסטע אז אמעריקע זאל בלייבן א "פריי" לאנד מיט סאציאלע סערוויסעס פאר יעדן אונטערדרוקטער וואס לעכצט מאך פרייהייט.

וואו וואלטן מיר היינט געווען ווען נישט די אלע סערוויסעס וואס אונזערע זיידעס און טאטעס האבן באקומען נאך די מלחמה???

און לאמיר זיך נישט לאזן פארנארן פון די וואס ווילן אונז איינרעדן אז די קאנסערוואטיווע אנשויאונגען זענען גוט פאר אונז. עס איז נישטא נאך אזויפיל "אינטעליגענטע" אנטיסעמיטן ווי ביי די קאנסערוואטיווע און אפילו ביי די מעסיגערע רעפובליקאנער!!!!

די ליבעראלע זענען מעגליך אויך נישט קיין אידן ליבהאבער, אבער וויבאלד זיי זארגן זיך פאר די מינאריטי מוזן זיי אינזין האבן אויך דעם איד.
=====

זיידיאנטשי שרייבט
זיסקייט כקען קוים ווארטן וויאזוי דיינע אויסלענדישע פעיפערס וועלן חוזק מאכן פון דיין חכם

געזעגענען די רעדסט פונקט ווי די אגודיסטן וואס שרייען אלעמאל אז אן די מדינהס געלטער וואלט די תורה נישט געקענט עקזעסטירן


=====

Ziskeit שרייבט
זיידיאנטשי, קערי איז נישט מיין מענטש, איך האב אים קיינמאל נישט געגליכן און איך ווייס נאכנישט אויב כ'וועל וואוטן פאר אים (אדער אפשר פאר באנדאריק אדער נעידער), אבער ער איז ווייט פון א נאר. ער איז געווען פון די אויסגעצייכנסטע סטודענטן אין יעיל און איז געווען א שיפס-קאמאנדיר אין וויעטנאם וואס כ'גלייב אז מען האט נישט געגעבן אזא דזשאב פאר נאראנים.

ווי יעדער ווייסט איז בוש געווען א נאר און שרעקליכער שלימזל אלס יונגערמאן. ער איז געווען א סי סטודענט אין קאלעדזש און האט זיך געחברט מיט שלעכטע חברים מיט וועלכע ער האט געשיכורט ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן. אין ביזנעס האט ער נישט מצליח געווען ביז די סאודי אראביער האבן אנגעפאנגען צו אינוועסטן אין אים ווייל זיי האבן זיך געוואלט חנפ'ענען צו זיין פאטער.

בוש קען נישט ארויסזאגן דאס ווארט "נוקלעאר". (ער רופט עס נוקילער ווי באקאנט) און ער פירט אונז אין מלחמה ווייל סאדאם האט נוקלעארע וואפן. ווי קען איך טראסטן אזא משוגענעם ביי די מאכט?
==
איינער האט מיר צוגעשיקט די פאלגנדע מעסעדזש אויף אי-מעיל און געבעטן עס צו פאוסטן:

Let's discuss the history of the candidate

Did you know that During his failed 1978 Congressional bid, George W. Bush ran an advertisement that claimed that he served in the Air Force. He lied, he never served in the Air Force!

Did you know that Bush was arrested for driving drunk.

Did you know that Bush sold his company stock a day before it went bankrupt, a very big crime (Martha Stewart).

Did you know that First lady Laura ran over her boyfriend and killed him, while fleeing the scene.

Did you know that the guy who admitted Bush in the Texas guard said that Bush the father asked him to admit the son and give him a higher rank.

Did you know that Bush was absent from duty for a whole year.

Did you know that when he came back he abruptly ended his military career, we don't know if he was thrown out because he never released his discharge papers.

Did you know that the father called Yale and bagged them to admit the son, he entered under the Legacy program.

Did you know that Bush had big business with the Saudi and Bin Laden families.

Did you know that Bush was sued for sexual harassment, when all of a sudden his accuser died.

Did you know that Bush said he went to the National guard to avoid going to war.

Did you know that the Bush family got rich from their business with the Nazis ?

Everything is true. If you don't believe it visit this site for links to all the claims
http://libnews.blogspot.com/2004/08/current-issues-doesnt-matter.html

=====

זיידיאנטשי שרייבט
זיסקייט טייערער, כווייס נישט צו די ווילסט ערנסט וויסן אדער שרייבסט סתם
אין קורצן וועל איך דיר אבער ענטפערן כדלהלן

בוש און קערי זענען ביידע פאליטיקאנטען, וועגן זייער פערזענליכע חכמה אדער פעאיגקייטן מאכט קיין סך נישט אויס מקען עס דרייען אהער און אהין (בוש איז אויך געווען אין יעיל און הארווארד ווי אויך א סוקסעספולער גאווערנאר איו טעקסאס 8 יאר - א רעקארד, טשורטשיל האט נאך געטרינקען אין די עלטערע יארן אזויפיל ווי בוש אין זיינע יונגע און דאך געווען פון די אויסגעצייכענסטע וועלט פירער, און לאמיר נישט רעדן פון קלינטאן מיט זיינע תאוות אבער האט געקענט פירן מיט א געלונגענעם קאבינעט) די עיקר איז אז זיי זאלן האבן ארום זיך געלונגענע ערנסטע עקספיריענס מענטשן און צו דעם איז הכל מודים אז בוש האט דאס

זיין קעקעצן איז נישט מעלה אדער מוריד (נאר פאר די לצים איז דאס סחורה), וואס מאכט יא א חילוק אז מיט בוש ווייסט מען כאטש ווי משטייט מיט אים ער זאגט וואס ער האלט צו סגעפעלט דיר יא צו נישט אזוי קען מען כאטש וויסן צו מזאל מסכים זיין מיט אים אדער מחלק זיין וואס פארדעם זענען טאקע אזויפיל מענטשן אויסגעשפראכען קעגן אים ווייל ער דעקלערט קלאר זיין מיינונג און מענטשן וואס האלטן אנדערש פראטעסטירן

מיט קערי קען מען קיינמאל נישט וויסן ווייל ער זאגט וואס מוויל הערן, ער זוכט יעדן צו געפעלן און טוישט זיין מיינונג כסדר און כוייס נאך נישט עד היום וואס ער האלט וועגן דעם וואנט אין ארץ ישראל אדער וואס פונקטליך ער האט אויפגעטאן אין זיינע 15+ יאר אלץ פאליטישאן, יעדן שני וחמישי האט ער א נייע מיינונג אזא איינעם קען מען דאך זיכער נישט טראסטן

יעדע פאליטישן זאגט אלעס צו פאר די וואלן, סאיז הוילע שטותים, א גרויס חלק פון די זאכן קען ער אפילו נישט טוישן (די עקאנעמיע למשל) און דאס איבריגע פארגעסט ער ווי נאר ער נעמט איבער די לייצעס, סאיז א מציאות, נו קען מען דאך שוין בלייבן מיטן איצטיגן וואס איז נישט אזוי געפערליך אפילו לשיטת קערי
=====

מקוה_איד שרייבט
רבותי! זייטס נישט קיין נארנים, דא אין נו יארק איז נישטא קיין שום שאנס אז בוש זאל עס מאכן, סיז ארויסגעווארפן די צייט צו גיין שטימען, ווען ס'וואלט ווען געווען א קלאוס רעיס וואלט איך געוואוט פאר בוש (איך האב נישט קיין סעקשן 8).

פארוואס? איך בין מודה, איך גלייך זייער נישט בוש, פונקט פארקערט איך האלט אז די מלחמה אין איראק איז א געפערליכע צרה, אין ווער ווייסט צו מעט זיך אמאל ארויס זעהן דערפון, נאר וואס דען, דער קערי איז א "פליפ פלאפ" ער האט נישט קיין שום קאנוויקשען, היינט זאגט ער אזוי מארגו אזי, בקיצור ער וועפט אויף כח.

נאכמער, ער איז פונקט אזוי שולדיג אונעם חורבן אין איראק, ער האט געהאט א ברירה צו שטימען קעגן די מלחמה אין די סענאט. נאכדעם וואס יעדער זעהט אז די מלחמה גייט נישט אזוי איי איי איי, קומט ער ווי א חכם מיט טענה'ס, קודם זאל ער זיך פארענטפערן, נאכדעם זאל ער פרעגן קשיא'ס אויף בוש.

אויך האלט איך אז אויב בוש פארלירט וועט עס זיין א געפערליכע פאטש פאר די עצם "וואר עגענסט טעראר", און איך פארגין נישט די שונאים פון אמעריקע די נקמה און הנאה...

אלענספאל, ווי כאב פריער געזאגט, דא אין נו יארק איז די רעיס אווער, אין סיז נישט מעלה ומוריד.

עכ"ז, אויב כעל האבן צייט וועל איך מסתמא וואוטן פאר נעידער, פשוט פאר עטענשען.

איינער ווייסט צו נעידער גייט זיין אויף די בעללעטס אין נו יארק?

בקיצור, "נייטעראל", געב א וואוט פאר נעידער...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2004 20:48 לינק ישיר 

מצורף קובץ

At a campaign rally Saturday in his Illinois district with Vice President Dick Cheney, Hastert said al Qaeda "would like to influence this election" with an attack similar to the train bombings in Madrid days before the Spanish national election in March.

When a reporter asked Hastert if he thought al Qaeda would operate with more comfort if Kerry were elected, the speaker said, "That's my opinion, yes."

Democratic National Committee Chairman Terry McAuliffe called Hastert's comments "disgraceful," saying there was "no room for this in our political discourse."

"And I remind you that, you know, we could have done a lot better," McAuliffe said on CNN's "Late Edition."

"The president of the United States, on August 6th of 2001, was told in his briefing that America was going to be attacked by al Qaeda and they may use airplanes," McAuliffe said, referring to the terrorist attacks of September 11, 2001.

"He didn't call the FAA. He didn't leave his monthlong vacation. He sat down there."





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 07:54 לינק ישיר 

און יעצט לאמיר אריבערגיין צו אנדערע אישוס:

פרייליכע נייעס.

אן עכט-אינפארמאטיווער בלאג שטעלט צו גאר אינטערעסאנטע און גוטע נייעס פאר דעמאקראטן.

איבער די קומענדיגע פאר טעג וועל איך צולייגן די אדרעסן פון אנדערע אינטערעסאנטע אינפארמאטיווע בלאגס.
http://libnews.blogspot.com

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 7:59:43



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 07:35 לינק ישיר 

מאנטריאל,

יעצט קומסטו שוין מיט א פרישע באבא מעשה, אז איך האב געשריבן אז איך ווייס נישט ווער ס'איז געווען פרעזידענט אין די 80' יארן, ווען אמעריקע האט פארמאגט צוויי רעפובליקאנער פרעזידענטן.

איינער וואס ווייסט נישט אז FICA און פעיראל טעקס איז איין זאך, און וואס ווייסט נישט אז יעדע וואך גייט אראפ פון אונזערע פעיראל טשעקס א ריזיגע פעיראל טעקס, און קומט שרייען אויף היידפארק אז די "פאקט איז" אז דעמאקראטן ווילן העכערן טעקסעס איז נישט ווערד מען זאל אפילו דיבעיטן מיט אים.

און מאנטריאל ביסט נאך שולדיג אן ערקלערונג פאר'ן ציבור וואס מיינט דאס פעיראל טעקס?

נ.ב. דאס איז די לעצטע מאל וואס איך שטיי אין ווארט מיט דיר אויף היידפארק. פון דיינע תגובות קוקט אויס אז דו ווייסט נישט בחייכון, איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין פארקער מיט דיר ביז יעצט און כ'וועל אי"ה פון יעצט און ווייטער אויך נישט האבן.

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 8:15:11



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 06:21 לינק ישיר 

אזוי ווי נאך דעם וואס איך געשריבען דעס אמת וועגען FICA האט זיסקייט געדארפט מאכען א גאנצען מישמאש אז בארגען געלט פונעןסאשעל סעקיוריטי פאנד איז גאר א צוזאמגעשמאלצן און ער געדענק נישט ווער ס'געווען פרעזידענט אינמיטען 80'
פליז סטאפ דיינע נערישקייטן דיינע דעמאקראטען האלט נישט ביים שניידען קיין טעקסעס טרייע עס אפילו נישט צו פארקויפען,
איך קען נישט פארשטייען פארוואס די אלע ליבעראלען טרייען צו לייקנען פארוואס זיי שטייען זאגט ארויס דע אמת וואס די האלסט אז די ווילסט מען זאל העכרען טעקס, ספעשעל פאר די רייכע אז מען זאל קענען געבן פאר די ארימע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 06:03 לינק ישיר 

אוי לאך איך. די לעצטע לינק וואס איך האב ענק געגעבן קומט פון א קאנסערוואטיווע וועבסייט. קוק איך מיך דארט ארום אויף די זעלבע לינק זע איך ווי איינער פון די חברה פארפירט זייער שטארק פארוואס מען רופט די FICA טעקס "פעיראל טעקס." ער האלט אז ס'איז א קאנספיראציע פון די דעמאקראטן דאס אזוי אנצורופן.

I think it should be against the law to say "payroll tax" to refer to the 15% Social Security tax. I can't say for certain when this usage started instead of FICA, etc., but it is obviously done to confuse the sheeple. I mean, who isn't against reducing a payroll tax? But touch Social Security? NO WAY! Those nasty Republicans.
I think we should nail any talk show host that plays the RATs game and uses the phrase "payroll tax". Otherwise, we let the Senator from France and his brethren get away with granny-cide.
http://www.freerepublic.com/focus/f-news/922554/posts#25


סאו איז נאך דא איינער וואס האלט אז FICA און פעיראל טעקס זענען צוויי זאכן?

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 6:08:43



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 05:54 לינק ישיר 

מאנטריאל, איך ווייס נישט וואס דער עולם האלט, אבער איך און דו ווייסן אז דו ווייסט נישט וואס פעיראל טעקס איז. אלזא לאמיך ערקלערן וואס דער פעיראל טעקס איז פאר דיר (און פאר ווער נאך ס'וויל וויסן.) און ווער ס'גלייבט נישט אז איך זאג אמת קען פרעגן אן אקאונטענט.

פעיראל טעקס און FICA איז איינס און די זעלבע זאך ווי יעדער קען זען דא:

1937 - The Federal Insurance Contribution Act (FICA) required workers to pay taxes to support the Social Security system. Payroll taxes were 2%.


אין אידיש: אין 937' איז איינגעשטעלט געווארן FICA, וואס האט געצווינגען יעדן ארבעטער צו צאלן פעיראל טעקס כדי אויסצוהאלטן דעם סאשעל סעקיוריטי סיסטעם וואס איז געגרינדעט געווארן דורך פרעזידענט רוזוועלט אין 935'. פעיראל טעקס איז דאן געווען נישט מער ווי נישטיגע צוויי פראצענט.

פאר יארן לאנג האבן ארבעטער געצאלט פעיראל טעקס אויסצוהאלטן דעם סאשעל סעקיוריטי סיסטעם און אויך דעם מעדיקעיר פראגראם.

ערגעץ אינמיטן די 80' יארן האבן די סאשעל סעקיוריטי און מעדיקעיר פאנדן געהאט א סורפלאס און דער אלגעמיינער בודזשעט האט געליטן פון א דעפיציט איז געגאנגען דער דעמאלטיגער פרעזידענט בוש (אדער רעיגען, איך בין נישט זיכער) און צוזאמגעשמאלצן אלע בודזשעטן צוזאמען און אזוי איז דער דעפיציט אוועקגעגאנגען.

Whereupon Ronnie raised payroll taxes in 1983 for Social Security and Medicare Part A by happenstance. That created the Social Security "surplus" for the younger and smaller business partner and a "surplus" for the Medicare Part A trust fund. Then both trust funds were automatically loaned to the budget deficit
http://www.taxpayersholiday.com/georgebush.htm


דאס איז נאכגעטאן געווארן דורך אלע פרעזידענטן נאכדעם און איז שוין אזוי געבליבן ביז היינט צוטאגס (אויך קלינטאן האט גענוצט דעם זעלבן טאקטיק צו שאפן א בודזשעט סורפלאס און דער היינטיגער פרעזידענט בוש נוצט דעם טאקטיק צו באהאלטן די אמת'ע גרויסקייט פונעם דעפיציט.)

אפיציעל צאלן מיר אלע פעיראל טעקס אויסצוהאלטן די סאשעל סעקיוריטי און מעדיקעיר פאנדן אבער וויבאלד מען שלעפט פון איין בודזשעט צו באצאלן פאר אן אנדערן בודזשעט קומט אויס אז אונזער געלט ווערט גענוצט צו פינאנצירן די טעקס קאטס פאר די רייכע און די מלחמה אין איראק.

פעיראל טעקס באצאלט מען נאר אויף יעדע פעני וואס מען פארדינט ביז 87,000 דאלאר א יאר און מער נישט, ווי איר קענט זען דא http://www.irs.ustreas.gov/faqs/faq-kw212.html. דאס איז די סיבה פארוואס דער פעיראל טעקס ווערט באצייכנט אלס די טעקס פון די ארימע און די מיטל-קלאס אמעריקאנער.

און דאס, און נאר דאס, איז די סיבה פארוואס די דעמאקראטן קעמפן פאר א פעיראל טעקס קאט. דער דעמאקראטישער קאנדידאט דזשאן קערי האט פארגעשלאגן א פעיראל טעקס האלידעי, לויט זיין פלאן וועט מען איין חודש נישט דארפן צאלן פעיראל טעקסעס ווי איר קענט אלע ליינען דא:
http://www.freerepublic.com/focus/f-news/922554/posts

ווי איך האב שוין נאכגעברענגט דעם "ביזנעס וויק" צאלן דריי-פערטל אמעריקאנער (אריינגערעכנט 98 פראצענט חסידים) מער פעיראל טעקס ווי אינקאם טעקס.

תוקן על ידי - ziskeit - 14/09/2004 6:11:23



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 04:49 לינק ישיר 

מאנטריאל, איך האלט אז דו זאלסט עפענען אן אשכול אויף היידפארק צו דיסקוסירן וואו איך ארבעט, ווער איך בין און וואו איך וואוין.

עס זעט זיך אן א שטארקע אינטערעסע ביי די היידפארק גולשים ווער זיסקייט איז. דו זעסט נישט די שטארקע אינטערעסע וואס דיינע שוידערליכע אויפדעקונגען האבן געברענגט?


מאנטריאל, נצחתני בני, איך ארבעט נישט אין מאנהעטען און איך גיי וואוטן פאר בוש.

נ.ב. טו מיר נאך איין טובה פאר די וואלן און ערקלער פאר די חשוב'ע ליינער גענוי וואס עס מיינט פעיראל טעקס וואס די דעמאקראטן פארפירן אז מען זאל עס שניידן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 03:42 לינק ישיר 

ווער עס פארשטייעט אז די ווערטער
"איך האב א ביזנעס אין מאנהעטען וואס איז ב"ה שיין מצליח און איך וועל נישט האבן אזויפיל צייט צו זיין אויף היידפארק. "
"
מיינט אז מען ארבעט פאר א צווייטענס ביזנעס אין מאנהטען זאל זיך אנריפען
איך מיין אז אז יענער וועט אויכט פארשטייען דעם גרויסען חילוק פון דזשאבס צו די עקאנאמיע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2004 03:11 לינק ישיר 

דע FICA וואס די רעדסט איז Social Security and Medicare
http://www.irs.gov/faqs/faq-kw79.html
http://money.cnn.com/pf/101/lessons/18/page4.html
וואס יעדער צאלט רייכע און ארימע, און קיינער פלאנט עס נישט צו שניידען, איך פארשטייע אז די מיינסט אז קיינער פארשטייעט נישט קענסט שרייבען דיינע שטותים און ניצען דעם חכם "געזעגנען" דיך צו רימען

תוקן על ידי - מאנטריאל - 14/09/2004 3:16:29



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2004 20:46 לינק ישיר 

"געזעגענען", יא זיסקייט איז א "מומחה" אין די ענינים...

זיסקייט איז נישט מער ווי א פשוטער B&H ארבייטער וואס האלט זיך אלץ אלץ אן "אויפגעקלערטער" דעמאקראט, ניין, ער הערט נישט אויס לימבוי וכו' ער הערט אויס ליבעראלע חברה, ער איז דאס מערסטע אויפגעקלערט ביי אים אין בית המדרש און שעפט נחת חוזק צו מאכן פון אלע תמימותדיגע רעפובליקאנער...

כאטשיג "davka" זעסטו, רעדט דא צום זאך און ווי א מענטש אויפן אשכול, מיט אים קען מען כאטש דעבאטירן אבער דאס מאכט אים אויך נאך נישט פאר קיין "מומחה", דורך קלייבן איין פארטיי און שטימען פאר זיי ווערט מען נאך נישט קיין מומחה אין פאליטיק, פון ארבעטען ביי B&H און זיך דרייען אויף גוגעל און היידפארק ווערט מען אוודאי נישט קיין מומחה אויף די עקאנאמיע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 16:58 לינק ישיר 

טאגליכט!

עס איז א שאד דיין צייט. זיסקייט איז א מומחה אין די ענינים און ער רעדט שוין גאר צו די זאך.

זוך נישט צו פארענטפערן די רעפובליקאנער און בוש. קבל את האת ממי שאמרו. ענדערש טראכט אריין אין די ריכטיגע ווערטער פון זיסקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 16:04 לינק ישיר 

מקוה איד, אויב האלטסטו אז דו באצאלסט נישט קיין פעיראל טעקס (אויף אייער פּעי סטאב ווערט די סארט טעקס אנגערופן FICA) דעמאלטס וואוט רעפובליקען.

די ביזנעס וויק ווייסט אבער אנדערש ווי דו און זאגט אז דריי פערטל אמעריקאנער צאלן מער אין פעיראל טעקס ווי אין אינקאם טעקס.

און יעצט א קורצע ערקלערונג איבער פעיראל און אינקאם טעקסעס

אינקאם טעקס באצאלט יעדער איינער לויט ווי ארים אדער רייך ער איז. סוף יאר באקומט מען צוריק א "טעקס ריטוירן" און די גרעסטע חלק פונעם היימישן עולם באקומט צוריק די גאנצע טעקס וואס מען האט געצאלט אויב נישט מער.

און דאן איז דא אזא זאך ווי פעיראל טעקס, וואס עס איז נישטא קיין שום טעקס קאט אדער טעקס קרעדיט דערויף. יעדער איינער ארים אדער מיטל-קלאס גיט אוועק 7.5 פראצענט פון זיין געהאלט פאר פעיראל טעקס און חוץ דעם דארף זיין באלעבאס אויך צאלן וויפיל ס'קומט אויס 7.5 פראצענט פונעם ארבעטער'ס געהאלט פאר פעיראל טעקס.

אין אנדערע ווערטער: מיט פעיראל טעקס טיילט איר זיך 50-50 מיט אייער באלעבאס.

איינער וואס פארדינט 50,000 דאלאר באצאלט ער 3,750 דאלאר פאר פעיראל טעקס, און זיין באלעבאס באצאלט עקסטער 3,750 דאלאר אין פעיראל טעקס.

אבער דער ארבעטער צאלט גאנצע 3,750 דאלאר אין פעיראל טעקס, און ער דארף עס אפילו נישט אראפנעמען פון זיין טשעק ווייל דער באלעבאס נעמט עס שוין אראפ פון זיין טשעק אויטאמאטיש יעדע וואך.

פעיראל טעקס איז די טעקס וואס מיטל-קלאס און ארימע אמעריקאנער צאלן. רייכע אמעריקאנער צאלן נישט קיין פעיראל טעקס, און דאס איז די סיבה פארוואס די דעמאקראטן פייטן פאר א פעיראל טעקס קאט און די רעפובליקאנער זענען דערקעגן.

תוקן על ידי - ziskeit - 13/09/2004 16:22:19



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2004 15:17 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין ACCOUNTANT אבער איך מיין אז, למען הפונקטליכקייט, PAYROLL TAX איז א ספעציעלע טעקס וואס דער EMPLOYER (בעה"ב) באצאלט, דער ארבייטער באצאלט INCOME TAX.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 14:59 לינק ישיר 

זיסקייט טייערער אויב ארבייטס טאקע ביי בי ענד עיטש טראסט איך דיר מער נישט מיט קיין ווארט, קודם זאלסטו וויסן איך בין דיין קאלעגע איך בין אויך א איינגעשטעלטער ביי B&H (כאפט מיר נישט ביים ווארט איך האב אויך א פארט טיים זשאב ביי א PREPRESS קאמפאני) והמבין יבין אויב גלייבסטו מיר נישט אז איך ארבייט ביי B&H איך קען דיר געבן א סימן מקען מיר טרעפן אויף עקסטענשן 6126 מיין מענעדשער איז ש. וו. מער וויל איך נישט געבן ווייל איך וויל נישט מזאל מיר אידענטציפירן

מיין נישט זיסקייט אז איך בין אזא שוטה אזויפיל זע איך אז דו ווייסט נישט וואס סטוטס זיך אין טעקסעס אינקאם טעקס מיט פעיראל טעקס איז איין זאך די טעקס קרעדיט איז א צווייטע זאך אינגאנצן

אנטשולדיגט איך קען נישט ווייטער שרייבן יעצט ווייל איך דארף לויפן צו מיין סטעישן איך וועל בל"נ שרייבן שפעטער ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2004 08:43 לינק ישיר 

און איר מיינט אוודאי אז אן אינקאם טעקס קאט גיט מען יא פארן עולם.

ליינט און שטוינט:

פאר די ארימע חסידים געבן די רעפובליקאנער א שטויס.

פרעזידענט בוש און די רעפובליקאנער האבן געבלאקט דעם נייעם העכערן טשיילד טעקס קרעדיט פאר מיליאנען אמעריקאנער (אריינגערעכנט א מאיאריטעט חסידים) וואס פארדינען אונטער 26,625 טויזנט דאלאר א יאר.

ליינט דעם ניו יארק טיימס ארטיקל און וויינט:

Tax Law Omits Child Credit in Low-Income Brackets

Most taxpayers will receive a $400-a-child check in the mail this summer as a result of the law, which raises the child tax credit, to $1,000 from $600. It had been clear from the beginning that the wealthiest families would not receive the credit, which is intended to phase out at high incomes.

But after studying the bill approved on Friday, liberal and child advocacy groups discovered that a different group of families would also not benefit from the $400 increase — families who make just above the minimum wage.

Because of the formula for calculating the credit, most families with incomes from $10,500 to $26,625 will not benefit.
http://askmamaliz.blogspot.com/news/29CHIL.html


תוקן על ידי - ziskeit - 13/09/2004 8:52:56



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ליינער מיינונגען איבער בוש & קערי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext