בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נייע ארטיסטן שול: פאפא!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/9/2004 20:19 לינק ישיר 
נייע ארטיסטן שול: פאפא!!!

היינט צופרי האב איך געדאוונט אין פאפא בית המדרש, איז אין מיין מנין נאכן ענדיגן דאווענען פארגעקומען א געשמאקע און לעבהאפטע דיסקוסיע וועגן די נייע ארטיסטן שול: פאפא!!!

איינער האט געשאסן די באמבע אין דער לופטן און באלד האט זיך אנגעהויבן קולות און טענות. עס איז געווען ממש א רחמנות צו זען ווי עלטערע מענטשן קייען אין אזעלכע נארישקייטן. זה בונה וזה סותר.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס שיף קעגן פאפא האבן די ארטיסטן אפגעקויפט דעם קארנער ביי פען און בעדפארד. האט איינער אויפגעברענגט א פראגע צי פאפא וועט מעגן פארגרעסערן דעם שול, אדער גאר אינגאנצן דארפן פארשפארן דעם בית המדרש, ווייל אז נישט טראגט עס א נאמען "ארטיסטן שול".

אנדערע האבן אנגעהויבן אריינשרייען ווער זאגט אז מען טאר נישט בויען קיין שול נעבן ארטיסטן. עס איז נישטא קיין איין דיין ומורה הוראה בישראל וואס האלט אזוי. פארקערט. עס האבן אנגעהויבן פליען רייעס אז דער אודווארי רב און דער בעטלאהנער רב האבן געבויט זייערע שולן צווישן די ערגסטע גויים, מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך אז מ'טאר נישט בויען קיין שול נעבן געמיינע גויים.

האט א צווייטער צוריקגעטענהט: היינט קוקט מען נישט וואס רבנים זאגן. מען קוקט וואס די צייטונגען שרייבן. איין צייטונג זאל נאר אויפברענגען אז עס איז אן ערנסע שאלה צי מען מעג נאך דאווענען אין פאפא וועט באלד ווערט איבעראל א שטינק.

א דריטער האט געזאגט אז קיינער וועט נישט שרייבן קעגן פאפא, ווייל קיין איין צייטונג האט נישט קיין אינטערעס סתם צו באשמוצן פאפא. נישט די צייטונג, נישט דער איד און נישט דער בלאט. אבער מען האט אים אפגעענטפערט אז דער בלאט וועט עס מסתמא יא נוצן, און שרייבן אז דער היתר אויפ'ן מוירטל שול האט גורם געווען אז פאפא טראכט שוין אויך נישט פון אוועקמופן... ווייל ליידער דיינים פסק'נען אז מען מעג בויען לכתחילה נעבן ארטיסטן, איז דאך זיכער אז אוועקמופן דארף מען נישט...

הקיצור, ס'איז געווען ששון ושמחה, ווען איך שטייט ביי דער זייט און וואונדער זיך וויאזוי עלטערע מענטשן קאכן זיך אזוי אין קליינליכע נארישקייטן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2004 03:23 לינק ישיר 



אזוי זעהט מען אויס אז מען האט נישט שכל

אז מען וואלט זיך אריינגעטוהן באצייטענס וואלט מען געקענט עס אפקויפן דורך א גוי

והא ראי׳ עיס פארם יוכיח

נאר אז מען איז ביזי מיט גל פז אדער מיטן עירוב אדער מיט מ. בראך זעהט מען אזוי אויס

ווילימסבורג איז שוין גוט אין פעקל...
ווארט נאר אפאר יאר האסטו אן אלימפיק וואסער פראנט פארק מיט אלע קליפערלעך פאר שווימרס און דייווערס
מיט א קליינע מאנהעטען ארום

די ווילימסבורגע טאטעס נעמען אן א שווייגעניש.. אז ספליסט געלט אין די קעשענעס זייערע זענען זיי שטיל...

עולם איז גולם

ווי דער עבד לעבדי ה׳ האט זיך יארן צוריק אויסגעדריקט: זיי זענען דאך קעלבעלעך מיינע..

סך הכל ווער סהאט די מאה האט די דעה!...

אבער זארגטס ענק נישט טייערע אידן
סוף גנב לתלי׳!

און דער אידישער נעווי יארד קלוירק מייט מען אויך....אויך מיר א איד...
דער רויטער גנב...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/9/2004 02:12 לינק ישיר 

עס איז די באוואוסטע קארנער, ביים ווינקל אויף פען סטריט און בעדפארד, פונקט שיף קעגן לאנדאס סופערמארקערט.

יארן האבן עס געוואלט אידן אפקויפן אבער יענער האט נישט געוואלט. ליידער איז עס אריינגעפאלן צו די ארטיסטן אין די הענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/9/2004 01:56 לינק ישיר 

ווער האט פארקויפט די בילדונג?, און זאל איינער דא פאוסטן א פיקטשער פון די בילדונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2004 03:48 לינק ישיר 

א שיינער חידוש אין די היינטיגע משוגענע חרדישע וועלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נייע ארטיסטן שול: פאפא!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext