בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער איז היינט דער גדול הדור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/4/2005 04:17 לינק ישיר 

אין אנפאנג ספר הכוזרי שטייט אזא מעשה

דער מלך האט געוואלט וויסען וועלכער דת איז דער אמת, האט ער געפרעגט דעם קריסטליכן אין דעם מאכמעדאנער חכם אזא שאלה: וועלכע איז די צווייטע בעסטע אמונה נאך דיינס, פארשטייט זיך אז ביידע האבן גענטפערט אז סאיז די יידען.

לאמיר פראווען צו פרעגן דעם עולם די זעלבע שאלה.

דער גדול הדור איז דאך ידוע 100% אז עס איז דיין רבי יהיה מי שיהיה

אבער ווער איז נעקסט. דאס הייסט ווען דיין רבי באנקראטירט, אדער די כאפסט אים ביי א גראבע עבירה, אדער בעסער, ער ווערט נסתלק ר"ל אין לאזט נישט קיין יורשים. ווער וואלט דאמאלטס געווהן ביי דיר דער גדול הדור?

מיין וואוט

ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א



תוקן על ידי - baachi - 01/04/2005 4:24:48



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2005 04:28 לינק ישיר 

ווער איז דיין רבי וואס האט שוין באנקראטירט...???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2005 04:44 לינק ישיר 

זאלי

אם קרית לא שנית ואם שנית לא קאפטשייסת!

איך הא געשריבן אויף א הוה אמינא, ואימא שיתסר ואימא שיבסר. נישט אויף א מעשה שהיה

לעצם שאלתך האב איך שוין געהאט עטליכע אזעלכע, דער ערשטער ווילסטו נישט וויסען ווער סאיז געווען... אבער יעצט זוכט מען נאמבער 2 , פארדריי נישט דעם נושא!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2005 05:15 לינק ישיר 

גראדע וויל איך יא וויסן, ווייל מיין ערשטער איז געווען ר' צבי מאיר זילבערבערג...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2005 05:24 לינק ישיר 

ווער זשע איז דער גליקליכער צווייטער אויף וועם דו האסט אים אויפגעטוישט?

נ"ב: -קיינער טאהר דאס נישט ליינען באיסור חמור כמו ווידעא-
מכותלי תגובותיך ניכר שספק אם אף פעם בחייך שמעת את ר' צבי מאיר שליט"א, ובוודאי שלא היה רבך המובהק מעולם. אגוטן פורים

תוקן על ידי - baachi - 01/04/2005 5:34:31



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2005 05:44 לינק ישיר 

עס דערקענט זיך אז דו ביזט טאקע ניי ביי ר' צבי מאיר...

עס איז דא א גרויסער מספר ונגעלייט פון וומ"ס און קר"י, און טאקע פון די עידית שבעידית וועלכע זענען שטארק מקושר צו ר' צבי מאיר.

איינער פון זיי איז ממש יעצט געווען אין ארץ ישראל און געדאוונט דארט אלע תפילות, און מיר געברענגט א לעבעדיגן גריס.

דו ווייסט נאך נישט אלעס.

איך פריוואט זאג דיר יא, אז ער איז טאקע קיינמאל נישט געווען מיין רבי, און זיכער נישט מיין גדול הדור, אבער איך האב יא אמאל מער געהאלטן פון אים.

און פרעג מיר נישט קיין פרטים, ווייל איך וועל דיר נישט ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2005 06:38 לינק ישיר 

זאלי טייערער

עם כל הכבוד, איז דא איין ענין על פי נגלה צו זיין א שואל כענין כענין ומשיב כהלכה

איך האב געפרעגט ווער איז דיין צווייטער רבי

האסטו זיך שוין צורעט אז סאיז נישט זילבערבערג, אין אויך אז דו קענסט גוט זילערבערגן והבאת סמך לדבריך ווייל אסאך עדית שבעידית פון קר"י זענען מקושר צו אים, און נאך א ראיה ברורה שאין עליו תשובה אויפדעהם איז, אז דו האלסט יעצט ווייניגער פון עמען ווי אמאהל. אין דו וועסט מיר נישט ענטפערן אפילו איך וועל דיר פרעגן

מה דאך דו ענטפערסט נישט וואס איך פרעג דיך יא, קל וחומר אז וועסט נישט ענטפערן וואס איך פרעג דיך נישט.

איך האב דיך געפרעגט ווער איז דיין סגן רבי, במקום רבי, עמערשזענסי רבי, בדלית ברירה רבי, בשעת הדחק רבי, במקום שאין איש רבי, ערב שבת בין השמשות רבי, הפסד מרובה רבי, לעצטע מינוט רבי. פקוח נפש רבי.

ווילסט ענטפערן הרי טוב, אז נישט איז אויך גוט. איך וועל נישט ברוגז זיין אויף דיר. הייב מיר אבער נישט אהן אויס צורעכענען פון וועם דו האלסט נישט, דאס באלאנגט אין די אנדערע פאפולער געווארענע אשכולות...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2005 20:04 לינק ישיר 

First, today's Rebbes don't go bankrupt, they cause someone else go bankrupt

My Rebbe will be the older brother, as in Satmar, Pupa, Klausenburg, Vishnitz, Bobov, and Spinke




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/4/2005 21:08 לינק ישיר 

anyone

I meant morally backrupt

BTW

הידעת אז לויט דעם כלל פון עלסטן ברודער ביילאנגט שיכון סקווירא פאר הרה"צ מבורו פארק סקווירא און קרית צאנז פאר הרה"צ מגריבאוו שליט"א

לויט ווי איך געדענק פון די הפטורה איז אדוניהו געוועהן עלטער ווי שלמה המלך ע"ה אין יצחק אבינו איז אויך געוועהן יונגער מיט א פאהר טאג פון דודי הרה"צ ר' ישמעאל זי"ע.

ציה אויס נאך אביסל

דער זיידע הרה"צ הר"ר שם בן נח איז אויך נישט געוועהן דער עלסטער, ווידער דער זיידער הרה"צ ר' נח בן למך השני זי"ע איז נאר געוועהן איין איידעם פון הרה"צ ר' למך הראשון מצאצאי אא"ז קין הי"ד.

ווי בלייבסטו שטיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2005 06:03 לינק ישיר 

רבי הילל וונב"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער איז היינט דער גדול הדור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.