בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

אייזיק האניג - בהר המוריה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/9/2004 23:56 לינק ישיר 
אייזיק האניג - בהר המוריה
מצורף קובץ

אייזיק האניג - בהר המוריה


זינגער: אייזיק האניג

פראדוצירער: חדוה מוזיק

מוזיק אראנדזשירער: משה לויפער

קאמפאזירער: פנחס וועבער, שלום עזרי, אליעזר קאליש, משה גאלדמאן

קאור אראנדזשירער: הערשי בריסק, גדעון לוין, חזקי' בריסק, ליפא שמעלצר


נאך חמשה עשר באב קען מען דאך שוין הערן מוזיק אין גרויסן, צוויי נייע חסידישע טעיפס זענען ארויס געקומען, משה גאלדמאן ודבריו און אייזיק האניג בהר המוריה. וועם עס אינטערעסירט וועל איך שרייבן מיין מיינונג און לאמיר הערן וואס איר האלט.

ר' משה גאלדמאן ווייסט שוין יעדער אז חמשה עשר באב געבט ער ארויס א נייער טעיפ יעדעס יאר. כאטשיג אלע זיינע טעיפס זענען שיין איז אבער שמחתי מיט כנשר מסתמא די באוואוסטע און צום מערסטענס אויפגעכאפט. איך האב נאך נישט געהערט ודבריו ממילא קען איך נישט זאגען קיין מיינונג דערוועגן, איך שטעל מיר אבער פאר אז עס אז די זעלבע ווי אלעמאל, חסידיש מיט שיינע מוזיק (משה לויפער) און א פונקטליכער קינדער קאור וואס איז מסודר מיט שיינע סאולאס, אבער וואס פעלט דאס יאר איז אייזיק האניג אלץ גאסט סאולא און בצלאל גאלד אלץ געהעריגע סאולא.

אייזיק האניג'ס בהר המוריה איז אבער א חידוש פון א זאך, איך האב שוין לאנג נישט געהערט א טעיפ (חסידיש נאך דערצו) וואס זאל האבען אזא שלימות, פון אנהייב ביז'ן סוף ממש א דבר השלם. ערשטענס די ניגונים, האט ער ארויס דערווישט פינעף ניגונים פון פינקי וועבער איינס בעסער פון צווייטען, איין קנאקעדיגס פון משה גאלדמאן, צוויי חסידישע לעבעדיגע ניגונים פון דעם בעלזען קאמפאזירער אליעזר קאליש, און דריי פון א נייעם שטערן שלום עזרי (פרידמאן) וואס מיט די הילף פון אייזיק זענען זיינע ניגונים הארציג און געשמאק און וועלן בלי שום ספק ווערן זייער פאפולער, אבער לאמיר נישט כאפען די פיש פאר די נעץ.

די טעיפ הייבט זיך אן מיט א צבאות שובנה/שירו למלך סטייל ניגון, דודי פון פינקי וועבער איז א נייער מהלך וואס פינקי האט נאך קיינמאל נישט געטאן ביז היינט, א מייסטערהאפטיג גיטאר פירט אונז אריין צום ניגון, און צוביסלאך אנטדעקט דעם צוגעלאזענעם הארציגען גאולה ניגון, אייזיקס שטימע איז מסתמא די בעסטע פון אלע זיינע פריערדיגע טעיפס. די קאור איז אויך געוואלדיג (קול דודי, דוד ובנו) און אראנדזשירט דורך גדעון לוין.

בהר המוריה איז א דריי שטאקיגער בנין פון פינקי וועבער, די ערשטע פאל איז א בעטענדיגער טאן אנהייבענדיג מיט די ווערטער וזכר לנו וועגן די עקידה, דער צווייטער פאל גייט ארויף א שטאפל לייגענדיג א דגוש אויף די תחנונים וואס מיר בעטן אז דער באשעפער זאל געדענקן די עקידה, און דאס דריטע פאל אויף אראפ אויף אן איבערבעטענדיגער טאן פון הכנעה און האפענונג. אלעס צוזאמען איז עס א שטארקער ניגון וואס מען דארף הערן עטליכע מאל צו דערגיין יעדעס קנייטש און טיפקייט. גדעון לוין האט אראנדזשירט קאור.

עשה ווייטער פון פינקי איז א לעבעדיגע חתונה ניגון חסידיש און הארציג, אין מיינע אויגען האט עס די לעבעדיגקייט פון הכל יודוך און די הארציגקייט פון תהא השעה הזאת, די קאור זינגט אסאך מיט מיט אייזיק וואס געבט א געפיל פון טאנצען צוזאמען אויף די פאראנטשעס. הערשל בריסק האט אראנדזשירט קאור.

די פערדע ניגון רחם וואלט ווען געדארפט זיין די צווייטע ניגון, הגם פאשרטייט זיך אז מען האט מסתמא נישט געוואלט א נאמען געבן פאר דעם טעיפ רחם (איים סיק אוף רחם), איך מיין אז דאס וועט ווערן די חסידישע אידישע ווערסיע פון דעם אלוועלטליכען רחם, דער ניגון כאפט זיך זייער שנעל אויף און מען קען גראד מיטזינגען, די הארציגקייט איז עד לב השמים, גענוג שוין צרות געליטען, מ'שרייט רחם נא! דערמאנט פון פעקעלעך צרות (שניצלער), די קאור איז די איינציגסטע וואס איז אראנדזשירט דורך חזקי' בריסק און איז אויסערגעווענליך, דער ניגון איז פון די טאפ פינעף.

כן תזכנו שמעקט גראד ווי א קאליש ניגון, אזויווי עשה איז עס לעבידיג הארציג חסידיש וואס מען קען זיך הייבען דערמיט אויף די פאראנטשאס, עס האט אבער דער חן וואס קאליש ניגונים האבען, הערשל בריסק האט אראנדזשירט קאור, עס איז בקיצור א חסידישע קנאק ניגון.

משה גאלדמאןס מלך שוכן עד איז טאקע נישט קיין משכיל לדוד, אבער זייער זייער זייער א שיינער ניגון, אויפ'ן נוסח פון פנה לעלבון מיט די מתיקות פון אייזיק האניג א קלאסישער גאלדמאן היט, צום פארדאנקען איז אויך משה לויפער וואס האט דא אביסעל אפגענויגט פון זיין טיפיקעל סטייל ביי גאלדמאןס חסידישע ניגונים, און ארויסגעברענגט דעם ניגון מלא טעם, ליפא שמעלצערס טאלאנטען ביים קאור איז אויך קענטיג, א אויסגעצייכענטער ניגון.

שהחיינו פון קאליש איז ווייטער א חסידיש לעבעדיגער ניגון, הגם איך גלייך דאס נישט צופיל ווייל עס איז זייער טיפיקעל איז עס אבער א שיינע ניגון, ליפא אראנדזשירט קאור אבער זייער שטארק אויפ'ן נוסח ווי ביי זיינע סקווירא טעיפס, די ווערטער פארמאגען אביסל חידוש סאו מען קען טאקע מאכען א שהחיינו.

דער זיבעטער ניגון קדש, איז א ניגון ווי פינקי באווייזט ווידער זיינע כוחות, אהער שטעלענדיג א ניגון מיט עטליכע פעלער. קדש הייבט זיך אן רואיג מיט זייער שיינע קאור דורך גדעון לוין, אייזיק לייגט דאס זייער גיט מיט א בעטענדיגע שטימע כעבד המתחנן, דערנאך פארוואנדעלט זיך דאס צום הויכען פאל ווי ער ציעט זייער שיין ארויף, און נאכדעם קומט דער חידוש ווען אלעס ווערט שטיל, אבער מען נארט זיך בלויז אויף אפאר סעקונדעס מיינענדיג אז דער ניגון ענדיגט זיך, אבער דאן לייגט אייזיק אראפ חזנות מיט אלע מפרשים, שטיל, הויעך, קנייטשען, קאפשטיק, וכו' וכו', עס איז פונקט גענוג נישט קורץ נישט לאנג, און עס ענדיגט דעם ניגון זייער ריכטיג, דער ניגון איז א מעסטערפיעס.

ובדבר איז לעבעדיג אבער נישט טאנצענדיג, קאמפאזירט דורך שלום עזרי מיט אייזיק, א רואיג לעבעדיגער און געשמאקער ניגון. הערשל בריסק אראנדזשירט קאור.

אנא מלך איז מסתמא פינקי וועבערס בעסטער ניגון אויף דעם טעיפ, באמת א חסידישע הארציגע שבת ניגון, מען כאפט דאס זייער שנעל אויף און עס וויל זיך מיטזינגען, באגלייט מיט א זיסען אינגעל שטימע (אלימלך לוריא) וואס ער צוזאמען מיט אייזיק לייגן אראפ זעלטענע מתיקות און הארציגקייט. דאנק גאט אז פינקי האט נישט אוועק געגעבן דעם ניגון פאר עפעס א יוקעל, נאר פאר וועם עס געהערט דאס בעסטע, הערשל בריסק קאור ארבעט איז אויך זייער צוגעפאסט.

דער לעצטער ניגון איז בעצם די בעסטע ניגון נישט נאר פון דעם טעיפ נאר מסתמא פון אלע אידישע ניגונים פון די לעצטע פאר יאר, איך ווייס נישט פארוואס מען האט דאס פארשטעקט אזוי צום לעצט (אפשר ווייל סאיז לאנג) עס וואלט אבער געקענט זיין דער נאמען פונעם טעיפ "א אידעלע".

א אידעלע איז געשריבען געווארען דורך אייזיק, און קאמפאזירט דורך אייזיק מיט די הילף פון שלום עזרי (אדער פארקערט?), דער תוכן איז הפלא ופלא, און דער ניגון צוגעפאסט ממש צו יעדעס ווארט. די מעלה פון דעם ניגון איז אז עס ברענגט דאס בעסטע ארויס דאס שיננקייט פון אייזיקס שטימע, ווען אייזיק זינגט אידיש האט דאס א באזונדערן חן (ווער עס האט נאר געהערט על נהרות בבל ווייסט וואס איך מיין), און דער אופן ווי ער שפירט זיך באקוועם מיט יעדע תנועה איז הפלא'דיג, ער זינגט מיט שטארקייט און געפיל, און באנעמט דעם רגש.

עס האט אלעס אין זיך, א אינגעל שטימע (משה ווייס), א מייסטער קאור (הערשל בריסק), שטייטע תנועות ארויפציענדיגע תנועות, מה רבו מעשיך השם איז א געזונטער שטיקל, און די צוויי פזמוןס זענען געוואלדיג (בפרט ווען אייזיק ציעט צום סוף ארויף "אידעלע!"), דער וועג וויאזוי דער ערשטער און לעצטער שטיקעל זענען זיך מצרף (געשריי/געטריי) סיי אין טאן און סיי אין תוכן זענען מערקבאר, דער שטיקל אן ווערטער איז אויך זייער שיין.

עס קען זיין איך בין טאקע נישט דער גרעסטער מבין, אבער איך האלט אז הכל מודים אז דער ניגון איז עפעס וואס איז נאך נישט געווען, א אויסערגעווענליכער חידוש מיט אלע צוגעהערן לכל פרטיה ודקדוקיה, איר וועט דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל און עס וועט נישט שנעל נמאס ווערן.

אויפ'ן גאנצען טעיפ זעהט זיך אן אז מען האט אריין געלייגט אסאך כח און מח יעדן פרט, אנגעהויבען פונעם שיינעם דעקל און געענדיגט ביי די שיינע ניגונים, מוזיק, קאור, אידעלע ניגון, אלעס צוזאמען איז דאס א טעיפ וואס אויב איר גלייכט חסידישע טעיפס מיט טעם וועט איר נישט חרטה האבען פארן דאס קויפן.

עס איז צום פארשטיין פארוואס די פראדוצירער האבען אריין געלייגט שאלות צום עולם וועלכער ניגון איז דאס בעסטע, איך בין זיכער יעדער פארמאגט אן אייגענעם געשמאק, אבער איך האלט אז די בעסטע ניגון איז "א אידעלע", נאכדעם קומט אזוי: רחם, מלך שוכן עד, אנא מלך, דודי, בהר המוריה, כן תזכנו, קדש, עשה, שהחיינו, ובדבר.

הערט און האט הנאה!
----

ארטיקל אריגינעל געשריבן: 4/8/2004




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-20/10/2004 00:19 לינק ישיר 

כאב קיינמאל נישט געהערט דעם טעיפ אבער ביי די מוצ"ש שבע ברכות אין סאטמאר האט אייזיק האניג געזינגען די 2 ניגונים "בהר המוריה" מיט "א אידעלע", דער גאנצער עולם איז געזעצן פארגאפט מיט אפענע מיילער, איך גיי בל"נ קויפן די טעיפ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2006 18:11 לינק ישיר 

ווייסט איינער די מקור פונעם ערשטע ניגון "דודי"? און האט איינער אפשר די ווערטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/2/2006 03:44 לינק ישיר 

אויפ'ן דעקל שטייט - פייט להושענה רבה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/3/2006 21:22 לינק ישיר 

טראץ וואס כ'בין היבש צוריק געבליבן, אבער מעשה שהי' כך הי' ס'האט זיך מיר ערשט לעצטענס צוריק אנגעטראפן דער בהר המורי' טעיפ, וואס די קליינווארג בליעה"ר האבן געהאט פארוואלגערט ערגעץ, באלד נאכן קויפן.
און דער ניגון א אידעלע... האט מיר געכאפט,
כ'וויל דאס נאכזונגן אבער כ'האב נישט די ווערטער, איז דאס געווען אויפ'ן דעקל? מוישע זיך מעך... כ'האב קוים דעם טעיפ געטראפן.
ווער ס'האט די ווערטער, און וויל דאס ביטע מזכה זיין, תבא עליו ברכה
ס'איז מורא'דיג..!!
ר' אייזיק מחייב את הבעלי נגנים, מען קען זינגן ווי א איד, הארציג, מען דארף נישט נאכמאכן די ....... .... .... ... ... ...  תנועות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > אייזיק האניג - בהר המוריה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext