לאמיר דערקלערן א CEASEFIRE
אידן עס קומט יום כיפור, דער הייליגסטער טאג פון יאר, וועמענ'ס הארץ ציטערט נישט ווען עס קומט דער יום הדין. אבער ביי אונז אויף היידפארק דערקענט זיך עס אינגאנצן נישט. די מחלוקת שלא לשם שמים גייט אן FULL FORCE. אפשר איז צייט זיך צו מאכן א חשבון הנפש.
לאמיר דערקלערן א CEASEFIRE (וואפן שטילשטאנד) און אפשטעלן די געשלעגן צווישן די צוויי זייטן ביז צוויי טעג נאך יום כיפור.
מיר זענען דאך ברידער. חסידים פון איין רבי'ן. מיר גלייבן אין די זעלבע שיטה הקדושה. פארוואס זאלן מיר אמווייניגסטנס איין מאל א יאר זיך נישט אויפפירן ווי ברידער.
אויב דאס וועט געשען, קען זיין אז דער עולם וועט איינזען אז ס'איז א גוטע זאך און מען וועט וועלן פארלענגערן דעם סיעספייער אויף נאך אפאר טעג אדער וואכן.
|
|